נאך איין מזל מיינע עלטערן זענען נישט אזוי… נאך איין מזל…
איך בין זייער צופרידן!
ווייל איך האב אייביג געהאלטן מיינע עלטערן פאר ערליכע קלוגע מענטשען.
זיי זאגן אז טראמפ און מאגא זענען פונקט ווי די נאציס נישט איך… איך רעדט קיינמאל נישט קיין פאליטיקס מיט זיי… קיינמאל נישט!!!
איך האב פונקטליך געזעהן די לעצטע פאר יאהר ווער ס׳רוב פון חרדישע אידן זענען. פונקט ווי די רעדנעקס. גארנישט אנדערש חוץ אז די רעדנעקס האבן א אנדערע רעליגיע און פארן מיט פּיקאופּ טראקס און די חרדים מיט מיני ווענס, איז נישטא קיין חילוק צווישן זיי.
סיי חסידים און סיי רעדנעקס זענען שטארק רעליגעיז און קאנסערוועטיוו, און מיט דעם אלעמען האבן זיי ביידע נישט קיין שום פראבלעם צו שטיצן אזא נידערטרעכטיגע מענטש ווי טראמפ וואס איז א באוואוסטער נואף, רעפיסט, מאלעסטער, רודף, קרוק שווינדלער און א גנב שוין פאר צענדליגער יאהרן לאנג.
ביידע פון זיי זענען קעגן פּראגרעס אין סאסייעטי, זיי ווילן בלייבן ביי די אלטע לעבנסשטייגער, ביי די סטאטוס קווא, און ח״ו גארנישט טוישן אדער פארבעסערן אין סאסייעטי.
ביידע פון זיי קענען באמת נישט פארליידן קיין פרעמדע מענטשן, אדער מענטשען וואס זענען אביסל אנדערש פון זיי. אפילו זיי קלעימען צו זיין רעכטפארכטיגע מענטשען, ספעציעל די קריסטענס וואס זענען אייביג פארנומען אז יעזוס איז געוועהן די מענטש וואס האט געפרעדיגט פאר שלום צווישן אלע מענטשען.
רוב פון די מענטשען פון ביידע גרופעס זענען אנגעוויזן אויף גאווערמענט הילף און אָנדעם וואלטן זיי קיינמאל נישט געקענט דורכלעבן, און מיט דעם אלעמען שטיצן זיי ביידע די רעפובליקאנער פארטיי וואס פרובירט שוין איבער דרייסיג יאר צו צונעמען פון אלע ארימע מענטשען זייערע פראגראמען און אנשטאט דעם געבן א גרויסע טעקס ברעיק פאר אלע רייכע מענטשען און ביליאנערן.
ביידע פון זיי זענען סופּרעמיסטן וואס האלטן זיך העכער פון אנדערע מענטשען.
ביידע פון זיי זענען קעגן סייענס און קעגן עדיוקעישאן. כאטש וואס אלע פון זיי פארלאזן זיך אויף סייענס אין יעדע עספּעקט פון זייער לעבן.
ביידע פון זיי האבן נישט קיין פראבלעם אז זייערע קינדער וועלן אויפוואקסען אומוויסענד, און נישט באקומען קיין געהעריגע עדיוקעישאן.
ביידע פון זיי האבן נישט קיין שום פראבלעם צו פארפּעסטיגן די לופט און חרוב מאכן די ענווייערמענט אויב מ׳קען מאכן געלט פון דעם.
ביידע פון זיי זענען קעגן גאווערמענט רעגיולעישאנס און האלטן פון “Small Government” און אז די גאווערמענט טאָר זיך ח״ו נישט אריינמישן אין זייער פריוואטע לעבן און די גאווערמענט האט נישט קיין רעכטן צו רעגיולירן וויאזוי זיי זאלן בויען זייערע הייזער און וויאזוי צופירן זייער ביזנעס, אבער מיט דעם אלעמען האבן זיי נישט קיין פראבלעם ווען די גאווערמענט מישט זיך אריין אין די פריוואטע לעבן פון געיס, לגב״ט, אבאורשען, דראגס, מאריוואנע, אדער ווען ס׳קומט צו רעליגיע.
טראץ וואס ביידע פון זיי ווילן אז אמעריקע זאל האבן די שטערקסטע מיליטער אין די וועלט, וואס קאסט שווערע ביליאנען און טריליאנען - דעפענס אליינס איז בערך זעכציג פראצענט פון די יו. עס. בודזשעט, און אפילו זיי אלע נוצן אלע גאסן, אלע הייוועיס, די פאליס, פייער, סענעטעישן דעפארטמענטס און אלע אנדערע גאווערמענט בענפיטס, גרענטס, און פראגראמען עכ״ז האלטן זיי אז די גאווערמענט האט נישט קיין שום רעכט זיי צובעטן קיין שטייערן, און זיי וועלן זיך אייביג פרובירן ארויסדרייען פון באצאלן וואו זיי קענען נאר און וועלן פרובירן צו באגאנבענען זייער אייגענע גאווערמענט.
ביידע פון זיי האבן יאהרן לאנג צוגעלאזט אז מ׳זאל מאלעסטירן זייערע קינדער דורך די גלחים און להבדיל רביים/מלמדים און האבן זיך הערשט לעצטענס געכאפט אז דאס איז א שטיקעל עוולה. און פארשטייט זיך אז ביידע פון זיי האלטן נישט פון קיין טעראפי פאר טראמא, אדער געליטענע.
כאטש זיי האלטן זיך פאר רעליגעיזער מענטשן מיט א הויכע מאראל, און זיי ביידע קלעימען ליב צוהאבן אנדערע מענטשען און האלטן אז די ליבעראלע זענען פאַרדאָרבן און קאראפטירט משא״כ זיי וואס זענען ערליכע גאטפארכטיגע מענטשען… אבער זיי האבן נישט קיין פראבלעם צו שטיצן די רשעותדיגע טראמפ מאגא פאליס קעגן אומשולדיגע ארימע ספאנישע און אימיגראנטען וואס זענען ארענטליכע מענטשען און ארבעטן שווער פאר א קליינער געהאלט. און כאטש די מענטשען האבן נישט קיין שום קרימינאלע רעקארד און האבן קיינעם נישט געטשעפט האבן די ״גאטפארכטיגע מענטשן״ נישט קיין שום פראבלעם צו צוטיילן זייערע פאמיליעס, אוועקנעמען קינדער פון מאמעס, זיי אריינשליידערן אין די ערגסטע תפיסות שבעולם און זיך אויפירן צו זיי מיט די גרעסטע מאס רשעות און אכזריות!
אלעס איז פאקטן און דאס איז ליידער די מציאות!
איך האב געמאכט שלום מיט די מצב! ליידער ליידער זענען די היינטיגע חסידים און די רעדנעקס, אומציוויליזרטע חיות בצורת אדם!
און אזוי ווי החכם דזשארזש קארלין זאגט אונז מיינען אונז זענען מענטשען ווייל אונז קענען בויען א קאמפיוטער און פליען צו די לבנה אבער די אמת איז מיר זענען הערשט ארויס פון די דזשונגעל…