נאך איין מזל מיינע עלטערן זענען נישט אזוי… נאך איין מזל…
איך בין זייער צופרידן!
ווייל איך האב אייביג געהאלטן מיינע עלטערן פאר ערליכע קלוגע מענטשען.
זיי זאגן אז טראמפ און מאגא זענען פונקט ווי די נאציס נישט איך… איך רעדט קיינמאל נישט קיין פאליטיקס מיט זיי… קיינמאל נישט!!!
איך האב פונקטליך געזעהן די לעצטע פאר יאהר ווער ס׳רוב פון חרדישע אידן זענען. פונקט ווי די רעדנעקס. גארנישט אנדערש חוץ אז די רעדנעקס האבן א אנדערע רעליגיע און פארן מיט פּיקאופּ טראקס און די חרדים מיט מיני ווענס, איז נישטא קיין חילוק צווישן זיי.
סיי חסידים און סיי רעדנעקס זענען שטארק רעליגעיז און קאנסערוועטיוו, און מיט דעם אלעמען האבן זיי ביידע נישט קיין שום פראבלעם צו שטיצן אזא נידערטרעכטיגע מענטש ווי טראמפ וואס איז א באוואוסטער נואף, רעפיסט, מאלעסטער, רודף, קרוק שווינדלער און א גנב שוין פאר צענדליגער יאהרן לאנג.
ביידע פון זיי זענען קעגן פּראגרעס אין סאסייעטי, זיי ווילן בלייבן ביי די אלטע לעבנסשטייגער, ביי די סטאטוס קווא, און ח״ו גארנישט טוישן אדער פארבעסערן אין סאסייעטי.
ביידע פון זיי קענען באמת נישט פארליידן קיין פרעמדע מענטשן, אדער מענטשען וואס זענען אביסל אנדערש פון זיי. אפילו זיי קלעימען צו זיין רעכטפארכטיגע מענטשען, ספעציעל די קריסטענס וואס זענען אייביג פארנומען אז יעזוס איז געוועהן די מענטש וואס האט געפרעדיגט פאר שלום צווישן אלע מענטשען.
רוב פון די מענטשען פון ביידע גרופעס זענען אנגעוויזן אויף גאווערמענט הילף און אָנדעם וואלטן זיי קיינמאל נישט געקענט דורכלעבן, און מיט דעם אלעמען שטיצן זיי ביידע די רעפובליקאנער פארטיי וואס פרובירט שוין איבער דרייסיג יאר צו צונעמען פון אלע ארימע מענטשען זייערע פראגראמען און אנשטאט דעם געבן א גרויסע טעקס ברעיק פאר אלע רייכע מענטשען און ביליאנערן.
ביידע פון זיי זענען סופּרעמיסטן וואס האלטן זיך העכער פון אנדערע מענטשען.
ביידע פון זיי זענען קעגן סייענס און קעגן עדיוקעישאן. כאטש וואס אלע פון זיי פארלאזן זיך אויף סייענס אין יעדע עספּעקט פון זייער לעבן.
ביידע פון זיי האבן נישט קיין פראבלעם אז זייערע קינדער וועלן אויפוואקסען אומוויסענד, און נישט באקומען קיין געהעריגע עדיוקעישאן.
ביידע פון זיי האבן נישט קיין שום פראבלעם צו פארפּעסטיגן די לופט און חרוב מאכן די ענווייערמענט אויב מ׳קען מאכן געלט פון דעם.
ביידע פון זיי זענען קעגן גאווערמענט רעגיולעישאנס און האלטן פון “Small Government” און אז די גאווערמענט טאָר זיך ח״ו נישט אריינמישן אין זייער פריוואטע לעבן און די גאווערמענט האט נישט קיין רעכטן צו רעגיולירן וויאזוי זיי זאלן בויען זייערע הייזער און וויאזוי צופירן זייער ביזנעס, אבער מיט דעם אלעמען האבן זיי נישט קיין פראבלעם ווען די גאווערמענט מישט זיך אריין אין די פריוואטע לעבן פון געיס, לגב״ט, אבאורשען, דראגס, מאריוואנע, אדער ווען ס׳קומט צו רעליגיע.
טראץ וואס ביידע פון זיי ווילן אז אמעריקע זאל האבן די שטערקסטע מיליטער אין די וועלט, וואס קאסט שווערע ביליאנען און טריליאנען - דעפענס אליינס איז בערך זעכציג פראצענט פון די יו. עס. בודזשעט, און אפילו זיי אלע נוצן אלע גאסן, אלע הייוועיס, די פאליס, פייער, סענעטעישן דעפארטמענטס און אלע אנדערע גאווערמענט בענפיטס, גרענטס, און פראגראמען עכ״ז האלטן זיי אז די גאווערמענט האט נישט קיין שום רעכט זיי צובעטן קיין שטייערן, און זיי וועלן זיך אייביג פרובירן ארויסדרייען פון באצאלן וואו זיי קענען נאר און וועלן פרובירן צו באגאנבענען זייער אייגענע גאווערמענט.
ביידע פון זיי האבן יאהרן לאנג צוגעלאזט אז מ׳זאל מאלעסטירן זייערע קינדער דורך די גלחים און להבדיל רביים/מלמדים און האבן זיך הערשט לעצטענס געכאפט אז דאס איז א שטיקעל עוולה. און פארשטייט זיך אז ביידע פון זיי האלטן נישט פון קיין טעראפי פאר טראמא, אדער געליטענע.
כאטש זיי האלטן זיך פאר רעליגעיזער מענטשן מיט א הויכע מאראל, און זיי ביידע קלעימען ליב צוהאבן אנדערע מענטשען און האלטן אז די ליבעראלע זענען פאַרדאָרבן און קאראפטירט משא״כ זיי וואס זענען ערליכע גאטפארכטיגע מענטשען… אבער זיי האבן נישט קיין פראבלעם צו שטיצן די רשעותדיגע טראמפ מאגא פאליס קעגן אומשולדיגע ארימע ספאנישע און אימיגראנטען וואס זענען ארענטליכע מענטשען און ארבעטן שווער פאר א קליינער געהאלט. און כאטש די מענטשען האבן נישט קיין שום קרימינאלע רעקארד און האבן קיינעם נישט געטשעפט האבן די ״גאטפארכטיגע מענטשן״ נישט קיין שום פראבלעם צו צוטיילן זייערע פאמיליעס, אוועקנעמען קינדער פון מאמעס, זיי אריינשליידערן אין די ערגסטע תפיסות שבעולם און זיך אויפירן צו זיי מיט די גרעסטע מאס רשעות און אכזריות!
אלעס איז פאקטן און דאס איז ליידער די מציאות!
איך האב געמאכט שלום מיט די מצב! ליידער ליידער זענען די היינטיגע חסידים און די רעדנעקס, אומציוויליזרטע חיות בצורת אדם!
און אזוי ווי החכם דזשארזש קארלין זאגט אונז מיינען אונז זענען מענטשען ווייל אונז קענען בויען א קאמפיוטער און פליען צו די לבנה אבער די אמת איז מיר זענען הערשט ארויס פון די דזשונגעל…
(דיסקלעימער. די ארטיקל רעפלעקטירט נישט מיין אייגענע מיינונג, איך האלט אז ביי ביידע זייטן איז דא די "סענטער" מענטשן וואס פאקוסירן אויף געוויסע גוטע נקודות, און כאטש איך אידענטיפיציר זיך מער מיט די רעכטע, האלט איך נישט אז די סענטער-לינקע זענען סתם א באנדע משוגעים. דאס איז בלויז אן אפענטפער אויף די תגובה פון
@שבת אחים און ווייזן ווי ער פארט אין וואנט אריין.)
2 קענען שפילן די זעלבע געים.
די לינקע. זייער היפאקריטיע און רשעות.
1. די לינקע זענען מכלומרשט שטארק קעגן סטעריאטייפס, אבער דא איז
@שבת אחים
אונז מכבד מיט א טוץ פון סטעריאטייפס כאטש וואס ער ווייסט אז ס'איז אינגאנצן נישט אזוי שווארץ און ווייס ווי ער לייגט עס אראפ.
2. די לינקע האבן מכלומרשט נישט ליב קריסטענטום, און אידישקייט וויבאלד ס'איז קעגן סייענס און ס'איז נישט גענוג שטארק פרא מענטשן רעכט. די זעלבע אומפארשעמטע לינקע האבן נישט קיין פראבלעם צו שטיצן די רעליגיע וואס איז די ערגסטע אין דעם הינזיכט -איסלאם-.
קריסטן וועלן זיי דערגיין די יארן, אבער אויב ביסטו א מוסלעמענער, דאן ביסטו מער ווי וועלקאם, און נישט סתם, נאר ווי מער אלס בעסער.
3. זיי זענען פארנומען 24/7 מיט טאלעראנץ און אינקלוזשן, אבער וואגן זאלסטו צו טראכטן סיי וואס אנדערש ווי זיי. דאן ווערסטו א נאצי, פאשיסט און ראסיסט און זיי וועלן דיך צוטרעטן ווי א מורישקע. וועסט פארלירן דיין פרייהייט פון ווארט און דו וועסט ווערן געקענסלט פאר אייביג.
4. די לינקע זענען פארנומען טאג און נאכט צו רעדן פון די קנעכשאפט עבירה פון ווייסע, כאטש יעדער ווייסט אז קנעכשאפט איז געווען איבעראל אין דער גאנצער וועלט ביי אלע ראסעס. די איינציגסטע יוניק זאך מיט די ווייסע אז זיי זענען געווען דער ערשטער ראסע צו פירן א קריג עס צו ענדיגן.
4. די לינקע זענען פארנומען שטופן די נעראטיוו אז מען דארף גלייבן אלע פרויען. אבער נאר אזוי לאנג ווי ס'שטימט מיט זייער פארשטינקענע פאליטיק.
אויב ביסטו א אידישע פרוי וואס קלעימד רעיפ דורך א מוסלעמענער טעראריסט וועט מען דיר נישט גלייבן אזוי לאנג ווי דו ברענגסט נישט ווידעאוי ווי ס'איז כמכחול בשופפרת.
5. די לינקע זענען אלס פארנומען צו פארדעקן די גרעסטע רציחות און מערדעריי.
יעדעס ווילדער פארברעכער און באגאבונד וועט באקומען לינקע שטיצע, פאנדינג און וואס נישט, אבער די וויקטימס? מאן דכר שמיה... זאלן זיין גיין האקן בארן.
זיי האבן גרויס רחמנות, אבער נאר אזוי לאנג ווי דו ביסט דער פארברעכער.
6. דאס זעהט זיך טאקע אן מיט דעם וואס לינקע געפירטע סיטיס זענען אויך די סיטיס מיט די מערסטע פארברעכנס.
7. די לינקע זענען זייער שטארק קעגן די פאליציי און קאנטראל, אבער צו דער זעלבער צייט ווילן זיי נאר מער און גרעסערע רעגירונג.
8. די לינקע ווילן אז דו זאלסט נישט האבן קיין שום רעכטן אויף די עדיוקאציע פון דיינע קינדער און בלויז די טיטשערס יוניאן'ס זאלן האבן א ווארט.
9. די פירות פון די לינקע חינוך סיסטעם איז איבעריג מסביר צו זיין. די געלטער וואס מען גיסט אויף עדיוקאציע ווערט נאר מער, אבער די רעזולטאטן זענען שווארצער ווי שווארץ (ספעציעל אין די לינקע סיטיס).
10. די לינקע עליטע איז דאך ממש איין שטיק היפאקריטיע.
זיי שרייען גלאבאל ווארמינג, אבער פארן ארום מיט פריוואטע דזשעטס.
זיי זענען קעגן גאנס, אבער זיי גייען ארום מיט פריוואטע באוואפענטע באדי גארדס.
זיי שרייען קעגן מיליאנערן, און די אלע סאציאליסטישע סענאטארן זענען סאמהאו רייך געווארן.
איך קען אזוי גיין און גיין...
ווי דערמאנט, איך פערזענדליך האלט נישט אז אלע לינקע זענען שולדיג און גלייבן אין אלעס וואס כ'האב געשריבן, איך שפיל נאר די געים וואס
@שבת אחים האט אנגעהויבן.