בילדער פון דער נייער גאלדענער עפּאכע אין אמעריקע

איך טריי צו כאפן דיין פוינט, די בילדער ווייזט א חורבן פון טראמפ'ס אמעריקא? ווער מאכט די פראטעסטן? די טראמפיסטן? ווער פארברענט קארס?
 
איך טריי צו כאפן דיין פוינט, די בילדער ווייזט א חורבן פון טראמפ'ס אמעריקא? ווער מאכט די פראטעסטן? די טראמפיסטן? ווער פארברענט קארס?
ווער מאכט די כאאס פרעגסטו?
לכאורה האנטער ביידען… אדער אפשר הילערי קלינטאן…

די פראטעסען זענען קעגן ICE און קעגן די the National Guards.

איך ווייז ענק נאר וויאזוי אמעריקע קוקט אויס אין די גאלדענע טראמפ עפאכע, ווען מאגא האט געפּרעדיגט ״גאלדענע צייטן״ - אט דאס האבן זיי געמיינט…!!!

אויב דו ווילסט פארשטיין וואס איך פערזענליך האלט, כהאב עס געשריבן אין אנדערע שנירל:

כאַאָס אין לאס אנדזשעלעס…

טראמפ האט אריינגערופן אפאר טויזענט National Guards… די גאלדענע עידזש פון אמעריקע האט זיך אנגעהויבן…

אינטערסאנט יעדע מאל מ׳הארגעט זיך אין אלע גאסן קומט פונקט אויס ווען א רעפובליקאנער איז אויפן בענקל, א שטייגער ווי January 6 ,BLM, Charlottesville וכו׳ וכו׳

טראמפ קען גארנישט טוהן אָן קיין כאאס!!! זיין גאנץ לעבן איז איין שטיק כאאס!!! דאס איז די איינציגסטע זאך וואס ער קען, איינזייען מחלוקת, שלעגערייען, פאליס ברוטאליטי, ראיאטן, דאס קען ער זייער גוט!!!

ווען די רעכטע ווייסע אמריקאנער נעא-נאציס האבן געהארגעט און פארוואנדערט אומשולדיגע מענטשען אין שארלאטסוויל זאגט טראמפ אז ״סאיז דא פיינע מענטשען אויף ביידע זייטן״ אבער ווען ס׳קומט צו ארימע ספאנישע וואס קומען נעבעך ארבעטן דא ביטער און שווער פאר א פארשטינקע געהאלט, זיי צאלן דא טעקסעס unlike דער שווינדלער טראמפ וואס האט זיין גאנץ לעבן געשווינדלעט און נישט באצאלט זיינע טעקסעס, און קיינמאל אין זיין לעבן נישט געארבעט פיזיש שווער פאר א געהאלט, זענען די ספאנישע יא ערליכע איינשטענדיגע מענטשען וואס ארבעטן שווער צו סופּארטען זייער פאמילעס
און באצאלן זייערע טעקסעס, און לויט מעגא זענען די נעבעכדיגע מענטשען וואס ארבעטן שווער און טשעפענען נישט קיינעם דא- זיי זענען גאר די קרימינאלן וואס מ׳דארף ארעסטירן…!!!

יא יא!!!

כ׳האב זייער ליב ווען די רעפובליקאנער זאגן אז זיי זענען דא פאר Law in order…. אוואדי…

ווען זיי האבן פארלוירן די עלעקשאן און געוואלט גאנבענן די פרייע עלעקשאונס און זיי האבן באפאלן די קעפיטאל מיט געוואלדטאטן, געהארגעט מענטשען און פאליציי אפיצירן, געוואלט הענגן זייער אייגענע ווייס פרעזידענט, פארוואונדערט הונדרעטער מענטשען- די אלע מענטשען זענען נישט קיין קרימינאלן לויט טראמפ, נאר די ארימע אַמיגאָוס, די דעליווירי בוי׳ס וואס שלעפן ארויף די קעיסעס ספרינג-וואטער מיט קעיסעס גרעיפּ דזשוס אויף די טאַפּ פלאָר אָן קיין עלעוועיטאר זיי דארף מען שיקן קיין על-סאלוואדאר אין concentration camp…
זייער גאנצע עבירה איז סה״כ אז זיי זענען ארים, ווייל היינטיגע צייטן דא אין אמעריקע קען מען זיין די גרעסטע קרימינאל אויב מ׳האט געלט צושמירן טראמפ׳ס רעדער. אמאל האבן עס די פאליטשאנס באהאלטן, טראמפ טוט אלע קרימינאלע שטיק אפען אן קיין שום בושה…

די חוצפה פון די רעפובליקאנער צוזאגן אז זיי זענען אויף די זייט פון law and order ווען זיי ארעסטירן טויזענטער אומשולדיגע מענטשען וואס זענען נישט קיין קרימינאלן, און צוטיילן פאמיליעס, צונעמען קינדער פון עלטערן, און עלטערן פון קינדער איז אין לשער… קיין איין נארמאלע מערב-וועלט לאנד טוט דאס נישט!!!
און נאכדערצו ווען סאיז אָן Due process!
קיינער וויל נישט לעבן אין א לאנד ווי פעדעראלע אגענטס קומען אנגעטוהן מיט מאסקס און כאפן מענטשען אויף די גאס און שלעפן זיי אריין אין א ווען און פאר יענער האט א טשענס זיך צו פארענטפערן איז ער שוין אין א מעגא-פּריזען אין א טירט ווארלד קאנטרי…. קיינער וויל דעס נישט!!!

איך וויל פארשטיין איין זאך, די רעפובליקאנער און אלע רעכטע זענען אייביג פארנומען מיט ״סטעיט רייטס״ ווען ס׳קומט צו abortion, guns, marijuana. זיי האלטן זייער שטארק אז יעדער סטעיט האט א אייגענע government autonomy, ווי זיי קענען אליינס מאכן זייערע געזעצן. למשל אז איינער פון קאליפארניע פארט קיין סאוט קארליינע און ער ווערט אפגעשטעלט ביי די פאליצי מיט מאריוואנע וועלן זיי אים ארעסטירן, אפילו ער האט א רעצעפט פון א דאקטער אין קאליפארניע. די זעלבע זאך וועט זיין אז איינער פון אלאבאמע ווערט אפגעשטעלט אין ניו יארק מיט א גאן, וועט ער ווערן ארעסטירט אפילו ער מעג לעגאל האבן א גאן לויט די געזעצען פון זיין סטעיט.

פארוואס איז דאס אנדערש ביי אימיגראציע? רוב מענטשען אין קאליפארניע ווילן אז ספאנישע אימגראנטען וואס זענען נישט קיין גענג-מעמבערס אדער קרימינאלן זאלן מעגן דא ארבעטן, סאיז א חלק פון זייער עקאנאמיע, און ס׳ארבעט גוט פאר זייער סטעיט, פארוואס דא האט יא א רעכט די פעדעראלע גאווערמענט זיך אריינצומישן אין סטעיט רייטס?

שטעל אייך פאָר ווען א דעמאקראטישע פרעזידענט וואלט ארייגעגעאנגען קיין טעקסעס און ארקאנסאו מיט military force און זיי צוגענעמען אלע גאנס???

דאס איז עקזעקטלי וואס טראמפ טוט יעצט…

אמעריקע קוקט יעדען טאג מעהר און מעהר אויס ווי רוסלאנד!!!!
 
אבער וואס איז פשט אז די כאאס איז דווקא אין די דעמאקראטישע סטעיטס? געמאכט דורך די מענטשן פון יענע סטעיטס? זעהט אויס אז ס'האט עפעס מיט זיי.
 
@שבת אחים אויב די זענען דיינע חברים איז טראמפ יא גערעכט


פארוואס איז ער גערעכט? ער מעג נישט אריינקומען אין לאס אנדזשעלס מיט force, ער האט געוואוסט דאס גייט געשעהן.

ער איז גארנישט גערעכט, ער איז א טעראריסט, ער טעראריזירט אמעריקע.

סאיז פונקט ווי זאגן אז די נאציס זענען געוועהן גערעכט ווייל ווען זיי זענען אריינגעקומען אין די ווארשע געטא האבן די אידן געמאכט א אויפשטאנד…!!!
 
ער איז גארנישט גערעכט, ער איז א טעראריסט, ער טעראריזירט אמעריקע.
טעראריסטען זענען די וואס האבן זיך צופירט אין די גאסן פון CA, פארברענען קאר'ס, געפלינערט געשעפטען, איש את רעהו חיים בלעהו, גאנץ פשוט ווי זיי זענען באקוועם מיט די חאמאס פאן

די BLM ראיאטען ביזטו אויך מצדיק?

עס איז דא וועג צו פראטעסטירען מבית ומבחוץ, און אפילו ווען עס ארבעט נישט איז דאס נישט קיין מהלך, אדרבא עס ווייזט מיט וועם מיר האנדלען
איך בין נישט געקומען דא באשיצען טראמפ כ'האב איהם עקסטער נישט ליעב, אבער דיינע בילדער ברענגען ארויס די פארקערטע פון דיין מטרה
 
@שבת אחים אויב די זענען דיינע חברים איז טראמפ יא גערעכט
זיי זענען נישט מיינע חברים, און נישט מיינע שונאים, זיי זענען ״מענטשען״ פונקט ווי איך און דו - און צו מענטשען דארף מען זיך אויפפירן ״מענשטליך״ נישט ווי קיין חיות!!!!

זיי זענען ארימע מענטשען וואס האבן זיך געמוטשעט אין זייער לעבן, און זענען ענדליך אמגעקומען קיין אמעריקע, זיך אויסגעלערענט ענגליש, און ארבעטן שווער און ביטער פאר א פארשטינקע פּאר גראשען, זיי העלפן ארויס אונזער עקאנאמיע, זיי זענען ערליך, זיי שטערן נישט קיינעם, זיי באצאלן זייער טעקסעס…

ווייל זיי זענען ברוין און ארים מעג מען זיי פייניגן?

טראמפ און מאגא ווילן צוריקשיקן איבער א האלבע מיליאן מענטשען קיין ווענזעוועלע, און דארט ארבעט עס אויב איינער אנטלויפט און ער קומט צוריק איז דא מעהר ווי פופציג פראצענט טשאנס צו באקומען ״טויט שטראף״

רעפובליקאנער וואס שרייען אז זיי זענען פּראָ-לייף האבן נישט קיין פראבלעם צו הארגענען 250 טויזענט מענטשען
פּראָ-לייף מיין טאכעס…!!!

איבער דריי הונדערט טויזענט קינדער זענען געשטארבן אין די לעצטע דריי חדשים וועגן צוויי ביליאנערן טראמפ און מאסק וואס האבן זיך קיינמאל אין לעבן נישט אמת׳דיג געפלאגט פאר א דאללער זיי גייען און פּלאגן אויס פּראגראמען וואס לויפן שוין פאר איבער זעכציג יאהר- פון איין מינוט אויפן צווייטען!!! אפילו לאמיר זאגן אז אמעריקע קען דאס נישט אפפאדערן, טאר מען דאס נישט אפּשטעלן פון איין מינוט אויף די אנדערע, ווען אוזיפיל מענטשען פארלאזן זיך אויף דעם, מ׳דארף קודם זעהן ווער ס׳קען עס איבערנעמען, צי א צווייטע לאנד אדער טשערעטי ארגאנאזאציעס, ס׳פונקט ווי ארויסווארפן א מענטש פון א דירה וואס ער האט שוין געוואוינט דארט 60 יאהר פון איין מינוט אויפן צווייטן ווייל ער האט באצאלט שפעט רענט…. נאר אסאך ערגער- ווייל ארויסווארפן א מענטש פון א דירה הארגעט נישט קיין קינדער געווענטליך, אבער פונקט ווי יעדער פארשטייט אז אפילו איינער הערט אויף צאלן רענט טאר מען אים נישט גלייך ארויסשטעלן אויף די גאס…
IMG_1901.jpeg
 
לעצט רעדאגירט:
טעראריסטען זענען די וואס האבן זיך צופירט אין די גאסן פון CA, פארברענען קאר'ס, געפלינערט געשעפטען, איש את רעהו חיים בלעהו, גאנץ פשוט ווי זיי זענען באקוועם מיט די חאמאס פאן

די BLM ראיאטען ביזטו אויך מצדיק?

עס איז דא וועג צו פראטעסטירען מבית ומבחוץ, און אפילו ווען עס ארבעט נישט איז דאס נישט קיין מהלך, אדרבא עס ווייזט מיט וועם מיר האנדלען
איך בין נישט געקומען דא באשיצען טראמפ כ'האב איהם עקסטער נישט ליעב, אבער דיינע בילדער ברענגען ארויס די פארקערטע פון דיין מטרה
האק נישט אין קאפ אריין!!!
גיי לערן היסטאריע… אלע דיינע רעכטן וואס דו האסט, איז ווייל מ׳האט פּראטעסטירט אין די גאסן…

מענטשען- רעכטן קומען נישט פון אויבן אראפ- ס׳קומט פון אינטען ארויף.

יא די BLM פראטעסטן איז געוועהן גערעכט.
די גניבות אין די געשעפעטן האבן גארנישט געהאט צוטוהן מיט די פּראטעסטירער! זעראו! נאר שלעכטע מענטשען האבן אויסגעניצט די גלעגענהייט צו גאנבענן ווען סאיז געוועהן כאאס אין די גאסן און ווען די פאליציי זענען געוועהן איבערגעשטרענגט…

די אלע כאאס אין אמעריקע האבן די רעפובליקאנער אנגעמאכט, פירטס ענק אויף ווי נארמאלע מענטשען, קומסט נישט ן׳Profile מענטשען אין האום דיפאו ווען די גאנצע סטעיט איז קעגן דעם.

סאיז פונקט ווי א דעמאקראטישע פרעזידענט וואלט אריינגערופן די נעשענאל גארדס קיין טעקסעס אוועקנעמען זייער גאנס.

טראמפ האט געוואוסט פונקטליך וואס ס׳גייט געשעהן דא און האט עס דווקא געטוהן.
 
View: https://youtu.be/CTXRh0_UpkY?si=-ojBGwyS6AwIf3aY


די אמעריקאנע-היטלער ימ”ש שיקט אריין 700 קאָזאַקן…
פשוט וועגן Law and order… טראמפ דער קרימינאל גייט אינפארסירן די געזעץ… נאר אויב ס׳איז דעמאקראטן וואס פראטעסטירן, אויב זענען זיי רעפובליקאנער און זיי הארגענען פאליס אפיצירן און באפאלן אונזער קעפיטאל און געוואלט גאנבענן די פרייע עלעקשונס, און אפילו נאכדעם וואס זיי האבן געהאט א טשאנס צו א ״יושר׳דיגע פּראצעס״ און זיי זענען באשולדיגט געווארן האט ער זיי באפרייט, יעצט דער קאַפּאָ סטיווען מיללער (וואס איז א קינד און א אייניקל פון ליידער יודישע ליטווישע אימגראנטען) ער שרייט אז די מענטשען וואס פראטיסטירן אין די גאסן זענען insurrectionist…
נישט די מענטשען וואס האבן באפאלן די קעפיטאל יאנעווער דעם זעקסטען נאר די מענטשען וואס ווילן נישט צולאזן אז מ׳זאל אפטיילן קינדער פון עלטערן, און פארשיקן מענטשען צו די ערגסטע לענדער אויף די וועלט, וואו עס איז דא א גרויסע טשאנס אז זיי גייען זיצן זייער גאנץ לעבן אין א שרעקליכע תפיסה אדער געהארגעט צו ווערן פשוט ווייל זיי זענען אנטלויפן פון די רעזשים!!!

ס׳איז בערך די זעלבע בחינה ווי ווען סטיווען מיללער׳ס עלטערן וואלטן געוואוינט דא אין אמעריקע אין 1943 און די אמעריקאנע גאווערמענט וואלט זיי צוריקגעשיקט קיין אייראפע ווי מ׳וואלט זיי גלייך אריינגעווארפן אין טרעבלינקע אדער אוישוויץ….

סטיווען מיללער ימ״ש האט אריינגעגעבן א אָרדער אז מ׳זאל יעדען טאג דעפאטירן דריי טויזענט מענטשען פון קאליפארניע, אָן דעם וואס זיי האבן בכלל נישט געלאזט וויסן די לאוקעל אָפישעלס, און זיי ניטאמאל געגעבן א טשענס פאר די סיטי זיך אנצוגרייטן פאר די כאאס און ראיאטן כאטש מיללער מיט טראמפ האבן גוט געוואוסט וויאזוי ס׳גייט זיך אויסלאזן!!! זיי האבן דאס דווקא געטוהן זיך נוקם צוזיין אין די דעמאקראטן- גארנישט מיט law and order.
 
לעצט רעדאגירט:
אבער וואס איז פשט אז די כאאס איז דווקא אין די דעמאקראטישע סטעיטס? געמאכט דורך די מענטשן פון יענע סטעיטס? זעהט אויס אז ס'האט עפעס מיט זיי.
כאאס געשעהט אין סיטי׳ס נישט אין סוואן לעיק…!

די ערשטע 230 גרעסטע סיטי׳ס אין אמעריקע געוואונען אייביג די דעמאקראטען!!!


אפילו די דריי גרעסטע סיטי׳ס אין טעקסעס איז גאר שטארק לינק (אפשר נאך מעהר ווי ניו יארק אין געוויסע פלעצער ווי הוסטאן) די זעלבע איז אין אייאווע, איך בין ארומגעפארן אין די גאנצע סטעיט דארט שוין מעהר ווי איינמאל (איינמאל מיט בערני סענדערס די ערשטע מאל ווען ער איז געלויפן, איך האב דאן באגלייט טורקס, טערקילטויב- מחסידי וויזניץ) אין כמעט גאנץ אייאווע, רוב פלעצער האט מען געקענט פארן 50 אדער אפילו הונדרעט מייל, און מ׳זעהט גארנישט אויסער קירכעס, קארן פעלדער, פערדן, קיען און אקסן, רוב פלעצער איז בכלל נישט געוועהן קיין סערוויס און קיין אינטערנעט, אבער פלוצלינג ווען מ׳קומט אָן צו די גרויסע שטאט דארט Des Moines און דו מיינסט אז דו ביסט אין מאנהעטן…. די שטאט געוואונען די דעמאקראטן שטערקער ווי זיי געוואונען אין ניו יארק סיטי!!! אינמיטן אייאווע!!!!

יעצט ווילסט רעדן וועגן רעכטע און לינקע סטעיטס???

ביסט זיכער??? דאס איז א אנדערע שמועס אינגאנצן, און איך וועל בלי נדר עפענען א עקסטערע שנירל איבער דעם.

קוק קודם אויף וועלכע שטעט per capita האבן די גרעסטע ארימקייט, די מערסטע עדיקשאונס צו דראגס, די מערסטע פאליציי ברוטאלעטי, די מערסטע שיסערייען, די ווייניגסטע מענטשען עדיוקעיטעט וכו׳ וכו׳

ספּוילער אלערט! די ערשטע צעהן בעסטע און רייכעסטע סטעיטס זענען בלוי, די צעהן ארימסטע און ערגסטע סטעיטס זענען רויט!!!

ווען מ׳זאל וועין צאמשטעלן אלע קאונטיס פון די רעכטע און אלע קאונטיס פון די לינקע (נישט בלויע און רויטע שטעט) נאר קאונטיס, דאס מיינט אלע גרויסע סיטי׳ס אין טעקסעס און פלארדיע און אלע אנדערע רעכטע סטעיטס אויך. און מ׳זאל עס צוטיילן אין צוויי לענדער.

די דעמאקראטישע לאנד וואלט געוועהן די רייכסטע לאנד אין די היסטאריע פון לענדער, מיט די גרעסטע חכמים און סייעניטסן, די מערסטע פארגעשריטענסטע לאנד אין די היסטאריע פון לענדער און די רעפובליקאנער לאנד וואלט אויסגעקוקט ווי יוגעסלאוויע פאר דריי הונדערט יאר צוריק
קוק די חילוק פון וועסט ווירדשיניע און קאנעדיקוט, זיי זענען איינס לעבן צווייטן, איינס איז די פון די רייכסטע סטעיטס מיט די lowest crime ראטע און די אנדערע איז פונקט פארקערט….

מ׳קען היינט אלעס אויפקוקן שעפעלע טייערער….
 
לעצט רעדאגירט:
במחילת כבודך

טראמפ איז שוין אין זיין צווייטער טערמין, און אינצווישן האט מען טאקע אויסגעוועהלט אז צווייטער
און רוב אמעריקאנער האבן פארשטאנען אז טראמפ איז יא בעסער און אים אריין געוועלט...
 
משל למה הדבר דומה. מען קומט ארייט ביי ר' זלמן לייב'ן אין שול און מען שרייט זאלי פוי (שמחת תורה) אדער אין גרויסן בהמ''ד אין קר''י און מען שרייט אהרן פוי ( שפיטיווקא אלערט). אדער אריק שרון גייט ארויף אויפ'ן הר הבית מיט פאר הונדערט מתנחלים וואס? כ'האב געמיינט אז עס איז שלום! וכדומה.
ווייאלענס איז נישט דזשאסטיפייד. אבער ווען א מענטש בעט דאס, האב איך נישט קיין רחמנות ווען ער באקומט דאס.
ווען אייס גייט אריין אין לאס אנדזשעלעס און ארעסטירט אומלעגאלע נישט קרימינאלע אימיגראנטן. וואס האבן זיי געמיינט אז עס ווערט געשען? די אלע ציונימ'לעך וועלכע גייען צו פרא פאלעסטיין פראטעסטן און כאפן מכות, פארוואס וויינען זיין צו די מידיא דערנאך? האסטעך עס געבעטן!
 
במחילת כבודך

טראמפ איז שוין אין זיין צווייטער טערמין, און אינצווישן האט מען טאקע אויסגעוועהלט אז צווייטער
און רוב אמעריקאנער האבן פארשטאנען אז טראמפ איז יא בעסער און אים אריין געוועלט...
במחילת כבודך,

טראמפ האט קיינמאל נישט געוואונען קיין רוב אמאריקאנער…

קיינמאל נישט!!!!
רוב אמעריקאנער זענען אסאך קלוגער פון דעם!!!
אפילו פאריגע מאל ווען ער האט ״געוואונען שטארק״ האט ער געהאט וויינגער ווי פופציג פראצענט פון די וואוטס, איך למשל האב בכלל נישט געוואוט- און מעהר מענטשען אין אמעריקע האבן בכלל נישט געוואוט ווי געוואוט פאר טראמפ!!!

די דעמאקראטן האבן אייביג די popular vote אין די לעצטע דרייסיג יאהר חוץ דאבליו בוש׳ס צווייטע טערמין ווען סאיז געוועהן אינמיטן די מלחמה אין אפגאניסטאן, גלייך נאך 9/11.
און די לעצטע מאל אין 2024 ביי טראמפ, די דעמאקראטן האבן געהאט אין total פינף מיליאן וואוטס ווייניגער די מאל ווי אין 2020
די סיבה דערפאר איז ליידער וועגן די אידן… (די אידן זענען אייביג שולדיג…!) די עקסטרעימע ליבעראלע אין די היינטיגע קאלעדזשוס וואס זענען ליידער פּרא-כאמאס און אנטי ישראל, האבן געפרעגט קאמעלע העריס וואס אירע פּאליסיס גייט זיין וועגן ישראל, האט זי געענטפערט אז זי זעהט נישט קיין סיבה פארוואס זי זאל נישט ווייטער גייען מיט די פאלסיס פון ביידען, און העלפן מדינת ישראל זיך צו דיפענדען דורך זיי געבן וואפן און געלט, און זיי- די לינקע זעהן בילדער פון רוב הייזער אין גאזא זענען צופאלן און אסאך טויטע קינדער ליידער, און זיי בלעימען די מדינה פארדעם, ווייל זיי פארשטיין נישט די פּאלטיקס דארט, און כאפן נישט אז די אראבער אין עזה זענען טאקע א גרויסע רחמנות, אבער שולדיג אין דעם זענען קלאר נישט די מדינה נאר זייערע אייגענע פירער, די פירער פון כאמאס ווערן רייך אויף די חשבון פון זייער אייגענע ברודער… אויך קוקן זיי אָן איינעם מדינת ישראל ווי א גרויסע מעכטיגע בער אנטעקן אפאר צוריקגעשטאנענע פּאסטוכער פון די אנדערע זייט, און זיי מיינען אז זיי טוהן גוטס מיט פארטעסטירן אנטעקן זיי, עכ״פ, מ׳קען קלאר זעהן איז אין total פון די וואוטס פון די לעצטע עלעקשאן אז ס׳איז געוועהן מיליאנען מענטשען וואס האבן נישט געוואוט ווייל זיי האבן געהאלטן אז ביידע פון זיי גייען הארגענען קינדער דורך שטיצן די מדינה… איך גלייב רוב פון די עקסטרעימע ליבעראלען וועלן מעהר נישט מאכן אזא טעות… נעקסטע עלעקשאונס גייען זיי אלע לויפן צום שטום-בודקעס ווי פארסאַמטע מייז…)

יעצט ווילסט וויסן צי רוב מענטשען אין אמעריקע זענען רעכט אדער לינק???

רוב דעמאקראטישע פּאליסיס ווי גאן קאנטראל, מאריוואנע, געי מערידזש, פאליס און פּריזאן רעפארם, אימגראנטן, די רייכע זאלן באצאלן מעהר טעקס, סאושעל פראגראמען פאר די ארימע, ענווייערמענטל פּאליסיס וכו׳ האבן די דעמאקראטן אייביג בערך 70 פראצענט פון אלע Polls, אפילו לויט אלע רעכטע polls זינט נאך רעיגענס צייטן- די לינקע זענען די רוב אין אמעריקע בלי שום ספק!!! בערך א דריטעל פון די לינקע מענטשען אין אמעריקע וואוטן קיינמאל נישט! ספעציעל אויב זיי וואוינען אין גרויסע שטעט ווי ניו יארק און קאליפארניע וואו זיי ווייסן זיי גייען במילא געוואונען די סטעיט און האלטן אז זייער וואוט מאכט בכלל נישט אויס!!!


יעצט לאמיר זאגן אז טראמפ האט יא געוואונען רוב אמעריקע דאס מיינט ער קען טוהן וואס ער וויל, און קיינער טאר גארנישט זאגן??? דאס מיינט ער מעג זיין א דיקטעטר? היטלער האט אויך געוואונען לעגאל די וואלן עכ״פ פונקט ווי טראמפ האט ער זיכער געוואונען- אויך נאר עפעס דרייסיג פראצענט און די רעשט איז געוועהן צוטיילט צווישן אסאך קאנדידאטן.. קים דזשאנג אָן האט אויך געוואונען די וואלן, האסטו געהערט א מעשה…!

און בד״וו קוק אויף אלע זיינע polls ער האט שוין לאנג נישט די שטיצע פון רוב לאנד אסאך מענטשען וואס האבן געוואוט פאר אים אפילו פון די רעכטע לאגערן האבן שוין לאנג חרטה געהאט, ווען זיי האבן קלאר געזעהן אז ער איז קאראפּטירט פון קאפ ביז פוס און יעדער אראבער מיט אביסל אויל קען אים אינטערקויפן… בען שפירא זינגט שוין לאנג א אנדערע ניגון….

IMG_1902.jpeg
IMG_1906.jpeg
 
לעצט רעדאגירט:
אבער וואס איז פשט אז די כאאס איז דווקא אין די דעמאקראטישע סטעיטס? געמאכט דורך די מענטשן פון יענע סטעיטס? זעהט אויס אז ס'האט עפעס מיט זיי.
גייט מיר נישט אן ווער ס׳איז שולדיג, ביידען איז געווען פרעזידעדט פאר 4 יאר און ס׳איז געווען רוהיג.
 
Back
Top