בילדער פון דער נייער גאלדענער עפּאכע אין אמעריקע

איך גיי אפי' נישט אריינקוקן אין דער קליפ וואס קומט מיט אזא טיטל. מיינסטס שרייט ער דאך דארט לכאורה אז טראמפ מאכט דא אזא דאפעלטע האלאקאסט. איז אויב אזוי מאך נאר זיכער איינמאל מ'האלט נאכדעם מיר צו לאזן וויסן, אזוי וועט איך זיך קענען אפגעבן מיט די קבורה....
ניין! ער זאגט נישט קיין שום האליקאוסט, ער זאגט עפעס אנדערש אינגאנצן. און ער זאגט די אמת, וואס דו זאגסט, ווייס איך נישט פונקטליך…. און איך פארשטיי עס נישט.

הער אויס! כ׳גיי דיך איינשפּאָרן אסאך צייט, סיי פאר דיר און סיי פאר אנדערע דא. איך גיי דיר אויסזאגן א גרויסע סיקרעט, און איך האף ס׳גייט דיך נישט פערזענליך באַדערן. אבער דאס איז די ריינע אמת, אפילו סאיז אפשר נישט אזוי געשמאק צוהערן.

ס׳אינטערסירט מיך נישט וואס דו הערסט יא און וואס דו הערסט נישט, ס׳אינטערסירט מיך נישט צי דו לייענסט יא וואס כ׳שרייב צי דו ליינסט נישט וואס כ׳שרייב, ס׳אינטערסירט מיך נישט וואס דו האסט היינט געגעסן פאר פרישטיג, און אפילו וועמען די שטיצט, אדער פאר וועמען דו גייסט וואוטען אין די נעקסטע עלעקשאונס, ס׳אינטערסירט מיך גארנישט, זעראו!

סארי אבער דאס איז די אמת! ממילא נעקסטע מאל דו ווילסט נישט עפעס ליינען וואס איך האב דא געשריבן דארפסטו קיינעם נישט מעלדן!

די איינציגסטע זאך וואס איך גיי טוהן איז, טאמער דו גייסט עפעס שרייבן וואס איז נישט אויסגעהאלטן, אדער סאיז שקר, און אז דו שרייבסט עפעס וואס איז ווערט צו ענטפערן, און טאמער פונקט איך וועל האבן צייט און נערווען וועל איך מיך אָננעמען פאר די אמת, נישט פאר אהרן, נישט פאר זלמן לייב, נישט פאר די יענקיס נישט פאר די מעטץ, נישט פאר די דעמאקראטן, און נישט פאר די רעפובליקאנער, איך בין נישט אויף קיין איין זייט נישט, איך בין אויף די זייט פון די אמת. איך האב דא געשריבן אין די שנירעל אפאר זאכן וואס איך בין קעגן די ליבעראלן און די דעמאקראטן, און איך וועל ווייטער שרייבן נאר די ריינע אמת, נישט קיין חילוק ווער ס׳איז אדער וועלכע פארטיי ס׳איז.
 
לעצט רעדאגירט:
וואס אהרן מיט זלמן לייב? וואס? וואס רעדסטו? ווער ס׳נעמט זיך אן פאר פרייעהייט, נארמלקייט, יושר וצדק, פאר די ענווייערמענט, יוסטיץ און פרידאם זענען פונקט אזויווי די מענטשן וואס שלאגן זיך וועגן אהרן מיט זלמן לייב????
איך האב עס געשריבן צי @אפיקורוס,

איך זעה אז ווען איך שרייב עפעס צי דיר @שבת אחים קומט @אפיקורוס צי לויפן אין דיין דיפענס
אין ווען איך שרייב עפעס צי @אפיקורוס קומסטו @שבת אחים צי זיין דיפענס

סא ס'טוט זיך דא א געמישאכטס, אין איינער וואס קומט יעצט אריין דא אינעם שמועס וועט מיינען איך בין ר"ל משוגה געווארן, אדער קענסער גאר ווייל איך האב געשטימט פאר טראמפ?
 
לעטס טריי דיס עגעין..

פארוואס? ווייל איך ווייס די גייסט נאך איין טאג איבערבעטן דעם עולם דא פאר אפסטעמפלען א גרויס חלק אמעריקע,
אינקלאדינג דיינע ברידערס אין שוועסטערס אלס קענסער געליטענע,

איך פארשטיי די ביזט זייער פעשענעט וועגן די פאלאסיס וואס טראמפ האט,
אין ווי אזוי ער באנעמט זיך מיט מענטשן וואס האבן קיינמאל נישט געטשפעט א פליג ווי מיסט,

אין איך האב נישט קיין שום פראבלעם מיט דעם, ס'איז אפילו דא זאכן וואס איך קען עגריען אויך,

אבער איך וויל דיר עפעס פארשטיין געבן, האלט קאפ.

אפשען #1
פרעזידענט - ביידן
פאליסי - אפענע בארדער
וואס געשעט - ס'קומען אריין אין אמעריקע אימשילדיגע הארד ווארקינג גוטע מענטשן
אבער ווער נאך - מאנסטערס וואס רעיפן אין הארגענען אמעריקאנע סיטיזענס
אפשען #2
פרעזידענט - טראמפ
פאליסי - קלאוס בארדער - אין יעדער וואס אין אמעריקע אימליגאל ווערט דעפאטירט
וואס געשעט - מ'טראסקעט ארויס מאנסטערס וואס האבן בליט אויף זייער הענט
אבער ווער נאך - אימשילדיגע הארד ווארקינג גוטע מענטשן

יעצט, נאן אף די עבאוו איז פערפעקט, אבער דאס זענען די אפשענס, ס'איז א פעקעדזש!

יעצט פארוואס ווען איינער שטימט פאר די צווייטע אפשען איז ער א קענסער פאר אמעריקע?

ער טאר נישט ווילן אז מ'זאל ארויסטראגן בליט דורשטיגע רוצחים פון אמעריקע?

ער ווייסט אויך אז אויב ער שטימט פאר טראמפ וועלן אויך מיטגיין אומשילדיגע מענטשן... אבער וואס קען ער טוען?

זאל ער יעצט שטימען פאר אפשען #1 וואס גייט אריינברענגן נאך רוצחים אין אמעריקע?
 
ליידער איז דאס נישט קיין זעלטענע ערשיינונג, קוק אויף דעם נארישן פאדקעסט:
View: https://x.com/canarymission/status/1948359733951250561


איך ווייס גאר נישט צו ס'איז רעכטע נאציס, אדער לינקע נאציס, ס'גייט מיר נישט אן, די מצב איז שוידערליך!
איך ווייס נישט ווער די חברה זענען, אבער ס'זענען דא אזעלכע חברה היינט צוטאגס אויף ביידע זייטן פון די פאליטישע ארענע.
 
לעטס טריי דיס עגעין..

פארוואס? ווייל איך ווייס די גייסט נאך איין טאג איבערבעטן דעם עולם דא פאר אפסטעמפלען א גרויס חלק אמעריקע,
אינקלאדינג דיינע ברידערס אין שוועסטערס אלס קענסער געליטענע,

איך פארשטיי די ביזט זייער פעשענעט וועגן די פאלאסיס וואס טראמפ האט,
אין ווי אזוי ער באנעמט זיך מיט מענטשן וואס האבן קיינמאל נישט געטשפעט א פליג ווי מיסט,

אין איך האב נישט קיין שום פראבלעם מיט דעם, ס'איז אפילו דא זאכן וואס איך קען עגריען אויך,

אבער איך וויל דיר עפעס פארשטיין געבן, האלט קאפ.

אפשען #1
פרעזידענט - ביידן
פאליסי - אפענע בארדער
וואס געשעט - ס'קומען אריין אין אמעריקע אימשילדיגע הארד ווארקינג גוטע מענטשן
אבער ווער נאך - מאנסטערס וואס רעיפן אין הארגענען אמעריקאנע סיטיזענס
אפשען #2
פרעזידענט - טראמפ
פאליסי - קלאוס בארדער - אין יעדער וואס אין אמעריקע אימליגאל ווערט דעפאטירט
וואס געשעט - מ'טראסקעט ארויס מאנסטערס וואס האבן בליט אויף זייער הענט
אבער ווער נאך - אימשילדיגע הארד ווארקינג גוטע מענטשן

יעצט, נאן אף די עבאוו איז פערפעקט, אבער דאס זענען די אפשענס, ס'איז א פעקעדזש!

יעצט פארוואס ווען איינער שטימט פאר די צווייטע אפשען איז ער א קענסער פאר אמעריקע?

ער טאר נישט ווילן אז מ'זאל ארויסטראגן בליט דורשטיגע רוצחים פון אמעריקע?

ער ווייסט אויך אז אויב ער שטימט פאר טראמפ וועלן אויך מיטגיין אומשילדיגע מענטשן... אבער וואס קען ער טוען?

זאל ער יעצט שטימען פאר אפשען #1 וואס גייט אריינברענגן נאך רוצחים אין אמעריקע?
צו זיין אויפריכטיג בין איך נישט קאנווינסד אז די 'גאנצע' פראבלעם מיט אימיגראנטן איז אז ס'קומען אריין א הייפעלע רוצחים. און אויך נישט אז די סיבה ארויסצושטעלן די חברה דארף זיין דווקא וועגן רציחה. בכלל בין איך נישט אזוי איינזייטיג אויף די גאנצע נושא. אזויפיל יא, טראמפ האט אלע רעכטן צוריק צו שיקן מענטשן וואס זענען נישט דא לעגאל פונקט אזויווי די רעגירונג פייניגט די נאכט פון 'נארמאלע' מענטשן טאג איין און טאג אויס. פונקט אזויווי ביידן האט רעכט צו גנב'נען מיין אייגן לעבּאָר און מיר פארקנעכטן מיט אזא פערציג פראצענט פון מיין פארדינסטן צו געבן געלט פאר אומשולדיגע אימיגראנטן. טראגט נאך טראמפ אזא רעכט זיי ארויסצושטעלן פון דא. זיי גייען נישט גע'הרג'ט ווערן ס''ה גייען זיי צוריק צו וואו זיי קומען פון.
 
IMG_2520.jpeg
IMG_2515.jpeg
IMG_2516.jpeg
IMG_2517.jpeg
IMG_2518.jpeg
 
איך ווייס נישט ווער די חברה זענען, אבער ס'זענען דא אזעלכע חברה היינט צוטאגס אויף ביידע זייטן פון די פאליטישע ארענע.
מענטשן וואס ליבן היטלער איז כמעט נאר דא אויף די רעכטע זייט
 
אזוי איז געווען ביז יעצט, כ'האב אבער מורא אז ס'פאנגט אן צו אנקומען צו די עקסטרעם לינקע אויך. ה"י
 
יא אוואדי רוב מענטשען האבן געוואוט פאר אים, ער האט שטארק געוואונען!!!

א מכה! ער האט נישט גארנישט!!! א פייג האט ער די מענטשען אין אמעריקע!!!

טראמפ, מאגא, די אמעריקאנע נאציס, די צוריקגעבליבנע רעדנעקס, און ענק חרדישע אידן, קענען שוין אנפאנגען צו פּלאנען וויאזוי צו גאנבענן די נעקסטע עלעקשאונס, און וויאזוי די נעקסטע יאנאווער דעם זעקסטן גייט אויסקוקן.

לויט די יעצטיגע פאולס קוקט נישט אויס ווי ענק גייען געוואונען אזוי שנעל נאכאמאל.

די עקאנאמיע איז נישט גוט, אינפלאציע איז נאר ארויפגעגעאנגען, אינטערעסט ראטעס איז נישט גוט, טרעיד דיעלס איז נישט גוט, די מלחמות אין די מיטעל איסט און אין אייראפע האט זיך נאר פארערגערט, נישט אהיימגעברענגט די משכונות, צענדליגער מיליאנען ארימע מענטשען פארלירן זייערע בענעפיטס, די מאראל אין אמעריקע איז נישט גוט, די פרעזידענט און זיין אדמינסטראציע קאָווערן אָפ פאר פּעדיפיליע, די ענווייערמענט איז נישט גוט, העלטקעיר איז נישט גוט, די מענטשען אמעריקע זענען שטארק צוטיילט און נישט באחדות.

גארנישט טויג נישט!

קיינער פון די זאכן וואס טראמפ האט צוגעזאגט האט ער נישט אויסגעפירט, חוץ די גרינגע זאכן ווי טוהן סתם רשעות פאר מינארעטיס - וואס איז בכלל נישט פאפולער אין אמעריקע- נאר ווען מ׳דעפאטירט אמתע קרימינאלן. נישט ווען מ׳טוט וואס דער קאַפּאָ סטיווען מיללער טוט מיט אומשולדיגע ארימע מענטשען וואס האבן קיינעם געטשעפט!

הייבט שוין אָן צוארבעטן צו גאנבענען די נעקסטע עלעקשאונס - אפשר די מאל וועט עס געלונגען, אז מ׳הייבט אָן פרי. אפשר די מאל זאלן ענק הארגענן אסאך מעהר קאַפּס ווי פאריגע מאל, אפשר זאלן ענק צוברעכן די מאל אלע פענסטערס פון די קעפּיטעל, אפשר די מאל זאלן ענק נישט נאר וועלן הענגען די ווייס פרעזידענט, נאר די מאל זאלן ענק הענגען אלע דעמאקראטן אויך…
ענק דארפן טראכטן out of the box. סתם הענגען איין ווייס פרעזידענט און צוברעכן נאר אפאר פענסטערס וועט נישט מאכן די דזשאב, די מאל זאלן אלע מענטשען פון די סאוט וואס דרייווען א פּיקאָפּ טראק מיט 77 אמעריקען פלעגס זאלן קומען צופארן און מאכן סדר.

אָה און פארגעסט נישט צו ברענגן אלע נאצי העמדער, מיט אויפשריפטן וועגן אוישוויץ…

IMG_2521.jpeg
 
מענטשן וואס ליבן היטלער איז כמעט נאר דא אויף די רעכטע זייט
ס'מאכט נישט קיין ריזיגע נ''מ צו ס'איז היטלער פערזענליך וואס מען האט ליעב אדער בלויז נאר די האלאקאוסט.....
 
דעמאקראטן האבן דאס אמאל געטוהן??? דעס הייסט גלייך? וואס גלייך? ווען גלייך? זיי זענען שוין גארנישט גלייך!
די יעצטיגע רעפובליקאנער ״ביג ביוטעפיל בילל״ ווארפט אראפ איבער צעהן מיליאן ארימע מענטשען פון מעדיקעד, און שנייט פון מעדיקעד און פון פודסטעמפס פון אלע זייטן בשעת זיי לייגן צו טריליאנען צו די בודזשעט- וואס נאר וועגן זיי האט אמעריקע חובת, נאר וועגן זייערע פאליסיס.
און זיי געבן א ריזיגע טעקס ברעיק פאר די רייכעסטע מענטשען אין די לאנד!!!!

‏כ׳בעט דיך ברחמים שא עינך וראה!

ס'זענען דא וואס זאגן אזויפיל ווי 18 מיליאן!

לויט KFF און אפאר אנדערע וואס איך האב געליינט
 
ס'מאכט נישט קיין ריזיגע נ''מ צו ס'איז היטלער פערזענליך וואס מען האט ליעב אדער בלויז נאר די האלאקאוסט.....
האלאקאוסט שטיצער/דינייער איז אויך בעיקר אויף די רעכטע זייט (פון מיין איינדרוק)
 
ס'זענען דא וואס זאגן אזויפיל ווי 18 מיליאן!

לויט KFF און אפאר אנדערע וואס איך האב געליינט
ביטע לאזן וויסן ווען ער שטייגט איבער די צאל וויפיל אובאמא האט צוריקגעשיקט. דערווייל איז עס מערסטנס קאנספיראציעס און אנשרעקענישן.
 
ביטע לאזן וויסן ווען ער שטייגט איבער די צאל וויפיל אובאמא האט צוריקגעשיקט. דערווייל איז עס מערסטנס קאנספיראציעס און אנשרעקענישן.
ער רעדט פון אראפפאלן פון מעדיקעיד
 
@שבת אחים איך גיי מאכן איין פוינט. דו זאגסט אז די מעדשאריטי וואוטערס פון אמעריקא זענען א קענסער פאר אמעריקא. מאכט דאס אפילו סענס? אפשר ווייסטו נישט גענוי וואס אמעריקא איז?
מעדזשאריטי? וואס רעדסטו אבי אין די וועלט אריין, דזשאו ביידן האט אינמיטן א פאנדעמיק געהאט מיט א 4-5 מיליאן מער!

דו מיינסט די מעדזשאריטי פון די מענטשן וואס האבן די מאל געוואוט אפשר...

דא וואוטן דאך אפשר אזויפיל מענטשן ווי אין גואטאמאלא... אפשר

קוק עס אויף, פאנאמא, פערו, עקוואדאר, סינגאפור, אפילו סיריע האבן אסאך מער מענטשן וואס קומען ארויס, אפילו אין די לענדער ווי עס טאקע געפעלשט ווי אין ווענעזועלע מיט ניקעלאס מאדארא טיפ'ס... גלייבט דער עולם אז מ'דארף ווייזן אז אינז זענען קעגן.

משא"כ דא, ווח די מענטשן זענען דאך אזוי געספוילט און פארנארט, מ'איז דאך דא א באנדע אפיקורסים אינעם סיסטעם, זיי האלטן אז אלעס איז קארופט, גארנישט גייט נישט גישעהן, מ'קען קיינעם נישט גלייבן... איראניש די מער רעליגיעז די מער טשאנסן אז אין די דעמאקראטישע סיסטעם, דארט? נאופ. האלסט אז אויב זאלן אפילו 85% פון די וואוטינג פאפולאציע ארויסקומען וואלטן מיר געהאט א "מאדזשאריטי פאר א קענסער אגענדע" איך בין גארנישט אזוי זיכער.
 
ער רעדט פון אראפפאלן פון מעדיקעיד
אובאמאקעיר האט מיר פערזענליך צוגענומען מיין העלטה קעיר. ס'האט מיר געמאכט צאלן פאר העלטה קעיר א הון תועפות. ס'האט צופראסקעט די גאנצע אמעריקאנער העלטה קעיר מארקעט. איך ווייס נישט וואס דו ווילסט פון טראמפ. אובאמאקעיר איז געווען א גרעסערע חורבן ווי סיי וואס טראמפ קען אפי' טראכטן פון טוהן. די בעסטע פאליסי פארצייטנס האט געקאסט פיל ביליגער ווי די ביליגסטע פאליסי היינט. דריי א קאפ א צווייטן. טראמפ נעמט נישט צו קיין קעיר פון קיינעם. די אילעגאלע קענען און וועלן ווייטער זיצן אין די עמוירדזשענסי רום'ס. הער אויף מיט די לגיונות און קאנספיראציעס.
 
אובאמאקעיר האט מיר פערזענליך צוגענומען מיין העלטה קעיר. ס'האט מיר געמאכט צאלן פאר העלטה קעיר א הון תועפות. ס'האט צופראסקעט די גאנצע אמעריקאנער העלטה קעיר מארקעט. איך ווייס נישט וואס דו ווילסט פון טראמפ. אובאמאקעיר איז געווען א גרעסערע חורבן ווי סיי וואס טראמפ קען אפי' טראכטן פון טוהן. די בעסטע פאליסי פארצייטנס האט געקאסט פיל ביליגער ווי די ביליגסטע פאליסי היינט. דריי א קאפ א צווייטן. טראמפ נעמט נישט צו קיין קעיר פון קיינעם. די אילעגאלע קענען און וועלן ווייטער זיצן אין די עמוירדזשענסי רום'ס. הער אויף מיט די לגיונות און קאנספיראציעס.
ביטע זיי מיר מסביר וויאזוי די לאנגע סענטענס פרעגט איינעם אפ?

מוזט נישט... ס'איז גוט אזוי אויך. ביי מיר ביסטו די זעלבע חשוב
 
איי דיסעגרי
די ביוטי פון אמעריקא איז אז אפילו אזוינע משגעים קענען וואוטן און קענען אפילו ווערן פרעזידענט; געס וואט אפי דער שפיטיווקער דארף ס''ה האבן גענוג וואוטס.
צום פוינט.
איך האלט, איי מייט ביראנג, אבער איך פיל אז דער עיקר סיבה פארוואס טראמפ האט געוואונען איז געווען די אמעריקאנער מידקייט פון עליטיזם. די דעמאקראטן האלטן אז עס איז דא אן עקספערט קלאס, און נאר דעמאקראטן מעגן קוואליפיצירט ווער עס איז אן עקספערט, און זיי לעקטשורן דעם דומען המון.
וואס מער די עקספערטן וועלן זיך רעגן איבער דעם, אלס וויניגער וועט מען זיי אויסהערן. איך מיין אז פון אלע דעמאקראטישע שישקעס, איז AOC געוועזן די איינציגסטע וועלכע איז ארום געגאנגען צום המון טראמפ וואוטערס און געפרעגט פארוואס. די עליטע, זענען ביזי שרייבן פאפירן, זייער מסקנה איז אז זיי האבן נישט גענוג ''מסביר'' געוועזן פארן עוורידזש אמעריקאנער ווי דום ער איז. אנשטאט די דעמאקראטן זאלן זיין ביזי קאמוניקירן, זאלן זיין קודם אויסהערן.
אין טעאריע בין איך מסכים, עס איז אבער גאר מסוכן אזוי צו טראכטן, וויבאלד אזא מין מיינונג, צייגט אין מיין אפיניען נאיוויעטעי צום גאנצן כאראקטער וואס טראמפ איז באמת.

און איך בלעים דיר נישט, נאר ווען חרדים זאלן ווען ספענדן אביסל מער צייט צו פארשטיין ווער דער מענטש איז, ווי פאלש ער, און אלע זיינע געדאנקען זענען, ווי ריגריסעסיוו און צוריקצווועגס אים, און זיינע פארגייער אויף וועמען ער קוקט ארויף זענען געווען פאר אמעריקע וואלטן זיי קיינמאל נישט איבערגעזאגט וואס דו זאגסט דא.

נישט ווייל דו ביזט א טיפש, דו ביזט פשוט נאיאיוו. ביזט אזוי ווי די מענטש אין איסטערן דייטשלאנד אינמיטן די קאלטע קריג, וואס זענען געווען אזוי רוהיג, גייט מיך אן, יא קאפיטאליזם נישט פרייע פרעסע, גייט מיך אן... וואס איז געשעהן? ווען מ'האט דארט צוטיילט מיט די בערלין וואנט guess what די מענטשן וואס זענען געגאנגען ווי די ווינט האט זיי געבלאזן זענען געווען די מערסטע פארדעכטיגט ביי די GDR און האבן פון די מערסטע געליטן א דאנק זייער תמימות איבער קאמוניזם/צענזור אין פרעסע פראפאגאנדע.


ווי קומט דאס אריין? ווייל מיר לעבן דאס יעצט אדורך מיט טראמפ באטשי 2.0

ווער איז זיין גרעסטע טארגעט? די שווארצע וואס גייט אין church און איז אביסל אהין און אביסל אהער, אבער פאלט אויף די רעכטע זייט.

ווער איז זיין גרעסטע threat? די הארד לעפט! ברעד לענדער און בערני און עי או סי! ווייל זיי ווידערשפעניגן אין זיין מאיעסטעט מיטן גאנצן שטאלץ, ברעד לענדער, א אידיש קינד, זייער א געלערנטער מאן, קען זיינע רעכטן, ווייסט אז אפילו א פרעזידענט איז נישט העכער פון געזעץ, און אז ער זעהט אן אימיגראנט וואס די געריכט האט געלאזט פריי ווערט ארעסטירט זאגט ער I'm sorry this is b****it און איז זיך גרייט צו לאזן ארעסטירן צו ווייזן פאר ניו יארק, און פאר די וועלט וואספארא נאצי און סופרעמעסיסט דאנאלד טראמפ איז!

איך וויל דיר עפעס זאגן, איך האב מיך מיינע דיסעגרימענטס מיט געווין נוסאם, קען על עי אויסקוקן בעסער? קען זייער מעטרא זיין אויסגעשטעלט פופציג מאל פראקטישער? נישט ווי יעצט וואס ס'איז א גרויסע פלאפ, ס'הייסט זייער שוואך און ס'טוט נישט וואס א מעטרא דארף טוהן. אקעי, אבער צו זעהן וויאזוי דער מענטש איז דורך די גרעסטע רדיפות שבעולם, נאך פון פארן איינשווערונג ביז יעצט מיטן ווערן באשולדיגט פאר די ברוטאלישע אייס אנפעלער אויף גרויסע סיטיס, וואס גייט אויפרעגן זייער אסאך פון די לאקאלס, און טראמפ ווייסט דעס אזוי מין גוט, אבער וועם בלעימט ער דער נאצי? נוסקאם!

איי ער האלט אויס דיינע קאנסטישוענטס אין אלאבאמא צו וועסט ווירדזשיניע מיט זיינע סאושליסט טעקסעס? איי ער האט געוויינט צו טראמפ בדמעות שליש אין 2021 ער זאל אים פליז ארויסהעלפן מיט די פעדעראלע פארעסט אגענטור, וואס באלבאטעווען אסאך פון די טעראטארי פון ווי די פייערן קומען אלס?

איי ער האט, אדאנק אזעלכע שיינע ביוטיפל "קאטס" נישט געהאט גענוג פייער מארשלס? דו ווייסט ווי ער מוטשעט זיך מיט די קלימאט און די אויסשטעל פון קאליפארניע וויפיל אוצרות ער דארף אינוועסטירן אויף וואסער? און מיט דעם אלעם וויפיל מ'פארלירט.

די טאנק איז געווען אין רענאוועישן איז די פראבלעם?!! ס'איז דאך אזעלכע פאקין בולשיט, ער סטרוגעלט צאמצוהאלטן א קאמפליצירטע ראיאן, וואס איז זייער אפעקטירט ביי קליימעט טשעינדזש, וועלדער און טאלן, און עלוועישן.

אבער ער איז די שלעכטער דא, טראמפ האט נאכנישט קיין גוט ווארט בטעות געזאגט אויף אים, אלעמאל נאר ביזי חוזק צו מאכן, פון אים, אים דזשאדשן און שמייסן ווי א בקר ביים פאסטוך, פארוואס?

כ'וועל דיר זאגן פארוואס, ווייל טראמפ וואספארא בעבי ער איז ווייסט ער אין זיין ראזשינקע ברעין אז דער מענטש איז זיינס א ערנסטע threat ווייל ער האט בעסערס צו פארקויפן ווי שטיין און שעלטן א מענטש א גאנצן טאג מיט נוסקאם עד האמיונום'ס. און אויב דו ווייסט עניטינג פון דעם מענטש ווייסטו אז ער קען נישט פארליידן א מענטש וואס האלט פארקערט און האט א ערנסטע אינפלוענס ס'פייניגט אים! ער פארלירט פון דעם שלאף! מ'זעהט עס!!

ער ווייסט בעסער ווי דעם, און ער קען טאקע זיין א threat און אפשר חלילה וחס ווערן געטראולט אביסל פונעם קעניג אליין, אבער די קעניג וועט אים נישט געווינען צו זיין זייט. מיט אלע ראדיקאלע לעפט דערנידערונגען, ער איז גערעכט און טראמפ ראנג! הן באמיגרעישן און הן בלאס אנדזשעלעס.

פארשטייסט? פאר דעם דארף מען זיין שטארק און קלאר מיט וואס מ'האלט. ס'איז א פשוט'ע פאקט אז טראמפ פירט די בעסטע פראפאגאנדע קאמפיין, שוואכער ווי היטלער ווייל ער האט כאטש געווארפן א ביינדל מיט די אוטאבאן און די עקאנאמיע האט אנגעהויבן צו גיין אויף ארויף,


סא אויסדריקליך ניין, ער האט געווינען וועגן ער האט דאבעלד דאון אויף זיין פארשטינקענע רעטאריק אויף זיין מאד'לן ראנאלד רעיגן וואס אויסער tear down this wall האט ער נאך גארנישט אויפגעטוהן און רעפרעזענטירט קיין נברא אויף די וועלט, נאר זיינע מיניענס, די אלטרא רייכע און אפאר ווייסע קריסטן. דעטס איט.

איז געקומען דאנאלד טראמפ, זיך אויסגעלערנט פון אים וויאזוי צו בוליען די מידיא, אז מ'זאל רעדן פון אים, דו און איך זאלן זיך רעגן, און זיך פיינט האבן, אבער די אינטעלעקטועל מענטש וואס ליינט קרעמל און וויל פארשטיין what the heck is really going on איז זעהר לימטד אין אזא גאווערמענט ווייל זיי זענען אדער ארויסגעווארפן פון די פרעסע קאנפערענץ, אדער צו ביזי מיט וואס דער געמיינער פראפאגאנדיסט האלט זיי ביזי מיט, די פרייז פון געז אדער טעריפס אדער וועלכע פען ביידן האט גענוצט יוכיח די אי איי יוכיח. ריינע דיסטרעקשן! וואס טוט זיך מיט דזשאבס? נאדא, וואס טוט זיך מיט העלטקעיר? כ'מיין ס'איז אזוי וויכטיג א
ווי די אי איי, כמעט אזוי וויכטיג... קאנצעפטס פון א פלען... דו פיעס אפ שיט! 18 מיליאן מענטשן זאל מען אראפווארפן פון סאושל בענעפיטס? דאס איז דיין קאנצעפט! שטיקל דרעקמיניסטער וואס ער איז.

און נאכדעם ווען גארנישט קומט נישט דערפון איז יעדער שא שטיל, און האט שוין לאנג פארגעסן פארוואס זיי האבן געוואוט פארדעם.

איך האב דיר דאס געזאגט א יאר צוריק אויך! די גאנצע מאווי קען איך שוין!

וואטש איין קליפ what did Reagan really do אדער וואס די דורכגעפאלענע הורבעט הוווער און זיין טעריף האט אונז געברענגט פונקטליך, וועסטו אי"ה אויך וויסן.

אלעס קען מען היינט נאכקוקן. ער האט געווינען פאר זיין עקספערטיז אין פראפאגאנדע!!!

פארדעם איז דא א שנירל טראמפ און זיינע צאללאזע ליגנטס וויבאלד ער איז א שטיק סקעם פון קאפ ביז פיס! און די אונטערעדזשוקעיטעד אמעריקאנע פאקס ניוז, טשארלי קירק ראוגן קוקער כאפט עס נישט.
 
@דאקטאר-ראבינער איך בין נישט איינשטימיג מיט @שבת אחים אז אלע טראמפיסטן זענען א קענסער פאר אמעריקע. (איך האלט זיי זענען פארפירט געווארן פון געוויסע וואס זענען א קענסער פאר אמעריקע, און סאסייאיטי, וואס האבן אויסגענוצט זייער (מיט רעכט) טענות אויף די סטאטוס קווא, צו זיי איינרעדן אז טראמפ איז די ישועה.)

אבער וואטש די פאלגנדע קליפ, צום ווייניגסטענס פון 22:00 און ווייטער, און איך האף אז אונז קען מיר עגריען אז כאטשיג דער יעניגער איז א זיכערע קענסער פאר אמעריקע...
View: https://youtu.be/2S-WJN3L5eo?si=s4TOMLttJec3mQrh
די אנדערע מיט סעם סידר האסטו שוין געוואטשט?

אויך זייער זייער גוט, ער רעדט נישט אזוי שארף און פלינק, אבער ער איז זייער זייער קלאר מסביר זיינע שיטות. אזא breath of fresh air

כ'האב זייער הנאה פון Jubilee זיי פלעגן זיין זייער קורץ און היינט איז עס לאנגע זאכן, ווי מ'קען זיך געהעריג אויסקלארן און פעקט טשעקן זאכן וואס מ'הערט.

 
Back
Top