בילדער וועלכע זענען ווערד א שמייכל

IMG_20241103_013721_085.jpg
 
@מי אני
דאס איז דיין קאפ אף טי...
View attachment 999
ס׳איז טאקע איראניש…

ואולי קען מען זאגן אז עס איז ידוע מאמר העולם אז דאס לעבן איז א קאַסמיק וויץ (ואגב, ידוע מאמרו של סאָרען קירקעגארד). וידוע אז לעבן איז צושטאנד געקומען דורך דעם וואס שטערנס האבן אימפּלאדירט/עקספּלאדירט אין סוּפּערנאָוואס, וואס די כח דערפון האט געפיוּזט און געשאפן שווערערע עלעמענטן און דאס פארשפרייט אין די יוּניווערס. און סוּפּערנאָוואס פאסירן דורך דעם וואס א שטערן לעבט דורכ׳ן פיוּזן דורך די געוואלדיגע פּרעשור אין איר קאָר און צאמלייגן צוויי לייכטערע עלעמענטן [מיט ווייניגער פּראָטאַנס אין זייער נוּקליאוס] און מאכט דאס אין צו איין שווערערע [מיט מער פּראָטאַנס אין איר נוּקליאוס]. און דאס געבט ארויס ענערגיע אויף ארויס וואס דאדורך שלאגט עס זיך קעגן די כח פון די גראוויטי פון די שטערנ׳ס מאסע וואס ציהט אויף אריין. אבער ווען עס האלט שוין ביים עלעמענט פון אייראן, קאסט עס מער כח דאס צו פיוּזן צו א העכערע עלעמענט ווי די כח וואס עס גייט באקומען דערפון ווען עס ווערט געפיוּזט, וממילא הערט זיך דארט אויף די פיוּזשאן. דאס ברענגט דערצו אז די כח פון גראוויטי געוואונט און ציהט אלעס אריין פלוצלינג צו איר הארטע סאלידע קאָר, און דאס איז גורם די סוּפערנאָווא. ונמצא מזה אז די ״איראניע״ פון לעבן איז צושטאנד געקומען דורך די פּראַפּערטי פון אייראן…
 
א

ב, ראקעטן אויף באזעסענע בנינים אין באוואוינטע שטעט, האט באקומען די זעלבע יחס? נישט ממש. ריכטיגער ממש נישט - נאדא, זילטש!

אבער חול אויף בן גביר, וואס איז נאכנישט זיכער, ווער, וואס, ווען, און וואו, צו ער האט בכלל געשפירט עפעס פון די חול, צו זי האט עס געווארפן, וכדו' (עיין בהסרטון שפירסמו המשטרה, עולה בפני עצמה), האט זיך איבערגעדרייט די מדינה, מיט א פרוי (בת 27) חולת אפילפסיה אין תפיסה איבער שבת, צוגעבינדן די הענט און פיס באזיקים משך די ארעסט, העכסטע פאליציי אפיצירן אנוועזנד ביי איר געריכט, וכו' וכו' וכו'.
איז אפשר אויב מ'וועט ווארפן חול אויף די בנינים אין די באשאסענע שטעט, וועט זיך איינער אומקוקן אויף זיי.

אין איין ווארט, משטרת ישראל ובכלל כל המדינה, אנשטאט זיין פאר די אזרחים, איז דא פאר די משפחת פשע השולטת בקואליציה.
אז די לינקע האבן געכאפט די בג"צ, יועמ"ש, מערכת הבטחון, האבן די רעכטע גוט געטוהן פארן כאפן די פאליציי, זאלן זיי אויך עפעס האבן!

כ'קריג מיך שוין צופיל מיט דיר :p
 
Back
Top