קאנטרי קולטור

שושני

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 19, 2024
מעסעדזשעס
1,341
רעאקציע ראטע
9,596
פונקטן
933
איינע פון קרעמל'ס וויכטיג אויפגאבעס איז צו באריכטן די נייע מנהגים וואס גוי'אישט און אידישט זיך ביים ציבור, ווען ס'איז נאך אין די ווינדלען...

ווי אויך זאל זיין נכתב בספר לדורות זאכן וואס וואלט נישט געווארן באריכטעט אדער באשריבן ערגעץ אנדערש.

ממילא עפן איך אויף די שנירל אז מ'זאל האבן ווי צו מיטטיילן אינטערסאנטע נייעס, בילדער, טשיקאווע געשיכטעס, און וואס נישט. אלעס בנוגע קאנטרי קולטור.

למשל:

אין געוויסע קאנטריס, איבערהויפט די קלענערע וואס האבן נאר יונגע חברה, איז איינגעפירט אז די מענער קאכן סאָפּער יעדע זונטאג.

וועסטו פרעגן וויאזוי די פרויען האבן דאס געקענט פועלן, וועל איך דיר אויסזאגן א סוד.

א שיינע פאר יאר צוריק האבן זיך צאמגענומען אפאר פרויען שושקעס צו דן זיין וויאזוי מ'קען איינמאל פאר אלעמאל זעהן די מענער זאלן אויך צולייגן א פלייצע. זענען זיי געקומען צום החלטה אז מיט שטרענגן גייט עס נישט ארבעטן, במילא האבן זיי מחליט געווען אז מ'גייט קאנווינסן די מענער אז פונקט ווי ביי די גוים איז ביי אונז אויך עקסטער הייס פאר א מאן צו שטיין און קאכן ביים גריל.

אבער זיי האבן מורא געהאט די מענער וועלן גלייך כאפן דעם טריק, זענען זיי אויפגעקומען מיט א המצאה. ס'הייסט מער נישט קאכן אדער מאכן סאַפּער ביים גריל. ס'הייסט גרילן!! און דאס איז פאררעכנט פאר פיהק מעסקאליניטי. ווער ס'קען אפגרילן א פערפעקט 'מידיעם רעיר סטעיק' איז דער אלפא פונעם קאלאני, און אלע פרויען מאכן זיכער איהם צו שענקען א באהאלטענע שמייכל ווען ער גייט דורך זייער באנגעלאו, פארשטייט זיך נאר ווען די אייגענע מאן זיצט נישט דערביי.

ס'האט זיך אזוי גוט אויסגעארבעט אז היינט צוטאגס איז עס א פשטות אז יעדע זומערדיגע זונטאג, בערך פון 6 ביז 7 איז גאנץ קעטסקילס איין גרויסער סמאוק הויז.

די פרויען זיצן נעבן די קינדער און שלינגען וואָרשטלעך מיט סקירט סטעיק, בשעת די מענער שוויצן. און אויב קומט די שכן, דער 'אלפא מאן', צו גיין מיט א גראבן שטיקל ריבּ צו מיטטיילן מחמת גוטסקייט (אדער ווייל ער דארף מנוחה פון זיין ווייב און קינדער פאר צוויי מינוט), מאכט די פרוי זיכער צו שרייען מיט א סעדאקטיוו סמירק, א גרויסע ש'כח מיט די נאמען פון יענע מאן.

Thank you Yiddy! Tell your wife her husband is an awesome chef

און זי מאכט דווקא זיכער אז די מאן זאל באמערקן... קנאת סוטה תרבה בשר... זאל ער נעקסטע מאל קאכ... סארי, גרילן בעסער.

עקספערטן שאצן אז יעדע זונטאג אין די קעטסקילס גיבט צו פאר גלאבאל ווארמונג אן ערך פון דריי יאר ווערט פון קאליפארניע וואלד פייערן.

ס'איז געבליבן צו זעהן צו די מענער וועלן עווענטועל כאפן די שפיל, אדער זיי זענען שוין צו עדיקטעט צו די סטעיק, ווי אויך צו די זיסע שמייכלען פונעם אנדערן זייט מחיצה ווען די סטעיק איז באמת געלונגען.
 
לעצט רעדאגירט:
דאס אז מענער קאכן הייבט נישט אן אין קאנטרי. זייער אסאך מענער קאכן אגאנץ יאר אין שטאט. געוויסע מאכן דעם טשאלענט יעדע וואך אדער די פיש אא״וו. גרילן איז בכלל א מענערישע תאוה לענ״ד.
 
מצוה בו יותר מבשלחו!
 
Back
Top