אבינועם
היימישער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- דעצ. 2, 2024
- מעסעדזשעס
- 40
- רעאקציע ראטע
- 246
- פונקטן
- 38
ביי די חרדישע חינוך בכלל, און די חסידישע חינוך בפרט, איז די חינוך פאר אינגלעך און בחורים מער ווייניגער א קאנצענטראציע לאגער.
לאנגע שעות דורכאויס די גאנצע יאר און כמעט קיין וואקאציע. מען אטאקירט זיי פיזיש און גייסטיש. פיזיש פשוט פון די לאנגע שעות און זיך נישט רעכענען מיט זייערע צרכים, און גייסטיש ווייל מ'האקט זיי אין קאפ אריין מיט כל מיני משוגעת'ן און הבלים וואס זיי קענען זיך נישט פראטעקטן דערפון ווייל זיי זענען צו יונג און פארשטייען נישט וואס גייט פאר.
און נאך 20 יאר "חינוך" קומען זיי ארויס מיט א גרויסע גארנישט! און ווער נעמט אחריות פאר דעם? קיינער נישט! פארוואס? ווייל זיי רעדן זיך אז זיי טוען די רצון ה' ...
ביי מיידלעך איז אביסל אנדערש. ווייל אזוי ווי די סיסטעם פון מיידל סקולס איז אוועקגעשטעלט געווארן נאכן קריג און ביי מיידלעך איז נישטא די אבסעשען פון "ביטול תורה", ממילא איז די סדר היום פון מיידל סקולס אוועקגעשטעלט געווארן אויף א מער מענטשליכע אופן. ווייניגער שעות. און זיי לערנען אויך בעסער די ציווילע לימודים ווי ענגליש, היסטאריע, וכו'.
דאס האט געברענגט צו א מצב אז אינגלעך האבן נישט אזוי פיהל ספעיס צו אויפוואקסן. ביי די 18-19 זענען זיי נאך בעיביס, בעת די מיידלעך זענען שוין מער אויפגעוואקסן.
דאס ברענגט פראבלעמען שפעטער ביי שלום בית, ווייל יונגע ווייבלעך שפירן אז זיי האבן חתונה געהאט מיט א בעיבי... נאך א שטיק צייט בדרך כלל כאפט זיך דער מאן צוריק, אבער ס'האט שוין געמאכט היבש דעמעדזש.
ס'צייט צו זיך אפשאקלען פון די ביטול תורה אבסעשען!!! די תורה איז געמאכט צו זיין א הילף פאר כלל ישראל!! נישט אז מען זאל פארברענען די יוגענט אויף די מזבח פון כאילו די תורה!!
אין די אידישע רעליגיע ברענגט מען נישט מענטשן פאר קרבנות!!
מיין רוף גייט ארויס פון דא צו אלע חרדישע מחנכים: לאזט קינדער און בחורים זיין קינדער! מאכטס די שעות נארמאל! מאכטס די לימודים נארמאל! ס'צייט צו עלימינירן די קאנצענטראציע לאגערן!
און ווי דער נביא יחזקאל האט שוין געזאגט:
אֶת הַנַּחְלוֹת לֹא חִזַּקְתֶּם וְאֶת הַחוֹלָה לֹא רִפֵּאתֶם וְלַנִּשְׁבֶּרֶת לֹא חֲבַשְׁתֶּם וְאֶת הַנִּדַּחַת לֹא הֲשֵׁבֹתֶם וְאֶת הָאֹבֶדֶת לֹא בִקַּשְׁתֶּם וּבְחׇזְקָה רְדִיתֶם אֹתָם וּבְפָרֶךְ.
כֹּה אָמַר ה"א הִנְנִי אֶל הָרֹעִים וְדָרַשְׁתִּי אֶת צֹאנִי מִיָּדָם וְהִשְׁבַּתִּים מֵרְעוֹת צֹאן וְלֹא יִרְעוּ עוֹד הָרֹעִים אוֹתָם וְהִצַּלְתִּי צֹאנִי מִפִּיהֶם וְלֹא תִהְיֶיןָ לָהֶם לְאׇכְלָה.

לעצט רעדאגירט: