די חרדישע חינוך מאדעל: "כׇּל הַבֵּן הַיִּלּוֹד הַיְאֹרָה תַּשְׁלִיכֻהוּ וְכׇל הַבַּת תְּחַיּוּן"

אבינועם

היימישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
דעצ. 2, 2024
מעסעדזשעס
40
רעאקציע ראטע
246
פונקטן
38
ביי די חרדישע חינוך בכלל, און די חסידישע חינוך בפרט, איז די חינוך פאר אינגלעך און בחורים מער ווייניגער א קאנצענטראציע לאגער.

לאנגע שעות דורכאויס די גאנצע יאר און כמעט קיין וואקאציע. מען אטאקירט זיי פיזיש און גייסטיש. פיזיש פשוט פון די לאנגע שעות און זיך נישט רעכענען מיט זייערע צרכים, און גייסטיש ווייל מ'האקט זיי אין קאפ אריין מיט כל מיני משוגעת'ן און הבלים וואס זיי קענען זיך נישט פראטעקטן דערפון ווייל זיי זענען צו יונג און פארשטייען נישט וואס גייט פאר.

און נאך 20 יאר "חינוך" קומען זיי ארויס מיט א גרויסע גארנישט! און ווער נעמט אחריות פאר דעם? קיינער נישט! פארוואס? ווייל זיי רעדן זיך אז זיי טוען די רצון ה' ...

ביי מיידלעך איז אביסל אנדערש. ווייל אזוי ווי די סיסטעם פון מיידל סקולס איז אוועקגעשטעלט געווארן נאכן קריג און ביי מיידלעך איז נישטא די אבסעשען פון "ביטול תורה", ממילא איז די סדר היום פון מיידל סקולס אוועקגעשטעלט געווארן אויף א מער מענטשליכע אופן. ווייניגער שעות. און זיי לערנען אויך בעסער די ציווילע לימודים ווי ענגליש, היסטאריע, וכו'.

דאס האט געברענגט צו א מצב אז אינגלעך האבן נישט אזוי פיהל ספעיס צו אויפוואקסן. ביי די 18-19 זענען זיי נאך בעיביס, בעת די מיידלעך זענען שוין מער אויפגעוואקסן.
דאס ברענגט פראבלעמען שפעטער ביי שלום בית, ווייל יונגע ווייבלעך שפירן אז זיי האבן חתונה געהאט מיט א בעיבי... נאך א שטיק צייט בדרך כלל כאפט זיך דער מאן צוריק, אבער ס'האט שוין געמאכט היבש דעמעדזש.

ס'צייט צו זיך אפשאקלען פון די ביטול תורה אבסעשען!!! די תורה איז געמאכט צו זיין א הילף פאר כלל ישראל!! נישט אז מען זאל פארברענען די יוגענט אויף די מזבח פון כאילו די תורה!!

אין די אידישע רעליגיע ברענגט מען נישט מענטשן פאר קרבנות!!

מיין רוף גייט ארויס פון דא צו אלע חרדישע מחנכים: לאזט קינדער און בחורים זיין קינדער! מאכטס די שעות נארמאל! מאכטס די לימודים נארמאל! ס'צייט צו עלימינירן די קאנצענטראציע לאגערן!

און ווי דער נביא יחזקאל האט שוין געזאגט:

אֶת הַנַּחְלוֹת לֹא חִזַּקְתֶּם וְאֶת הַחוֹלָה לֹא רִפֵּאתֶם וְלַנִּשְׁבֶּרֶת לֹא חֲבַשְׁתֶּם וְאֶת הַנִּדַּחַת לֹא הֲשֵׁבֹתֶם וְאֶת הָאֹבֶדֶת לֹא בִקַּשְׁתֶּם וּבְחׇזְקָה רְדִיתֶם אֹתָם וּבְפָרֶךְ.
כֹּה אָמַר ה"א הִנְנִי אֶל הָרֹעִים וְדָרַשְׁתִּי אֶת צֹאנִי מִיָּדָם וְהִשְׁבַּתִּים מֵרְעוֹת צֹאן וְלֹא יִרְעוּ עוֹד הָרֹעִים אוֹתָם וְהִצַּלְתִּי צֹאנִי מִפִּיהֶם וְלֹא תִהְיֶיןָ לָהֶם לְאׇכְלָה.
 
לעצט רעדאגירט:
די פראבלעם איז אז געווענליך נאך די חתונה דרייט זיך עס איבער.
די מאן איז בעל הבית אין שטוב, ער קען ארויסגיין אין ביזנעס איבערדרייען די וועלט, בשעת וואס די פרוי דארף בלייבן צוקוועטשט אינדערהיים פראדוצירן קינדער, און ח"ו זיך נישט ארויסשטעקן די נאז אלס 'כל כבודה בת מלך פנימה'.
 
מיין רוף גייט ארויס פון דא צו אלע חרדישע מחנכים:
כ'שפיר שלעכט דיר דאס צו זאגן, אבער דיין רוף גייט נישט אין ערגעץ...
מיינע בחורים לאז איך טאקע זיין מענטשן, עכ"פ ווען זיי זענען נישט אין ישיבה. דאס איז דאס איינציגסטע וואס מען קען.
 
כל מילתא דמיתאמרא באפי תלתא האט א פירסום ,
וודאי גייט זיך גארנישט טוישען מיט א הכרזה דא, אבער
עפעס א רושם מאכט עס,ווי א זורק אבן לירדן מאכט עפעס וועיווס, און חברא חברא אית ליה )און עס דארפען
זיך מצטרף נאך קולות און כרוזים ביז עווענטועל וועט עס האבען אן עפעקט אויף א שינוי לטובה .
 
כ'שפיר שלעכט דיר דאס צו זאגן, אבער דיין רוף גייט נישט אין ערגעץ...
ס'גייט יא ערגעץ
ווען די אמת ווערט געזאגט אפי' שטילערהייט אין קרעמל פלאנצט עס קערנדלך וואס שפראצן ארויס אין די קומענדיגע פאר יאר.

געוויסע זאכן וואס זענען אויסגעשמועסט געווארן אין ק"ש צען יאר צוריק זענען שוין היינט דעם לכתחילה.

אויב דו ציטערסט צו לעבן מיט דיינע ווירדן כאטש זאג קלאר וואס דיין אינטעליגענץ באווייזט דיר און אנדערע מיט מער קוראזש וועלן מיט דיינע רייד אויסטרעטן א וועג וואס וועט אפשר ברייטער מאכן אפי' פאר דיינע קינדער

זע איך @ריבי האט מיר שוין אויסגעכאפט
אבער חזרה שאד נישט
 
פאר געוויסע בחורים איז די ישיבה א געזונטערע און רואיגערע סביבה ווי אינדערהיים (ווער ס'ווייסט ווייסט, אנפארטשענעטלי), זיי וועלן ענדערש קוועטשן די באנק אין ישיבה ווי זיין אינדערהיים. מיידלעך האבען טאקע מער ציווילע סטאָדיס אבער זיי האבן 0 נערוון פאר עס. די אידישע סטאָדיס וועלן זיי ענדערש מיטהאלטן, ס'איז פאמיליער פאר זיי און זיי פילן אז זיי דארפן עס פארן לעבן, בעיסיק פרשה, הלכות שבת און אנדערע הלכות (וואס אגב קענען זיי בעסער פון זייערע מענער וואס האבן עס געלערנט בעיון אין טור ושו"ע), אא"וו, די סעקולארע סטאָדיס פילן זיי אז ס'איז סתם שטותים און זיי האלטן עס נישט מיט (בערך ווי אינגלעך ביי ענגליש).

וואס יא? בחורים וואלטן געמעגט זיין אינדרויסן פון חדר/ישיבה 6:00, און מ'וואלט געמעגט צולייגען לפחות איין אינטערסאנטע אידישע אדער וועלטליכע שיעור, ווי היסטאריע, ביאלאגיע, וכדומה, עפעס אנדערש פון גמרא, שו"ע און חומש רש"י. אביסל מאַדיפייען די ישיבה סיסטעם גייט א לאנגע וועג, נאכדערצו היינטצוטאגס ווען די מענטשהייט האט שוואכערע נערוון און אטענשאן ספּען. די טשעינדזשעס מוזען נישט אזוי דראסטיש ווי געוויסע רופען פאר, נאר אביסל נאכלאזן פון תשי"ט סטייל וואלט געווען באגריסענד.
 
און מען דארף צילייגען ספאורטס . די יונגווארג זאל זיך קענען אביסעל אויסטאנצען .
ס'קען זיין ס'וועט קומען א צייט וואס טיעם וויזשניץ וועט שפילען פאטבאל קעגען טיעם סאטמאר ... ווער ס'ווען געווינען ווייס איך נישט
סאטמאר וועט האבען א גרויסע סטעדיום אין קרית יואל . וויזשניץ וועט האבען א סטעדיום אין קיימישע לעיק על טהרת הקודש
 
1777046079832.webp
 
וואס איז די קאנעקשאן פארוואס זענען יונגעלייט מער בעביס ווייל זיי לערנען תורה?
 
ביי די חרדישע חינוך בכלל, און די חסידישע חינוך בפרט, איז די חינוך פאר אינגלעך און בחורים מער ווייניגער א קאנצענטראציע לאגער.

לאנגע שעות דורכאויס די גאנצע יאר און כמעט קיין וואקאציע. מען אטאקירט זיי פיזיש און גייסטיש. פיזיש פשוט פון די לאנגע שעות און זיך נישט רעכענען מיט זייערע צרכים, און גייסטיש ווייל מ'האקט זיי אין קאפ אריין מיט כל מיני משוגעת'ן און הבלים וואס זיי קענען זיך נישט פראטעקטן דערפון ווייל זיי זענען צו יונג און פארשטייען נישט וואס גייט פאר.

און נאך 20 יאר "חינוך" קומען זיי ארויס מיט א גרויסע גארנישט! און ווער נעמט אחריות פאר דעם? קיינער נישט! פארוואס? ווייל זיי רעדן זיך אז זיי טוען די רצון ה' ...

ביי מיידלעך איז אביסל אנדערש. ווייל אזוי ווי די סיסטעם פון מיידל סקולס איז אוועקגעשטעלט געווארן נאכן קריג און ביי מיידלעך איז נישטא די אבסעשען פון "ביטול תורה", ממילא איז די סדר היום פון מיידל סקולס אוועקגעשטעלט געווארן אויף א מער מענטשליכע אופן. ווייניגער שעות. און זיי לערנען אויך בעסער די ציווילע לימודים ווי ענגליש, היסטאריע, וכו'.

דאס האט געברענגט צו א מצב אז אינגלעך האבן נישט אזוי פיהל ספעיס צו אויפוואקסן. ביי די 18-19 זענען זיי נאך בעיביס, בעת די מיידלעך זענען שוין מער אויפגעוואקסן.
דאס ברענגט פראבלעמען שפעטער ביי שלום בית, ווייל יונגע ווייבלעך שפירן אז זיי האבן חתונה געהאט מיט א בעיבי... נאך א שטיק צייט בדרך כלל כאפט זיך דער מאן צוריק, אבער ס'האט שוין געמאכט היבש דעמעדזש.

ס'צייט צו זיך אפשאקלען פון די ביטול תורה אבסעשען!!! די תורה איז געמאכט צו זיין א הילף פאר כלל ישראל!! נישט אז מען זאל פארברענען די יוגענט אויף די מזבח פון כאילו די תורה!!

אין די אידישע רעליגיע ברענגט מען נישט מענטשן פאר קרבנות!!

מיין רוף גייט ארויס פון דא צו אלע חרדישע מחנכים: לאזט קינדער און בחורים זיין קינדער! מאכטס די שעות נארמאל! מאכטס די לימודים נארמאל! ס'צייט צו עלימינירן די קאנצענטראציע לאגערן!

און ווי דער נביא יחזקאל האט שוין געזאגט:

אֶת הַנַּחְלוֹת לֹא חִזַּקְתֶּם וְאֶת הַחוֹלָה לֹא רִפֵּאתֶם וְלַנִּשְׁבֶּרֶת לֹא חֲבַשְׁתֶּם וְאֶת הַנִּדַּחַת לֹא הֲשֵׁבֹתֶם וְאֶת הָאֹבֶדֶת לֹא בִקַּשְׁתֶּם וּבְחׇזְקָה רְדִיתֶם אֹתָם וּבְפָרֶךְ.
כֹּה אָמַר ה"א הִנְנִי אֶל הָרֹעִים וְדָרַשְׁתִּי אֶת צֹאנִי מִיָּדָם וְהִשְׁבַּתִּים מֵרְעוֹת צֹאן וְלֹא יִרְעוּ עוֹד הָרֹעִים אוֹתָם וְהִצַּלְתִּי צֹאנִי מִפִּיהֶם וְלֹא תִהְיֶיןָ לָהֶם לְאׇכְלָה.
אמת, אבער געב עס אפאר יאר, די בחורים און מיידלעך האבן חתונה, און דאן פארדרייט זיך די יוצרות מן הקצה אל הקצה.

ביז וואס ווי ווען ווערט זי טראגעדיג מיט איינס און נאכאיינס, ברעכן, נערוון, הארמאנען, לידה, אויפזיין ביינאכט, זייגן. זי דארף וואשן וועש, רוימען די הויז, אנגרייטן עסן, פאר די מאן, פאר די קינדער. ממש א 24 שעה שפחה כנענית.

משא"כ די מאן גייט ארבעטן, מאכט געלט, ביזנעס מיטינגס, ביזנעס טריפס, ג' אייר סעודות, ליפטערט זיך אויס אין שול, מקוה, שוויץ, שחרית מנחה מעריב, וואכנאכטס, שלום זכורס, קיפקעס.
 
וואס איז די קאנעקשאן פארוואס זענען יונגעלייט מער בעביס ווייל זיי לערנען תורה?
ס'האט גארנישט מיט לערנען תורה , ס'האט מיט די אנגעשטרענגטע סדר היום אפילו ווען די לימוד וואלט געווען סיי וואס .
א קינד דארף פלאץ און לופט צו וואקסען , נישט זיצען 12 שעה א טאג ליינען ספרים ... נישט קיין חילוק ווי הייליג די ספרים זענען ... ס'איז א טעות די וואס מיינען אז מער לערנען איז בעסער .... ס'איז מוליד שנאת התורה לפחות סובקאנטשעסלי .
 
משא"כ דער מאן גייט ארבעטן, מאכט געלט,
דו לייגסט עס דא אראפ כאילו גיין ארבעטן איז עפעס א גרויסע פלעזשור, און כאילו יעדער מאכט געלט, ניטאמאל דערמאנסטו די שוועריגקייטן פון גיין ארבעטן - און דאס איז שוין פאר די וועלכע האבן א דזשאב - און וויפיל מענטשן סטראגלען צו ענדיגן דעם חודש...
 
יא אדם לעמל יולד- בזיעת אפך תאכל לחם , עס קומט אפט אהן אין די מחשבה , אז מיט די אלע שוועריקייטען
פון די פרוי , בעצב תלדי בנים ואל אשך תשוקתך , איז די
ראלע פון דעם מאן נאך שווערער מיט דעם קוץ ודרדר תצמיח לך, מען דארף זוכען א ביסעל שמחה חיפוש חיפוש בנרות .
 
קיינער האט נישט גערעדט פון דעם!

כ'מיין קענסט טוישן דיין ניק צו בערל בעל הגלה
 
דו לייגסט עס דא אראפ כאילו גיין ארבעטן איז עפעס א גרויסע פלעזשור, און כאילו יעדער מאכט געלט, ניטאמאל דערמאנסטו די שוועריגקייטן פון גיין ארבעטן - און דאס איז שוין פאר די וועלכע האבן א דזשאב - און וויפיל מענטשן סטראגלען צו ענדיגן דעם חודש...
אמת, די לעבן בכלליות איז ביי רוב מענטשן קיין פיקניק. איך רעד אבער אין קאנטראסט פון מענער צו פרויען. רוב מענער האבן דזשאבס, מען פארבירט צו טון וואס מען האט ליב, מען גייט ארויס מיט מיטארבעטערס, מען גייט ארויס פון שטוב, משא"כ די פרוי איז סטאק אינדערהיים. אז מען סטראגלט צו דעקן די חודש איז די פיין גלייך פאר די מאן און ווייב.
 
ווי א מענטש
סדא פרויען וואס זענען גוטע אארויסגייערס און סדא מענער וואס זענען איינגעמאכט
 
די עכטע חיוב פון לימוד התורה איז קריאת שמע שחרית וערבית ! עכ"פ אז מען לערענט מיט קינדער א שעה צו צוויי שעה א טאג האט מען יוצא געווען אפילו למחמירים .

1777216876783.webp
 
לעצט רעדאגירט:
קיינער האט נישט גערעדט פון דעם!

כ'מיין קענסט טוישן דיין ניק צו בערל בעל הגלה
נישט גערעדט נאר געשריבען , לייען איבער וועסטו זעהן אז ער רעדט גראדע יא פון די מענער שוועריקייטען, האב
איך געשריבען א סיוע לדבריו כיהודה ועוד לקרא ,
ווייס איך נישט וואס עס האט דיך געטריגערט, אבי געזונט
 
Back
Top