בילדער וועלכע זענען ווערד א שמייכל

1744941852903.png
 
נישט א בילד אבער אפשר וועט דעי קליפ דיר ברענגען א שמייכל
child confuses birthday 🎂 with Shabbos candles
דאס דערמאנט מיר א עפיזאד [גראדע א ערנסטע] וואס כ'האב געהערט ערשטהאנטיג.

א בחור'ל האט באשלאסן אויסצוטון דאס גאנצע יודישקייט, און בלי שום צורה יהודי האט ער זיך אריינגעזעצט עסן א סענדוויטש אין א איטאליענער רעסטוראנט.
בחור'ל!! בחור'ל... קום אהער... הערט ער ווי א מיטליעריגע פערזאן מיט א בלויזער קאפ, רופט אים...

מקודם האט ער זיך נישט געמאכט וויסנדיג. אבער יענער הייבט זיך אויף און קומט צו אים, זאגנדיג.
איך בין אויך אמאל געווען אין דיין עלטער, און כ'האב פשוט געטוישט מיין לעבן, אבער זייער עקסטרים.
אויב דו ווילסט טוישן דיין לעבן, מוז עס נישט זיין עקסטרים. דו קענסט עניטיים טרעפן א פארלעסליכער מענטש זאל דיר העלפן אנצוקומען וואס ס'פעלט דיר באמת!

הכלל. פרעגט דער בחור פונעם בלויזער קאפ. וואס איך וועל טון וועט מען באלד שמועסן. אבער דו מוזט מיר זאגן וויאזוי דו ווייסט אז איך בין א היימישער יוד.

אה! זייער איינפאך.
ווען דו האסט געשמאק אריינגעביסן אינעם סענדוויטש, איז געפאלן ברעקלעך, און דו האסט עס קערפול ארויפגעשארט, און נישט געלאזט פאלן אויפ'ן ערד...
דאס טוהט נאר א היימישער... וואס איז אויפגעוואקסן ביי אונז! ווי מ'זאגט...
 
מוכאמעט וואס מאכט אזויפיל מיט
אט די בילד האט אויפגעשטורעמט די אראבישע וועלט, עטליכע יאר צוריק ווען דאס איז ארויסגעלייגט געווארן פון א באקאנטער קריקאטוריסט'קע אין פאריז
 

בייגעלייגטע פיילס

  • jpg (3).jpg
    jpg (3).jpg
    112.8 KB · געזען: 32
Back
Top