- זיך איינגעשריבן
- אפר. 15, 2024
- מעסעדזשעס
- 416
- רעאקציע ראטע
- 3,464
- פונקטן
- 423
א מענטש קען יעדע זאך מבטל זיין אדער מחשיב זיין.
די פועל יוצא פון מבטל זיין עפעס איז, אז די הנאה און חשק אינעם דבר המבוטל ווערט צעגאנגען און דער מבטל וועט דארפן זוכן א צווייטער זאך וואס זאל אים אנפילן.
און די זעלבע איז פארקערט, ווען א מענטש איז עפעס מחשיב וועט ער הנאה האבן פון יעדע דעטאל פונעם דבר הנחשב.
א קנעכט איז מחשיב הפקרות ווייל ער איז אן עבד צום גשמי.
א חכם איז מחשיב חכמה ווייל זיין רצון איז חירות הדעת.
מ'קען יעדע מענטש מחשיב זיין און מבטל זיין, יעדער האט זיך זיינע שטארקייטן און שוואכקייטן, ווען דו ביסט יענעם מבטל האסטו אפגעהאקט פון מקבל זיין פון יענעמס אוצרות הטוב און ווער ווייסט וויפול דו פארפאסט אלס.
א מענטש דארף זיך כסדר איבערגיין זיין ליסטע פון דברים ואנשים המבוטלים אצלו און זיכער מאכן אז ער איז בלויז מבטל עפעס אדער איינעם וואס איז א נעט דעפיציט ווען ער זאל דערפון יונק זיין.
פסח איז מען מבטל דעם חמץ. די פוילקייט, די פארגרעבטקייט, דעם גשמי, און מען איז מחשיב די מצה, די זריזות, די איינגעהאלטנקייט, דעם רוחני.
פסח איז די צייט צו מאכן דעם חשבון וואס בין איך מחשיב און וואס בין איך מבטל.