אמונת הצלב על פי קבלה

הייליגער

היימישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
יוני 14, 2024
מעסעדזשעס
60
רעאקציע ראטע
293
פונקטן
63
אה, דער צלב, דער צלב פון וואס מיר טארן נישט רעדן...

לאמיר טאקע נישט רעדן צופיל, און לאמיר ענדערש זיין א מגלה טפח ומכסה טפחיים, נאך וואס עס איז נאכנישט געקומען די ריכטיגע צייט מגלה צו זיין די הויכע סודות התורה...

ווען עשיו איז געבוירן געווארן, האט ער אנגעכאפט דעם "אלף" און דאס גענומען פאר זיך. יעקב האט אנגעכאפט בעקב עשיו, וועלנדיג צוכאפן דעם "אלף" צוריק צו זיך. דאס ווייזט אונז אז לעתיד לבוא, באחרות הימים, וועלן די בני יעקב זיך מתגבר זיין אויף דעם כח פון עשיו, און צוריקכאפן דעם "אלף", וועלכער איז פארכאפט צווישן די קליפות פון די בני אדום, און בלויז זיי פארשטייען צו דעם סוד פון דעם אל"ף. דעמאלס לעתיד לבוא, וועלן אידן באגרייפן דעם סוד פונעם אלף און דאס צוריק נעמען צו זיך.

דאס איז די סיבה פארוואס מיר געפינען די "אלופי עשיו". זיי, די בני עשיו, זיי האבן ארויס דעם כח פון דעם "אלף", בשעת די אידישע תורה האט זיך געמוזט אנהויבן דווקא מיט א "בית", וויבאלד די אידן פארמאגן נישט קיין שליטה אויף דעם "אלף".

דאס איז די סיבה, פארוואס ביי אידן איז דער "אלף" אזא פארקרומטע אות. די בני עשיו, זיי האבן ארויס די ווארהייט און שטארקקייט פון דעם אות, און ביי זיי איז דאס א גראדער סימבאל און די צורה פון דעם קרייץ. ווען משיח וועט קומען, וועט דער אלף אויסגעגראדט ווערן און פארוואנדלט ווערן אין דעם קרייץ.

דאס ווייזט אונז, אז באחרות הימים וועלן אידן אננעמען דעם קרייץ, און אזוי אויסגראדן דעם אלף. דערמיט וועט מען צוריקנעמען דעם "אלף" פון עשיו, און אזוי וועט מען מבטל זיין די שווערע קליפה פון די "אלופי עשיו". הערשט דאן וואס אידן וועלן צוריקנעמען דעם אלף פון די אלופי עשיו, וועט נתבטל ווערן זייער כח און זיי וועלן זיך אונטערווארפן אידישע קינדער, און משיח וועט האבן די שליטה איבער די גאנצע וועלט.
 
דער אלף קומט צו זיין גראד ווי א יו"ד וא"ו יו"ד וואס דאס איז 26 (שם הוי"ה).
ווי צדיקים האבן געטייטשט להגיד כי ישר הוי"ה - ס'איז בשורשו גראד, צורי - קוק אויפן צורה פון יעדע צלם אלוקים ווי ס'איז גראד אויג נאז אויג.

ובדרך פשט, די תיקון איז ווען דער מענטש קען שטיין מיט א גראדע ריקן גלייך און נישט זיין נוטה וסומך אויף חסד אדער גבורה, נאר ער ניצט ביידע מיט א באלאנס.
(יהי רצון שנזכה)
 
וואס איז די גרויסע סוד?
פארוואס מעג מען נישט רעדן דערפון?
איך פארשטיי נישט.
@הייליגער אפשר ביסטו אביסל קלארער מסביר?
 
איך ווייס נישט צו ס'איז אמת וואס איך גיי יעצט שרייבן אבער כ'האב אמאל געהערט אז די צלב איז אריגינעל געווען א ײדישע קאלטוראלע סימבאל אלץ סאלידאריטי מיט דעי וואס זענען געהאנגען געווארן דורך די רומישע (אזוי ווי די היינטיגע געלע ריבּין וואס רעפרעזענט די חטופים). ס'איז א טעאָריע וואס איך האב קיינמאל נישט חוקר געווען.
 
איך ווייס נישט צו ס'איז אמת וואס איך גיי יעצט שרייבן אבער כ'האב אמאל געהערט אז די צלב איז אריגינעל געווען א ײדישע קאלטוראלע סימבאל אלץ סאלידאריטי מיט דעי וואס זענען געהאנגען געווארן דורך די רומישע (אזוי ווי די היינטיגע געלע ריבּין וואס רעפרעזענט די חטופים). ס'איז א טעאָריע וואס איך האב קיינמאל נישט חוקר געווען.
סאיז פשוט! ישו מיט זיינע ערשטע נאכפאלגערס זענען דאך געווען אידן
 
סאיז פשוט! ישו מיט זיינע ערשטע נאכפאלגערס זענען דאך געווען אידן
יא, אבער לפי דעי טעאָריע איז עס נישט נאר געווען נאכען הענגען ישו, נאר פאר דעם אויכעט נאר ישו'ס לייט האבן געמאכט פון דעם אן ערענסטע ענין. זעט זיך אויס אז ישו'ס לייט זענען געווען קרעטשניף געשטימט.
 
די קרייץ איז נישט געווען די סימבאל פון חסידי יהושע בימים הראשונים. די ערשטע דורות האבן געניצט א סימבאל פון א פיש.
 
יא, אבער לפי דעי טעאָריע איז עס נישט נאר געווען נאכען הענגען ישו, נאר פאר דעם אויכעט נאר ישו'ס לייט האבן געמאכט פון דעם אן ערענסטע ענין. זעט זיך אויס אז ישו'ס לייט זענען געווען קרעטשניף געשטימט.
אוואדאי מיינסטו מיט דעם מעשה הידוע ווען ר' הערשעלע איז געקומען קיין אמעריקע, חנוכריסמעס צייט...
 
ר' משה'ניו בן הרב האט געשריבן א מאמר צו מסביר זיין די צלם ע"פ קבלה
ער האט אויך גיהאלטן אז די צורה ווי מהאלט עס היינט (די קורצע אויבן) איז נישט ריכטיג
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
ווי קען מען טרעפן א קלארע אפהאנדלונג אויף אים וואס איז במה טראסטבאר?
וועסט נישט טרעפן מן הסתם
די ליובאוויטשע האבן דאך א אינטערס עם צופאהייליגן
אבער די דעת נוטה אז ער איז טאקע געווען א שטיקל חולה נפש (אויך דוד אסף איז מסכים צו דעהם)
די גאנצע שאלה איז וועגן סופו ווואס די עיקר מקור פון די ליבאוויטשע ווערסיע איז פון די באבע מעשיות פונעם ריי"צ
 
וועסט נישט טרעפן מן הסתם
די ליובאוויטשע האבן דאך א אינטערס עם צופאהייליגן
אבער די דעת נוטה אז ער איז טאקע געווען א שטיקל חולה נפש (אויך דוד אסף איז מסכים צו דעהם)
די גאנצע שאלה איז וועגן סופו ווואס די עיקר מקור פון די ליבאוויטשע ווערסיע איז פון די באבע מעשיות פונעם ריי"צ
אין בית רבי, ברענגט ער עהם מיט א גדלות פון א טיטול - הר״ר משה זלה״ה - ער שרייבט אז ער איז גיוועהן א חוזר פון די דברי חסידות פון טאטן , דער בעל ליקוטי אמרים , תניא, בלשונו הזהב ממש כנתינתן … נאכדעם איז גיוועהן עגמת נפש וכו׳, ומאז לא נודע מקומו איה
ער איז מן הסתם גיוועהן ״ביי פאולער״ - אדער ״סקיטסאפריניק״, און מיט זיין ווילדען שארף קאפ האט ער גירעדט פון דעם צלם ,
די שריפטען פון די רבי מהריי״ץ זענען נישט היסטוריש , ( ווי ער אליין האט גיזאגט ) ער האט גיהאט א חוש צו פיקציע , זי״ע
 
לעצט רעדאגירט דורך א מאדעראטאר:
אין , בית רבי, ברענגט ער עהם ,מיט א גדלות פון
א טיטול -הר״ר משה זלה״ה-ער שרייבט אז ער איז גיוועהן א חוזר פון די דברי חסידות פון טאטן , דער בעל ליקוטי אמרים , תניא,
בלשונו הזהב ממש כנתינתן …
נאכדעם איז גיוועהן עגמתנפש וכו׳, ומאז לא נודע מקומו איה
ער איז מן הסתם גיוועהן ״ביי פאולער״-אדער ״סקיטסאפריניק״, און מיט זיין ווילדען שארף קאפ
האט ער גירעדט פון דעם צלם ,
די שריפטען פון די רבי מהריי״ץ , זענען נישט היסטוריש , ( ווי ער אליין האט גיזאגט ) ער האט
גיהאט א חוש צו פיקציע , זי״ע
די טיטלען מיינען גארנישט
נאך אלעס איז ער דעם רב׳ס א קינד
בנוגע צום רייצ די ליובאוויטשע היסטאריקער נעמען אן זיין באבע מעשיות אויף דעם משה אלס ריינער אמת
 
Back
Top