די לשון אין ספרי, וואס רש״י איז מעתיק איז בשם רבי שמעון בר יוחאי , והלא הלכה בידוע שעשו שונא ליעקב , סך הכל גייט ער ארויף אויף די גיקושעכץ פון עשו ליעקב די צוויי ברודער - הלא אח יעקב לעשו - זיי האבן זיך נישט ליעב גיהאט,צשפעטער האט מען אדאפטעט דעם לשון אויף שנאת עמים לישראל, וואס ביי דעם טרעפט מען אן אנדער לשון אויף נאהמען , הר סיני, שמשם ירדה שנאה לישראל , די לשון הלכה, מיינט בדרך כלל הלכה למשה מסיני, אבער עס איז אויך נישט קיין 100% כלל, ווייל די גמרא זאגט אויף ״כל באמת אמרו הלכה״ - דאס מיינט אז דער לשון ״באמת אמרו״ וואס קומט פאהר אפט אין די משנה איז א ״הלכה״, זאגן די מפרשים אז כאטש ער זאגט די לשון הלכה, מיינט ער נישט הלכה למשה מסיני - נאר אז עס איז אן אהנגענומענער זאך, רופט ער עס הלכה, אויסער דעם, די מימרא פון רבי שמעון דא, איז דאך נישט בגדר הלכה, עס איז נאר אגדה, דרינגט זיך דער גאון מהר״ץ חיות פון דעם, אז אפילו אין אגדה קען מען אויך נוצען די ווארט הלכה, אזא שם המושאל ארויס צו ברענגען אז מען דארף עס עקספעקטן, אויף אזוי ווייט אז די חז״ל זאגן - און עס געפינט זיך אין הלכה אין יורה דעה - אז מען זאל זיך לאזן שערן פון א גוי נאר אויב עס איז דא א שפיגעל צוזיין אויפמערקזאם וואס ער טהוט.