אמונת הצלב על פי קבלה

הייליגער

היימישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
יוני 14, 2024
מעסעדזשעס
44
רעאקציע ראטע
200
אה, דער צלב, דער צלב פון וואס מיר טארן נישט רעדן...

לאמיר טאקע נישט רעדן צופיל, און לאמיר ענדערש זיין א מגלה טפח ומכסה טפחיים, נאך וואס עס איז נאכנישט געקומען די ריכטיגע צייט מגלה צו זיין די הויכע סודות התורה...

ווען עשיו איז געבוירן געווארן, האט ער אנגעכאפט דעם "אלף" און דאס גענומען פאר זיך. יעקב האט אנגעכאפט בעקב עשיו, וועלנדיג צוכאפן דעם "אלף" צוריק צו זיך. דאס ווייזט אונז אז לעתיד לבוא, באחרות הימים, וועלן די בני יעקב זיך מתגבר זיין אויף דעם כח פון עשיו, און צוריקכאפן דעם "אלף", וועלכער איז פארכאפט צווישן די קליפות פון די בני אדום, און בלויז זיי פארשטייען צו דעם סוד פון דעם אל"ף. דעמאלס לעתיד לבוא, וועלן אידן באגרייפן דעם סוד פונעם אלף און דאס צוריק נעמען צו זיך.

דאס איז די סיבה פארוואס מיר געפינען די "אלופי עשיו". זיי, די בני עשיו, זיי האבן ארויס דעם כח פון דעם "אלף", בשעת די אידישע תורה האט זיך געמוזט אנהויבן דווקא מיט א "בית", וויבאלד די אידן פארמאגן נישט קיין שליטה אויף דעם "אלף".

דאס איז די סיבה, פארוואס ביי אידן איז דער "אלף" אזא פארקרומטע אות. די בני עשיו, זיי האבן ארויס די ווארהייט און שטארקקייט פון דעם אות, און ביי זיי איז דאס א גראדער סימבאל און די צורה פון דעם קרייץ. ווען משיח וועט קומען, וועט דער אלף אויסגעגראדט ווערן און פארוואנדלט ווערן אין דעם קרייץ.

דאס ווייזט אונז, אז באחרות הימים וועלן אידן אננעמען דעם קרייץ, און אזוי אויסגראדן דעם אלף. דערמיט וועט מען צוריקנעמען דעם "אלף" פון עשיו, און אזוי וועט מען מבטל זיין די שווערע קליפה פון די "אלופי עשיו". הערשט דאן וואס אידן וועלן צוריקנעמען דעם אלף פון די אלופי עשיו, וועט נתבטל ווערן זייער כח און זיי וועלן זיך אונטערווארפן אידישע קינדער, און משיח וועט האבן די שליטה איבער די גאנצע וועלט.
 
דער אלף קומט צו זיין גראד ווי א יו"ד וא"ו יו"ד וואס דאס איז 26 (שם הוי"ה).
ווי צדיקים האבן געטייטשט להגיד כי ישר הוי"ה - ס'איז בשורשו גראד, צורי - קוק אויפן צורה פון יעדע צלם אלוקים ווי ס'איז גראד אויג נאז אויג.

ובדרך פשט, די תיקון איז ווען דער מענטש קען שטיין מיט א גראדע ריקן גלייך און נישט זיין נוטה וסומך אויף חסד אדער גבורה, נאר ער ניצט ביידע מיט א באלאנס.
(יהי רצון שנזכה)
 
וואס איז די גרויסע סוד?
פארוואס מעג מען נישט רעדן דערפון?
איך פארשטיי נישט.
@הייליגער אפשר ביסטו אביסל קלארער מסביר?
 
Back
Top