עביוז מהו?

מילך טראק

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 11, 2024
מעסעדזשעס
136
רעאקציע ראטע
345
אפגעטיילט פון דא
(מאדעראטאר)

איך טריי צו פארשטיין, מכאפט אוועק קינדער פון די עלטערן ווייל איך האלט אנדערש ווי דיר?
ווייל איך האלט אז דיין רעליגיע איז פאלטש?

וואס וואטסטו געזאגט ווען רעפארמער טוען דאס צו דיר?

דאנט געט מי ראנג, איך בין אויף העפי אז דאס געשהט , איך וויל נאר פארשטיין די הסבר
 
לעצט רעדאגירט דורך א מאדעראטאר:
איך טריי צו פארשטיין, מכאפט אוועק קינדער פון די עלטערן ווייל איך האלט אנדערש ווי דיר?
ווייל איך האלט אז דיין רעליגיע איז פאלטש?

וואס וואטסטו געזאגט ווען רעפארמער טוען דאס צו דיר?

דאנט געט מי ראנג, איך בין אויף העפי אז דאס געשהט , איך וויל נאר פארשטיין די הסבר
ווייל ס׳דא סעקסועל, ווערבעל און פיזישע עביוז.

מען כאפט נישט צי קיין קינדער פון די נטורי קרתא אדער מענדעליסטן, כאטש וואס כלל ישראל איז מסכים אז זיי זענען טויט צופראסקעט, וויבאלד ס׳נישטא (עכ״פ מען ווייסט נישט) קיין עביוז.
 
די אביוז איז נאר ווייל די גלייבסט נישט אין דעם , פאר א עיטיעס איז מאכן א ברית, פאסטן יום כיפור אביוז, צו גיין על קידוש השם איז סוסייד
דערציילן די מעשה פון עקידה, חנה ושבעה בניה טראמעטייזן,
פארן רעפארמער איז נישט פארן מיט א קאר שבת אביוז,
פארן מאָדערנער איז נישט וואטשן טי-װי , נוצן שבת עלעוויטאר אביוז,
פארן ליטוואק איז קאנטראלירטע מערידזשעס אביוז
 
איך טריי צו פארשטיין, מכאפט אוועק קינדער פון די עלטערן ווייל איך האלט אנדערש ווי דיר?
ווייל איך האלט אז דיין רעליגיע איז פאלטש?

וואס וואטסטו געזאגט ווען רעפארמער טוען דאס צו דיר?

דאנט געט מי ראנג, איך בין אויף העפי אז דאס געשהט , איך וויל נאר פארשטיין די הסבר
אולי לוינט זיך צו עפענען אן עקסטערן שנירל פאר די פראגע, און לאזן דא פאר נייעס וואס קומט פאר דארט
 
אז זיי זענען ברענוואשט גלייבן זיי,
אונז זענען נישט ברענוואשט?
 
שלום עליכם אלע אידן דאהי.
דער געדאנק פון אביוז איז בעיקר ווען מען געט נישט פאר קינדער די בעיסיק געברויכן ווי עסן טרינקען, שפילן און ארומלויפן.

עס איז א גרויסע חילוק צו מען לאזט נישט קוקן טעלעוויזיע, אדער מען לאזט נישט עסן קיין פלייש, פיש אייער, און מען הייסט חתונה האבן ביי די צוועלף, און מען שלאגט מכות אכזריות (שטערקער וואס דיין רבי האט געגעבן אין חדר)
 
וואס האט ברעינוואשן מיט עביוז?
איך קען נישט מוח-געוואשענע עביוזערס, און איך קען מוח-געוואשענע וואס עביוזען נישט, ס׳צוויי אנדערע זאכען.
 
אביוז איז סאביעקטיוו.
לויט געוויסע אביוזן היימישע עלטערן זייער קינדער ווען זיי לערנען זיי נישט לימודי חול און א פאך.

אמאליגע צייטן (און אין געוויסע פלעצער אין אפריקע נאך היינט) האט חתונה האבן ביי די צעהן נישט געהייסן אביוז.

לגבי נידן דידן איז עס אביוז וואס איז היינט אנגענומען ביי יעדן פאר עקסטרעמע אביוז.

דאס אז מ'קען עפעס טוהן דערצו איז טאקע נאר ווייל זיי האבן פארלעצט אפיציעלע געזעצן. ווען נישט קען מען טאקע גארנישט טוהן.
 
נאך א מזל אונזער זיידעס זענען אנגעקומען מיטן שיף צום טרייפענעם ניו יארק. וואלטן מיר גענדיגט אין אראבישע לענדער וואלטן מיר געווען סאך נענטער צו הנהגת לב טהור.
 
איך מיין די גדר פון א abusive חינוך איז אויב די קינד גייט עס נישט עפרישיעטן ווען ער וואקסט אויף. (האלטן געצוימט די מח און ברעינוואשינג איז נאך די גרעסטע עוולה, ווייל ס׳גיבט אים ניטאמאל א געלעגנהייט צו ריפלעקטן אויף זיין לעבן..)
 
און אויב איך אפרישעט נישט די חינך וואס איך האב באקומען הייסט עס אביוז?
 
אביוז איז סאביעקטיוו.
לויט געוויסע אביוזן היימישע עלטערן זייער קינדער ווען זיי לערנען זיי נישט לימודי חול און א פאך.

אמאליגע צייטן (און אין געוויסע פלעצער אין אפריקע נאך היינט) האט חתונה האבן ביי די צעהן נישט געהייסן אביוז.

לגבי נידן דידן איז עס אביוז וואס איז היינט אנגענומען ביי יעדן פאר עקסטרעמע אביוז.

דאס אז מ'קען עפעס טוהן דערצו איז טאקע נאר ווייל זיי האבן פארלעצט אפיציעלע געזעצן. ווען נישט קען מען טאקע גארנישט טוהן.
און די חינוך אין ניו יארק איז אויך אביוז ווייל די רעגירונג טוט דערוועגן
 
@מילך טראק דו האלטסט אז די רעגירונג דארף לאזן עלטערן שחט'ן זייערע קינדער אויב זיי גלייבן אז גאט האט געהייסן?
איך האלט נישט אז זיי שעכטן קינדער,
איך רעדט נישט לגבי די רעגירונג, מיין האַרץ האט אויך הנאה אז ממאכט עס צו פאר אייביג, איך פראבירט נאר צו פארשטיין מיטן שכל פארוואס עס איז אויסגעהאלטן, זענען מיר אונז בעסער?
 
שלום עליכם אלע אידן דאהי.
דער געדאנק פון אביוז איז בעיקר ווען מען געט נישט פאר קינדער די בעיסיק געברויכן ווי עסן טרינקען, שפילן און ארומלויפן.

עס איז א גרויסע חילוק צו מען לאזט נישט קוקן טעלעוויזיע, אדער מען לאזט נישט עסן קיין פלייש, פיש אייער, און מען הייסט חתונה האבן ביי די צוועלף, און מען שלאגט מכות אכזריות (שטערקער וואס דיין רבי האט געגעבן אין חדר)
אין א"י זענען דא אסאך משפחות וואס מען גיבט נישט קיין פלייש משבת לשבת דארף מען אויך צוכאפן די קינדער?
ווער האט אפגעמאכט די שיעור ביז וויפיל ממעג שלאגן?
משפארט איין בחורים אין ישיבות שעות לאַנג אהן קיין ספארטס איז נישט מענטש אביוז?
מענטעל אביוז איז נישט בעסער ווי פיזיקל אביוז
 
און אויב איך אפרישעט נישט די חינך וואס איך האב באקומען הייסט עס אביוז?
איך רעד בכלליות. אודאי קען זיך אייביג מאכן אפילו ביי עלטערן וואס ווילן און טוען דאס בעסטע פאר זייער קינד אז דאס קינד וועט עס נישט עפרישיעטן…

אויף געזונטע עלטערן וואס זענען באמת צופרידן מיט זייער לעבן (נישט ווייל זיי זענען געברעינוואשד און ווייסן נישט בעסער) און ווילן איבערגעבן די זעלבע דרך החיים פאר זייערע קינדער קעמען קיין טענות נישט האבן.
 
אין א"י זענען דא אסאך משפחות וואס מען גיבט נישט קיין פלייש משבת לשבת דארף מען אויך צוכאפן די קינדער?
ווער האט אפגעמאכט די שיעור ביז וויפיל ממעג שלאגן?
משפארט איין בחורים אין ישיבות שעות לאַנג אהן קיין ספארטס איז נישט מענטש אביוז?
מענטעל אביוז איז נישט בעסער ווי פיזיקל אביוז
אוועק נעמען קינדער איז גאר א דראסטישע שריט, און עס האט גאר שווערע נאכפאלגען, דערפאר מוז די עביוז זיין אזוי שלעכט אז אוועקנעמען די קינדער זאל נישט זיין יצא שכרו בהפסדו.
דאס איז געזאגט געווארען ווען איעדער איז שוין מסכים אז עפעס הייסט עביוז.
יעצט אז מען האנדעלט מיט נישט לאזן שפילן ספארט, אדער נישט עסן פלייש משבת לשבת, נישט לערנען פולע לימודי חול, אפילו שלאגן מיט א שיעור, איז נישט כולי עלמא מודי אז דאס הייסט עביוז. (לעגאל מעג מען שלאגן די קינדער)
CPS (די ניו יורק טשיילד פראטעקשען) נעמט נאר אוועק קינדער אין גאר עקסטערעמע פעלער, אפילו ווען זיי ווייסען יא אז ס׳דא אביוז וועלן זיי ארבעטען צוזאמען מיט די עלטערען אז די קינדער זאלן קענען בלייבען אינדערהיים.
זיי וועלן אפרעכטן פלוצלונגדיגע באזוכן, אינטערוויוען די קינדער אין די אפוועזענהייט פון די עלטערען, אדער וועלן זיי אריינשטעלען נאך א ערוואקסענע אין דער היים, כדי נישט צי דארפן אוועקנעמען די קינדער.
 
לעצט רעדאגירט:
איך זעה די קליפס פון די עלטערן וואס בעטן זיך צירק די קינדער און זיי ווילן צוריק גײן צו זייער לעבנסט שטייגער, אויך די קינדער וויינען געפערלעך,
 
Back
Top