דעפינירן אטעאיזם, אגנאסטיסיזם, אד"ג

טעלעפאן

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אפר. 15, 2024
מעסעדזשעס
518
רעאקציע ראטע
1,492
פונקטן
223
איינער וואס גלויבט יא מיט פרינציפן אויף שטארקע יסודת פון אמונה און בטחון האט געווענליך א מער צופרידן לעבן וואס פילט ווי מען ערפילט א וויכטיגע ציל. דעריבער איז זייער צו פארשטיין פארוואס דער וואס גלויבט יא איז נישט דווקא א נער. ווייל ער גלייבט (אפטמאל סאבקאנשעס) פשוט ווייל זיין 'אייגן' לעבן מאכט עס בעסער. א אטיאסט קען אזא געפיל קיינמאל נישט ערפילן און דאס פארביטערט איהם די לעבן. דאס איז אלס סיידן פון דער מציאות אז צו זיין א פולקאמע אטיאסט דארף מען נעבעך אויך 'גלויבן' אין פארשידענע אסאמפשאנס.
איינער וואס איז אבער אגנאסטיק האט נאכאלץ אייביג די ברירה צו גלויבן אויפן צד אז אויב יא..... טאקע שוואכער אבער מ'קען עס ארויף ארבעטן.
 
געטראכט די זעלבע די גלויביגער איז א חכם אז ער "קלויבט" צו גלייבן ווייל דאס מאכט עים צופרידן .

אבער אויב סאיז נישט קיין בחירה איז ער א גרויסע טיפש ...
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
געטראכט די זעלבע די גלויביגער איז א חכם אז ער "קלויבט" צו גלייבן ווייל דאס מאכט עים צופרידן .

אבער אויב סאיז נישט קיין בחירה איז ער א גרויסע טיפש ...
דערפאר האב איך מגדיר געווען אז די בחירה קען אויך פאסירן סאבקאנשעסלי.
 
איינער וואס גלויבט יא מיט פרינציפן אויף שטארקע יסודת פון אמונה און בטחון האט געווענליך א מער צופרידן לעבן וואס פילט ווי מען ערפילט א וויכטיגע ציל. דעריבער איז זייער צו פארשטיין פארוואס דער וואס גלויבט יא איז נישט דווקא א נער. ווייל ער גלייבט (אפטמאל סאבקאנשעס) פשוט ווייל זיין 'אייגן' לעבן מאכט עס בעסער. א אטיאסט קען אזא געפיל קיינמאל נישט ערפילן און דאס פארביטערט איהם די לעבן. דאס איז אלס סיידן פון דער מציאות אז צו זיין א פולקאמע אטיאסט דארף מען נעבעך אויך 'גלויבן' אין פארשידענע אסאמפשאנס.
איינער וואס איז אבער אגנאסטיק האט נאכאלץ אייביג די ברירה צו גלויבן אויפן צד אז אויב יא..... טאקע שוואכער אבער מ'קען עס ארויף ארבעטן.
די טייטש פון אטעאיסט איז אז ער גלייבט נישט. נישט גלייבן מיינט נישט אז ער איז 100 פראצענט איבערצייגט אז ס'עגזעסטירט נישט, נאר סך הכול איז ער נישט געניג איבערצייגט אויף יא, און וועגן דעם גלייבט ער נישט.
 
דאס רופט זיך Agnostic, א אטעאיסט מיינט ער גלייבט דייקא נישט, ווס. א גלויביגער וואס גלייבט דייקא יא
 
דאס רופט זיך Agnostic, א אטעאיסט מיינט ער גלייבט דייקא נישט, ווס. א גלויביגער וואס גלייבט דייקא יא
און אויף דעם טאקע האב איך רעאגירט, אז צו נישט גלויבן, דארף מען 'גלויבן' אז ס'נישט דא.....
 
דאס רופט זיך Agnostic, א אטעאיסט מיינט ער גלייבט דייקא נישט, ווס. א גלויביגער וואס גלייבט דייקא יא
נישט ריכטיג. אגנאסטיק איז טייטש אז ער האלט אז 'מען קען נישט וויסן' יא אדער ניין.

אטעאיסט הייסט אז ער גלייבט נישט, עס פעלט אים אמונה. טעאיסט איז טייטש אז ער גלייבט יא, די רגע איינער גלייבט שוין נישט איז ער אן אטעאיסן. מען קען זיין אן אטעאיסט און אויך אן אגנאסטיק, דהיינו, מען האלט אז מען קען נישט וויסן די אמת, און וועגן דעם גלייבט ער טאקע נישט.

"גלייבט דייקא נישט" איז אויך פשט אז היות ער איז נישט איבערצייגט אז יא, גלייבט ער 'דייקא' נישט. למשל איך גלייב דייקא נישט אז סקולענע רבי האט א דורעקטע ליניע מיט פוטין ווי זיי שמועסן יעדע נאכט. הגב איך "ווייס" נישט זיכער אז נישט, דאך היות איך בין נישט איבערצייגט אז יא, "גלייב" איך נישט אין דעם. אויף יא צו גלייבן דארף מען זיך איבערצייגן, אבער אויף צו נישט גלייבן דארף מען פלעין נישט זיין איבערצייגט.
 
לויט מיין פארשטאנד איז גנאסטיק דער פארגייער
פון קבלה
די אות A ווען עס ווערט אטאטשט צי א ווארט אין
ענגליש , מיינט א לשון שלילי , ״נישט״
״גנאסטיק״האט געגלייבט אין כוחות פון גשם און רוח
אדער קדושה און סטרא אחרא וכו׳
״עגננאסטיק״ גלייבט נישט
די ווארט THE מיינט גאט , ממילא א טעאיסט
THEIST גלייבט אין גאט
ATHEIST ציגעלייגט A , מיינט ער גלייבט נישט
קומט אויס ביידע גלויבן נישט , אבער עס באציהט
אויף אנדערע זאכן ,
דער עגנאסטיק גלייבט נישט קבלה וכדומה
דער עטעאיסט איז סתם א כופר
לדוגמא symmetric, asymmetric וכו׳
 
וואס דאס האט געמיינט היסטאריש איז איין זאך.

היינט צוטאגס (וואס די אלע ווערטער ווערן גענוצט לגבי גלייבן אין גאט) מיינט אן אטעאיסט איינער וואס גלייבט/איז-איבערצייגט אז ס'איז נישטא קיין גאט. פונקט ווי דער טעאיסט גלייבט/איז-איבערצייגט אז ס'איז יא דא.

אגנאסטיסיזם אליין קען ווערן צוטיילט, ווי למשל:

1. ער פערזענליך ווייסט נישט אויב יא אדער נישט.

2. ס'איז אין טעאריע מעגליך אמאל צו וויסן אבער היינט צוטאגס ווייסט קיינער נישט.

3. גלייבט (איז איבערצייגט) אז ס'איז נישט מעגליך צו וויסן
 
נאכגעקוקט אין גוגל , און די ביסט גירעכט
מיין הערה , איז גיוועהן אויף די שורש פון די ווארט
אז עגנאסטיג איז דער היפך גנאסטיק
אזוי ווי עטעאיסט איז דער היפך טעאיסט
 
היינט צוטאגס (וואס די אלע ווערטער ווערן גענוצט לגבי גלייבן אין גאט) מיינט אן אטעאיסט איינער וואס גלייבט/איז-איבערצייגט אז ס'איז נישטא קיין גאט. פונקט ווי דער טעאיסט גלייבט/איז-איבערצייגט אז ס'איז יא דא.
איינער וואס גלייבט נישט אז יא, איז אויך אן אטעאיסט ווייל למעשה "גלייבט ער נישט".

ער מוז נישט דוקא זיין איבערצייגט אז נישט, פשוט נישט זיין איבערצייגט אז יא איז שוין גענוג נישט צו גלייבן.
 
אטעאיזם איז 'נישט גלייבן'.
ס'איז מסתם דא אן אטעאיסט וואס 'גלייבט אז נישט' (און איז נישט אגנאסטיק), אבער דאס האט גארנישט צוטון מיט אטעאיזם.

היינט צוטאגס האבן מענטשן טאקע אנגענומען אנדערש און פארברייטערט די דעפינישאן כאילו ס'איז אויף א ספעקטראם.
 
Back
Top