דער ברוטאלער אמת

פאר דיינע ארומיגע ביסטו בכלל נישט דער הויפט שפילער. זיי נוצן דיר בלויז ווען זיי דארפן דיר.
דו ביסט אן עקא סיסטעם, נישט קיין אינדיווידועל. דיין קערפער באשטייט פון מיקראבן. 'דו' איז סך הכל א קאלאבאראציע פון ארגאנען.
אין א געוויסע זין, נוצן דיך דיינע ארימיגער, אזוי ווי דו נוצט דיין קערפער…
 
איין הערה @מרחשון - ס׳קוקט אויס ווי דו גייסט אינעם מהלך פון ניטשע׳ס ניהיליזם.

ניטשע איז באקאנט מיט זיין אויסדרוק
“What does not kill me makes me stronger.”
אגב, קעלי קלארקסאן תלי״טא האט א ניגון דערויף.
יעצט אז דו גייסט מיט ניטשע — גיי שוין אינגאנצן מיט אים!
איך גיי נישט מיט ניטשע, אדער מיט סיי וועמען. איך בין מיך נוהג מקבל צו זיין פון סיי וועמען דאס וואס איך זע פאר ריכטיג.
און יסורים, וויאזוי ס'איז מיר אויסגעקומען, מאכן רוב מאל 'נישט' שטערקער, נאר שוואכער.
 
שוואכער איז באמת שטערקער! שטערקער איז א טול פאר שוואכע, א שטארקער דארף נישט זיין שטארק צו זיין שטארק!
אינספירירנד ביז גאר, אבער כ'האב נישט קיין אהנונג וואס דאס מיינט...
איינער וואס האט געליטן יסורים און לכבוד דעם איז ער אן אלקאהאליקער, האט מורא צו מאכן קשרים מיט מענטשן, פאלט כסדר אריין אין זעלבסט דיסטראקטשן, איז שטערקער?
 
ניין, אבער איינער וואס איז לכבוד דעם סעיף אהן א גראבע עגא איז שטערקער. (גערעכט נישט אלעמאל געשעהט עס)

אמתע שטארקייט איז ווען איך האב זיך און כ'האב זיך ליב, ווען אפי' מיין שכל קען אולטומיטלי נישט צו נעמען מיין זיכערהייט.

ווען דו קוקסט דעם מלאך המות אין די אויגן און דו הערסט נאך אלץ אויס דיין זיך...
ווען דו ערלויבסט זיך פיינעלי צו גיין מיטן פלאו פון נאטור אהן זיך שלאגן.

סאו יסורים קען הארגענען און ס'קען זיין א טול וואס מאכט שטערקער.

ויהי רצון שנזכה
 
אינספירירנד ביז גאר, אבער כ'האב נישט קיין אהנונג וואס דאס מיינט...
איינער וואס האט געליטן יסורים און לכבוד דעם איז ער אן אלקאהאליקער, האט מורא צו מאכן קשרים מיט מענטשן, פאלט כסדר אריין אין זעלבסט דיסטראקטשן, איז שטערקער?
אז ער איז געווארן א אלקאהאליקער, איז פשט אז ער האט געליטן גענוג אים צו טוישן און שטערקער מאכן. נאר אנשטאט קומען צו זיין זיך, איז ער געגאנגען צו א עסקעיפ ראוט. אלקאהאליזם וועט אים סוכ”ס צוריקשטויסן, יעצט כאטש בפועל איז ער פיל מער וואונעראבעל ווי פריער, איז ער אבער אויכט מיט א טריט נענטער ווי פריער צו זיין זיך, און דערפאר טאקע פיל שטערקער.

בעסער געזאגט, דיין שטארקייט איז נישט דיפיינד לויט וויאזוי די פילסט, סאיז דיין שטאנד, אין העכער פון דיינע פילינג׳ס!
 
לעצט רעדאגירט:
אז ער איז געווארן א אלקאהאליקער, איז פשט אז ער האט געליטן גענוג אים צו טוישן און שטערקער מאכן. נאר אנשטאט קומען צו זיין זיך, איז ער געגאנגען צו א עסקעיפ ראוט. אלקאהאליזם וועט אים סוכ”ס צוריקשטויסן, יעצט כאטש בפועל איז ער פיל מער וואונעראבעל ווי פריער, איז ער אבער אויכט מיט א טריט נענטער ווי פריער צו זיין זיך, און דערפאר טאקע פיל שטערקער
חידושים נפלאים!
סאוי, דו זאגסט אז זיין אן אלקאהאליק איז בעסער ווי זיך ארומדרייען מיט א פאלטשע אויפגעבלאזענע איגאוי… ריכטיג? איך הער ויש לעיין בזה…

איך טראכט אז ס׳איז א בחינה פון ירידה לצורך עליה…

עניוועי, איך וואונטש עס נישט פאר קיינעם. נישט די יסורים און נישט די עסקעיפּ ראוט… אך טוב וחסד ירדפינו…!!
 
לעצט רעדאגירט:
שוואכער איז באמת שטערקער! שטערקער איז א טול פאר שוואכע, א שטארקער דארף נישט זיין שטארק צו זיין שטארק!
או יאמר, ווי איינער האט מיר אמאל געזאגט אז שטארק מיינט נישט איינער וואס קען טיילן מכות פאר יענעם נאר איינער וואס קען אויסהאלטן מכות פון יענעם און ווייטער אנגיין כאילו לא היה.

א עושר מיינט נישט דוקא איינער וואס קען אינוועסטן איבעראל, נאר איינער וואס קען אויסהאלטן ווען אינוועסטמענטס גייען נישט אייביג וויאזוי מ'האט געחלומט
 
איין הערה @מרחשון - ס׳קוקט אויס ווי דו גייסט אינעם מהלך פון ניטשע׳ס ניהיליזם.

ניטשע איז באקאנט מיט זיין אויסדרוק
“What does not kill me makes me stronger.”
אגב, קעלי קלארקסאן תלי״טא האט א ניגון דערויף.
יעצט אז דו גייסט מיט ניטשע — גיי שוין אינגאנצן מיט אים!
אין א סייד נאוט: ניטשע איז געווען אנטי ניהיליזם

(קאניע האט אויך א ניגון אויף דעם)
 
לעצט רעדאגירט:
ס׳איז
אויב עס שטעכט, לייג געוויכט דערויף. אויב עס מאכט דיר צו שטארק באקוועם, צווייפל דערין.

דאס פאלגנדע איז בלויז פאר די וועלכע זוכן קלארקייט איבער באקוועמליכקייט. די וועלכע ווייסן אז דער אמת שפירט נישט אייביג גוט. אויב דו זוכסט פאר לייכטע ענטפערס, קוק אוועק. אויב דו ביסט גרייט צו קוקן דעם אמת אין פנים אריין, ליין ווייטער.

מערסטנסטייל פון דיין אידענטיטעט איז נישט וואס דו מיינסט עס איז. עס באשטייט בעיקר פון נארישע פחדים, געזעלשאפטליכע דרוק און פסיכאלאגישע פארטיידיגונג מעכאניזמען. נישט אויטענטישקייט.

באוואוסטזיניגקייט פארזיכערט נישט קיין פרייהייט. דו קענסט זיין קריסטאל קלאר אין וואס דיין טראומא איז, אבער פארט נישט זיין בעל הבית דערויף.

עס קען זיין אז דו וועסט קיינמאל נישט אינגאנצן געהיילט ווערן. דו וועסט זיך פשוט אויסלערנען וויאזוי אנצוגיין מיט די וואונדן.

צופרידנהייט איז א שטאנד. נישט קיין עררייכונג. דער ציל איז פשוט זיך אויסצולערנען וויאזוי אנצגיין צווישן די כוואליעס פון צופרידנהייט און אומצופרידנהייט.

ליבשאפט איז נישט די רפואה אויף אלעס. עס קען אפשר מאכן גרינגער, אבער נישט היילן טראומא אדער שעדליכע געוואוינהייטן.

צייט היילט אלעס, איז אן איירעדעניש. טראומא קען דיר אזוי צעפליקן, אז 120 יאר איז נישט גענוג זיך צו ערהוילן.

פאר דיינע ארומיגע ביסטו בכלל נישט דער הויפט שפילער. זיי נוצן דיר בלויז ווען זיי דארפן דיר.

רוב קשרים ענדיגן זיך נישט פלוצלונג צוליב א פארראט. זיי ווערן פשוט שוואכער און שוואכער אין לויף פון דער צייט ביז עס הערשט א טאטאלע קאלטקייט.

אפילו אויב דו טוסט אלעס ריכטיג, קענסטו נאך אלס דורכפאלן. מזל, פריווילעגיע און זמנים שפילן א גרעסערע ראלע ווי סיי וואס.

רוב זשאבס זענען באדייטלאז. זיי באשטייען בלויז דורך אן אילוזיע פון פראדוקטיוויטעט, נישט אמת'ע שעפערישע ווערד.

דיין פירמע איז נישט דיין פאמיליע. דו וועסט ערזעצט ווערן אין איין וואך און פארגעסן ווערן דעם נעקסטן מאנטאג.

גארנישט קען נישט באשיצן פון ווערן אויסגעברענט, אפילו ביי עפעס וואו דו ביסט באמת אינטערעסירט. פארקערט גאר. ווי מער דו ביסט אינטערעסירט אינעם פראיעקט, וועסטו אריינלייגן מער און מער כוחות, און דו וועסט נאך שנעלער אויסגעברענט ווערן.

דער זשאב פון וואס דו חלומ'סט, איז פארט א זשאב. סיי וועלכע זאך וואס מען טוט פאר געלט, פארלאנגט פלאג און מי.

דער סיסטעם איז נישט 'צובראכן'. עס איז דייקא אויסגעשטעלט געווארן אויף דעם וועג. אומ'יושר, קאפ פארדרייעניש און דאס גלייכן, זענען נישט קיין עקסידענטן פון געזעלשאפט. זיי זענען א וויכטיגע טייל דערפון.

קאפיטאליזם איז גענצליך תלוי אין אינעקוואליטי. עס מוז זיין א נידריגע קלאס כדי דער מענטשהייט זאל קענען אנגיין.

דעמאקראטיע ערוועלט ווער עס איבערצייגט, נישט ווער עס איז קלוג. פאפולעריטעט געווינט די שטימען, נישט קאמפעטענץ.

א רעוואלוציע איז דער אנהייב פון א נייע סארט אונטערדרוקונג.

רוב פארברעכער זענען נאך אזוי אומשולדיג ווי אנדערע מענטשן מיט ווייניגער מזל.

מענטשן דארפן נישט דעם אמת. זיי ווילן שפירן זיכער. די מאסן גלייבן א באקוועמע ליגנט מער ווי אן אומבאוועמע אמת.

צדקה וחסד טוט אפטמאל פרעזערווירן די צרכים וועמען עס איז דא צו העלפן, אפהאלטנדיג סיסיטעמאטישע טויש פון פאסירן.

די וועלט קימערט זיך נישט. שטערנס עקספלאדירן, בעיביס שטארבן, שיינקייט פליעט אוועק. גארנישט פערזענליך, עס איז פשוט פיזיקס.

דו ביסט אן עקא סיסטעם, נישט קיין אינדיווידועל. דיין קערפער באשטייט פון מיקראבן. 'דו' איז סך הכל א קאלאבאראציע פון ארגאנען.

דיין קערפער הייבט אן שטארבן ביי די 25. צעלן הערן אויף וואקסן אזוי שנעל און דער כאאס ווערט בלויז גרעסער. זיך עלטערן איז נישט קיין דורכפאל, עס איז פשוט ביאלאגיע.

רוב פון רעאליטעט איז אומבאקאנט. טונקעלע מאטעריע, קאנטשעסנעס, קוואנטום פיזיקס. מיר לעבן אין א בלינדע וועלט.

היסטאריע ווערט געשריבן דורך געווינערס, נישט דורך אמת. די מעשיות וואס דו קענסט, זענען בלויז דאס וואס מענטשן האבן געוואלט דו זאלסט וויסן.

עוואלוציע באלוינט נישט די גוטע. נישט די קלוגע מענטשן מאכן עס אדורך. בלויז די וועלכע קענען זיך צופאסן.

"זיי דיך אליין" איז א געפארפולע עצה פאר רוב מענטשן.

באדייט און מאראל זענען פראדוקטן פון דער מענטשהייט. יעדע איינציגע קולטור האלט אז זיי זענען גערעכט, אפילו ווען זיי באגייען עוולות.

קיין חילוק ווי אייגנארטיג דו שפירסט, ביסטו איינס פון ביליאנען. עס איז נישטא קיין צענטער אין קאסמאלאגיע, און דו ביסט עס זיכער נישט.

רוב לעבנס ענדיגן זיך אינמיטן א זאץ. דו וועסט ווארשיינליך שטארבן מיט אומפארענדיגטע פראיעקטן און אומפארווירקליכטע חלומות.

דאס אז אלעס פאסירט פאר א סיבה, איז א מענטשליכע אויפטרעף כדי נישט צו שפירן פארלוירן. ניין. עס פאסירט סתם אזוי. די סיבה לייגן שוין מענטשן ארויף.

יסורים מאכן 'נישט' א מענטש שטערקער. אפטמאל טוען זיי אים גאר שטארק שעדיגן. מיר רעדן זיך אזוי איין פשוט ווייל עס מאכט אונז רואיגער. אז איך לייד שוין יא, זאל עס כאטש זיין פאר א סיבה.

שרייבן אן ארטיקל אויף א פאבליק פארום, פילט נישט אן דער לאך וואס עס זוכט אנצופילן.
איין שטיק שאפּענהואר!

שאפענהואר איז געוווהן די רבי פון ניצטשע, אבער ניצטשע האט זיך צום סוף געקריגט מיט שאפענהואר מיט געוויסע זאכן (ניצטשע האט זיך געקריגט מיט יעדעם…)
 
Back
Top