דער האט זיכער בכונה פיינט אידן און וויל מאכן א איינדרוק אז די מוסלעמענער זענען גוטע מענטשן
ס'קען טאקע זיין אז ער איז בייעסד און האט אן אג'ענדע דערמיט, אבער די פאקטן טוישט עס נישט.. און די מציאות איז אז אידן געבן כמעט נישט פאר קיין מענטשן אויפן גאס.. (אנלעס ער האט בייזוויליג ארויסגעשניטן חלקים ווי מענטשן האבן באמת יא געגעבן, איך גלייב אבער נישט אז ס'זענען געווען אסאך אזעלכע מענטשן ממילא..)
דא האט עטס די עקספירימענט מיט די מוסלימענע.
גארנישט אנדערש וואו ביים איד…
@אלפא די אראבער געבן אים נישט קיין רויטן גרייצער…
ניחמתני!
און איך האב יעצט טאקע געקוקט נאך פון זיין טשענעל, מ'זעט א
צווייטע ווידעא ווי ער שטעלט צו די קריסטן און מוסלעמענער, דארטן געבן די קריסטן אויך כמעט גארנישט, אבער אינטרעסאנט אז די מוסלעמענער געבן יא ממש איינס ביי איינס...
דאס מאכט מיר גלייבן אז 1. ער סעלעקטירט די מוסלעמענער וואס געבן יא (די נומערן און סעמפל סייז איז אסאך גרעסער), אדער 2. די וועג וויאזוי ער גייט צו און הייבט אן א שמועס מיט די מוסלעמענער טראגט א בייעס מיט זיך וואס מאכט אז מוסלעמענער זאלן וועלן געבן מער ווי אנדערע..
קען אויך זיין ער רעכנט זיך אויס און שטעלט אפ מוסלעמענער אין א פלאץ ווי ער ווייסט ס'איז מער לייקלי זיי זאלן האבן צייט/נערוון צו געבן, און אנדערע שטעלט ער אפ אינמיטן א פארנומענע גאס?! (ס'זעט אבער נישט ממש אויס אזוי, סיי ווייל אויפן גאס איז אויך דא מענטשן וואס געבן למעשה יא, און סיי ווייל די טשורטש זעט נישט דוקא אויס אזא פארנומענע פלאץ - עכ"פ נישט ווייניגער ווי די מאסק..)
בכל אופן איז עס נישט אזוי און די ווידעא וואס דו צייכנסט צו - וואו דארטן געבן אים די מוסלעמענער אויך נישט קיין גרייצער..
ס'מאכט מיר אויך טראכטן בכלל אז מעגליך מ'קען זיך נישט עכט פארשטעלן ווי אן ארימאן, יתכן אז אסאך פון די מענטשן אויף די ווידעאס (קריסטן צו אידן) וואלטן אפשר יא געהאט מער געפיל פאר אן עכטע ארימאן, משא"כ ביי אים ווי עפעס פילט זיך נישט אטענטיש..