דער גוי מאכט א חילול השם!

דער האט זיכער בכונה פיינט אידן און וויל מאכן א איינדרוק אז די מוסלעמענער זענען גוטע מענטשן

ס'קען טאקע זיין אז ער איז בייעסד און האט אן אג'ענדע דערמיט, אבער די פאקטן טוישט עס נישט.. און די מציאות איז אז אידן געבן כמעט נישט פאר קיין מענטשן אויפן גאס.. (אנלעס ער האט בייזוויליג ארויסגעשניטן חלקים ווי מענטשן האבן באמת יא געגעבן, איך גלייב אבער נישט אז ס'זענען געווען אסאך אזעלכע מענטשן ממילא..)

דא האט עטס די עקספירימענט מיט די מוסלימענע.
גארנישט אנדערש וואו ביים איד…
@אלפא די אראבער געבן אים נישט קיין רויטן גרייצער…

ניחמתני!

און איך האב יעצט טאקע געקוקט נאך פון זיין טשענעל, מ'זעט א צווייטע ווידעא ווי ער שטעלט צו די קריסטן און מוסלעמענער, דארטן געבן די קריסטן אויך כמעט גארנישט, אבער אינטרעסאנט אז די מוסלעמענער געבן יא ממש איינס ביי איינס...
דאס מאכט מיר גלייבן אז 1. ער סעלעקטירט די מוסלעמענער וואס געבן יא (די נומערן און סעמפל סייז איז אסאך גרעסער), אדער 2. די וועג וויאזוי ער גייט צו און הייבט אן א שמועס מיט די מוסלעמענער טראגט א בייעס מיט זיך וואס מאכט אז מוסלעמענער זאלן וועלן געבן מער ווי אנדערע..
קען אויך זיין ער רעכנט זיך אויס און שטעלט אפ מוסלעמענער אין א פלאץ ווי ער ווייסט ס'איז מער לייקלי זיי זאלן האבן צייט/נערוון צו געבן, און אנדערע שטעלט ער אפ אינמיטן א פארנומענע גאס?! (ס'זעט אבער נישט ממש אויס אזוי, סיי ווייל אויפן גאס איז אויך דא מענטשן וואס געבן למעשה יא, און סיי ווייל די טשורטש זעט נישט דוקא אויס אזא פארנומענע פלאץ - עכ"פ נישט ווייניגער ווי די מאסק..)
בכל אופן איז עס נישט אזוי און די ווידעא וואס דו צייכנסט צו - וואו דארטן געבן אים די מוסלעמענער אויך נישט קיין גרייצער..

ס'מאכט מיר אויך טראכטן בכלל אז מעגליך מ'קען זיך נישט עכט פארשטעלן ווי אן ארימאן, יתכן אז אסאך פון די מענטשן אויף די ווידעאס (קריסטן צו אידן) וואלטן אפשר יא געהאט מער געפיל פאר אן עכטע ארימאן, משא"כ ביי אים ווי עפעס פילט זיך נישט אטענטיש..
 
מיט אלע גוטע תירוצים.....
ס'איז בושות.....
און נישט ווייל די מוסלמענער/קריסטן געבן אויך נישט מיינט אז מ'דארף זיך נישט לערנען קיין lesson
 
מיט אלע גוטע תירוצים.....
ס'איז בושות.....
און נישט ווייל די מוסלמענער/קריסטן געבן אויך נישט מיינט אז מ'דארף זיך נישט לערנען קיין lesson
בכלל נישט קיין בושות, רוב מענטשן האבן נישט קיין עקסטערע געלט צו טיילן פאר פרעמדע מענטשן, אז איינער געט שוין יא געלט פאר א נצרך וויל ער עס ענדערש געבן פאר א קרוב אדער פאר איינער וואס ער האט מער א געפיל פאר יענעם, אז מגייט דיך בעטן געלט פאר איינער וואס האט פארלוירן זיין הויז אין א פייער אין טעקסעס גייסטו נישט געבן קיין געלט, אויב אבער די גייסט הערן ס׳איז א איד אפילו ער וואוינט אין טעקסעס און די ווייסט נישט ווער ס׳איז איז דא מער טשענסעס אז די גייסט געבן געלט ווייל די האסט א געפיל פאר א צווייטע איד, אויב איז עס א קרוב גייסטו געבן נאך מער ווייל די האסט א גרעסערע געפיל פאר א קרוב.

דאס מיינט נישט אז איך האב נישט קיין רחמנות אויף א גוי וואס האט פארלוירן זיין הויז אין א שריפה, ס׳פשוט נישט דא די געפיל וואס איך האב צו א צווייטע איד און איך האב נישט גענוג געלט אויסצוהאלטן די גאנצע וועלט, אז די גייסט אנהייבן טיילן דאללערס פאר יעדע גוי וואס בעט דיך גייט אלע אידישע געגענטער ווערן פארפלייצט מיט גוישע נצרכים.

נ.ב. איך האב שוין געגעבן געלט פאר נישט אידן וואס האבן אנגעצינדן מיין רחמנות געפילן.
 
Back
Top