דער חיים היילפרין סקאנדאל

קץ דוחק

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 16, 2024
מעסעדזשעס
1,827
רעאקציע ראטע
5,530
פונקטן
943
א ארטיקל פון מײנע ארכיװן. איך פארעפענטליך עס יעצט צום ערשטן מאל בחינם.

#1​

דער חיים היילפרין סקאנדאל​


עס איז יעצט געווארן 11 יאהר פון ווען דער חיים היילפרין סקאנדאל (ביז דעמאלס מיט א ר’ אין זיין נאמען) האט אויסגעבראכן בראש כל חוצות פון גאלדערס גרין (ג"ג) צו סטעמפארד הילל פון בני ברק צו מאנסי, ניו יארק. דער ציהל אונזערער איז נישט ווידער אויפצופלאמען דער סקאנדאל (הגם מיט נישט אזוי לאנג ווי א יאהר צוריק איז חיים היילפרין ווידער געווען אין די נייעס צוליב א נייע מעשה דאסמאל מיט א רעקארדינג אין ערוץ 12 נייעס אגענטור, וועגן וואס מיר וועלן שפעטער פארציילן), נאר צו באריכטן דברים כהווייתן, דאסמאל אין אידיש, צו א ציבור פון סטעמפארד הילל וואו עס האבן עפטער אלל געוואוינט, רוב פון דיע פרויען, די מדוברות אין די פרשה און חיים’ס קליענטן; א פלאץ וואו א מערהייט, אויב אידיש איז נישט זייערע ערשטע שפראך, רעדן זיי און פארשטייען זיי זי אבער.

גיווען אז מיר באריכטן אויך היסטאריע, איז לגבי דער שערוריה אויכעט – זינט זי איז קיינמאל נישט באשריבן געווארן אין אונזערע פרעסע – נישט מער ווי פאסיג פאר זי צו געדעקט ווערן אין אונזערע בלעטער. איבערהויפט ווען די עצם מאטריאל, ווי בריוו און הלכה דעקלעראציעס, וועלכע קאנסטיטוטן דער קעיס זענען א גוטע חלק אין לשה"ק און באציעהן זיך צו כדתיא (די יוניאָן) וואו אידיש און לשה"ק ברויך כלומר זיין דער אפיציעלער שפראך.

אז ככה הן הדברים: מוצאי שמחת תורה, 9 אוקטובר 2012 איז אין שטאט, אדער דורך די אינטערנעט און סאושעל מידיא בעסער געזאגט (אין פארטיקולער דוד יוסף הערשקאוויטש, א פּראָפּערטי לויער און בּלאָגער מיט’ן פענע נאמען ‘איף יוּ טיקל אָס’), באקאנט געווארן אז חיים היילפרין (היינט 65), איינע פון די דיינים פאר כדתיא, וועלכער וואוינט אבער אין גולדרס גרין, פארמאגט א שוהל דארטן און גיבט זיך אויך אפ, אין זיין פרייער צייט, מיט’ן זעהן פרויען און מיידלעך פריוואט, פאר שלום בית און חינוך עניינים – עז וועל עז נאך א האנדפול מיט אנדערע חשובע פּאָסטענעס – ווערט באשולדיגט דורך 13 פרויען, מערסטנס פון סטעמפארד הילל אבער אויך פון נארטה-וועסט לונדון, אין האבן זיי אנגערירט אין כל מיני מקומות און אין האבן געשמועסט מיט זיי אין א גאנץ גראָבּע שפראך. א שפראך וואס פאסט נישט פאר א פראפעשאנעל קאונסלער, לעט עלאון א רב פון זיין קאליבּער.

איך זאג אנגערירט און געשמועסט ווייל טוּ דעיט, הגם מען האט גערעדט אויף אים דאס ערגסטן, ווי ערנסטע אַבּיוז און אפילו סעקשועל אַס‎אָלט, האט מען משום איזה סיבה שהוא נאכנישט געברענגט אנטקעגן אים א קרימינאלע קעיס אין קאורט, און מיר וועלן אפאר פון די פּאָסעבּיליטיס שפעטער אויסשמועסן.

1777830797788.webp

חיים'ס רעזיגנאציע

די טרעט אז די רבנים וועלן ארויס קעגן אים האבן חיים משכנע געווען זיך אפצוזאגן פון אלע אנדערע חשובע שטעלעס וואס ער האט געהאלטן, זיי האבן אינקלודעד, א ‘רבנישע אויטאריטעט’ צו בית יעקב פּריימערי שולע, צו הצלה און צו חנה, די ארגעניזאציע וואס העלפט פרויען אדער קאָפּלס וועלכע האבן פערטילעטי פראבלעמען. פון איין ארט האט ער זיך אנטזאגט אפצוטרעטן און דאס איז אין זיין אייגענע שוהל, מיט’ן נאמען ‘דברי חיים’ אויף ברידזש לעין, מכח די טענה אז דאס איז זיין פריוואטער ענטערפרייז און אויב זיין ציבור מתפללים שטיצן אים, איז דאס זייערע פרייע טשויס. אין זיין רעזיגנעישן לעטטער איז געשטאנען:

“היות עס האבן זיך ערוועקט קעגן מיר פארשידענע טענות אין רילעישן צו מיין שלום-בית עדווייס סטייל, האב איך מחליט פאר מיין אייגענע טובה זיך צוריקצוציען פון סיי וועלכע ציבורישע תפקידים אינדרויסן פון מיין שוהל אבער מיט גאט’ס הילף וועל איך פארזעצן פארשפרייטן תורה אזוי ווי אלעמאל."

די טיימס אָף איזראעל האט געוואוסט צו פארציילן אז דעם 18טן נובמבר, אין א מיטינג ביי ר’ חנוך עהרנטרוי זל אינדערהיים, דער געוועזענער אב פון ‘לונדון בית דין’ (וועלכער איז דער נארטה-וועסט לאנדאן קאמפעטישן צו פעדערעישן אבער אויך צו כדתיא), און אין דער באטייליגונג פון נאך אנדערע רבנים און דיינים, חיים’ס טאטע ר’ חנא ז"ל ( דער רב פון אַנאַנדערע שוהל בית שמואל), חיים אליינס, און איינע פון די פרויען וועלכע האבן אים באשולדיגט - איז פאר חיימ’ען געגיבן געווארן אן אוילטימאטום: אדער זאגט ער זיך אפ פון אלע זיינע שטעלעס, אינקלודינג פון כדתיא; אדער גיבן זיי ארויס א בריוו אין וועלכע זיי פארדאמען אים מכח זייערע רבנישע אויטאריטעט. (זיי האבן האַועווער דעמאלס נאך מסכים געווען ער זאל בלייבן רב אין זיין אייגן שוהל).

א טאג שפעטער, דעם 19צנטע פון נובמבר ‘12, האט ער זיך אונטערגעגעבן און רעזיגנירט פון אלע זיינע אמטן כאמור, האפענדיג אז דאס וועט אפשטילן דער זאווארוכע. ער איז טאקע געבליבן רב אין זיין בּיסמעדרשל, אין א בנין וואס ער אייגנט, און אויך ממשיך געווען צו גיבן שיעורים (ווי דף, אבות, חומש און נאך). אבער צו די צאָרן פון די אויבנדערמאנטע רבנים האט ער פארגעזעצט צו זעהן קליענטן געשיקט פון מענטשן, ע"פ רוב פון סטעמפארד הילל, א געגנט 40 מינוט וועג מיט א קאַר, אין וועלכע א מערהייט פון אירע איינוואוינער האבן געפונען פאר שווערער, אננעמען די לאָשענהאָרעס פארציילט אויף אים. אפנים שמירת הלשון און שמירת הברית זענען אין קאנפליקט געווען איינע מיט די אנדערע.

1777830950397.webp

ר' חנוך עהרנטרוי זל

יונייטעד סינאגאג און פעדערעישן​


קודם א שנעלע און אויבנאויפיגע הקדמה איבער די היסטאריע פון אידישקייט אין לונדון, חרידישקייט און כדתיא, און ספעסיפיקלי די היילפרין משפחה. די אידן אין ענגלאנד ביז 1880ציגערס זענען געווען מערסטנס פון ספרדישע אפשטאם, פארטוגעיזישע און ספאנישע במקורם, אבער געקומען זענען זיי פון האלאנד אהער, אנגעהויבן אזוי פריה ווי די 1630יגער יארן, און ארום 150 נאכ’ן גירוש ספרד (אליווער קראמוועל האט די אידן אפיציעל צוריק געלאזט, מיט די הסכמה פון די אנדערע ענגלישע פּאָלעטישנס, אין 1656, אבער אנגעהויבן האבן זיי צוריק זיך באזעצן, בחשאי, נאך אביסל פריער). דורכאויס די צווייטהאלב 17טע יארהונדערט האבן א כוואליע אידן פון אמסטערדאם זיך באזעצט אהער, אזש ביז 1700 געפינען מיר עמיצן א שלמה דע מעדינא – אַן אַרמיי קאנטראקטער און מתפלל אין בּעוויס מאַרקס ספרדישע שוהל וואס שטייט נאך היינט אין אָלדסגעיט – נייטעד ביים קעניג וויליאם דער דריטער פאר זיינע קאנטריביושנס צו די לאנד.

(אגב איז פון די ערשטע רבנים ביי די ספרדישע קהילה, אין 1664, געווען ר’ יעקב בן אהרן סאַספּאָרטאַס, דער ציצית נובל צבי און בארימטער אנטי-שבתאי, וועמען מען האט אויך צו פארדאנקען די אידן’ס צוריקקער צו ענגלאנד ווייל ער איז געווען צווישן ר’ מנשה בן ישראל’ס דעלעגאציע צו קראָמוועל. כאטש ער איז נאר דא געוען פאר אַפּאָר יאהר; ווען די לעצטע אויסברוך פון די בּובּאָניק מגיפה, באקאנט אלס די גרעיט פּלעיג האט זיך אומגעקערט צו ענגלאנד, איז ער פון דא אוועקגעווארפן צו האַמבורג און שפעטער צוריק צו אמסטערדאם. גראדע האט ער אויך געשריבן א תשובה וועגן מאכן אַן עירוב אין לאנדאן).

1777831061296.webp

שבתי צבי (1626-1676)

אויך איז אידנטום אין ענגלאנד ביז די אכצן-אכציגער יארן באשטאנען פון א טריקל אשכנזישע אידן וועלכע זענען, עלאָנגסייד די ספרדים, געקומען אין א קאנטיניועס אבער שיטערער פלוס, במשך פון הונדערטע יארן (אויך אבער נישט איידער די 1630s), מערסטנס פון די דייטשע מדינות (דייטשלאנד איז אמאל געווען גרעסער און צעטיילט אויף מערערע מדינות). די דאזיגע אידן, הגם נישט אלע פריי במושג אותן הימים, זענען געווען אַנגליסייזד, געלערנט און ע"פ רוב פארמעגליך (הגם די ספרדים מער ווי די אשכנזים).

פון די 1880ציגערס האבן אנגעהויבן, אין א צוייטע כוואליע, אנקומען אידן מערסטנס פון די רוסישע אימפעריע (ליטע און א חלק פון פוילן אויך אינקלודעד), פון וואנעט זיי זענען אנטלאפן צוליב די פאגראמען און די צייטווייליגע ‘מעי רעסטרוקציעס’ וואס אלכסנדר דער דריטער, צאַר פון רוסלאנד, האט איינגעפירט צו באגרעניצן די אידן, כאטש זיי האבן אייגענטליך געדויערט פאר דרייסיג יאהר. דיע אידן האבן גערעדט אידיש, זענען פאַראָרימט געווען און האבן מיט זייער בַּטלָנישקייט, און נייע פארעמען פון אידישקייט, זיך עפעס נישט אויסגעקומען מיט די עקזעסטירנדע רעליגעיזע און קאנסערוואטיווע עסטעבלישעמענט פון די אשכנזישע מסורה אין ענגלאנד, די יונייטעד סינאַגאָג. די ספרדים כאמור האבן זיך זייערע אייגענע קהילות געהאט. (יונייטעד איז נאך אגב עלייוו און קיקינג עד היום הזה, מיט 64 קהילות איבער ענגלאנד, און מער פון 36,000 מעמבערס, קאָמפּערד צו פעדערעישאנ’ס 21). הגם דער עצם ‘יונייטעד סינאגאג’ פאראייניגונג, אפציעל אנערקענט ביי דער סטעיט, איז נאך דאן אויכעט ניי געווען האבן אבער די שוהלן און מעמבערס פון וועלכע זי איז באשטאנען, רעפרעזענטירט די עקזעסטירנדע אשכנזישע טראדישענעל עסטעבלישמענט פון אזוי לאנג ווי 200 יאר פריער, און אלע אירע רבנים האבן אויך געטראגן דעם עפטיטעט, ‘טשיף ראביי פון ענגלאנד’.

דער ערשטער טשיף ראביי אגב, אין 1704, איז געווען ר’ אהרן האַרט, אן אייניקל פון ר’ שמואל פון פיורדא פון בּאוואריע-דייטשלאנד אבער ארגינעל פון פוילן, מחבר פון בית שמואל, דאן איינע פון די געציילטע נושאי כלים אויף אבן-העזר. ווי אויך איז ער געווען אן אייניקל פון ר’ יונה-תאומים פרנקל בעל קיקיון דיונה על הש"ס און פון ר’ העשיל מקראקא א בארימטע חריף אבער וועמענ’ס כתבים זענען רוב פארלוירן געגאנגען. ביידע פוילישע רבנים פון ערשטעהאלב זעכצנטע יארהונדערט.

1777831191229.webp

ר' אהרן הארט

ר’ אהרן איז געווען רב אין די בית הכנסת הגדול אין דיוק’ס פלעיס אין אָלדגעיט וועלכע איז נתייסד געווארן אין 1655, די ערשטע אשכנזישע שוהל געבויעט צו ווערן אין לאנדאן, און איז געווען איינע פון די ערשטע דריי שוהלן צו אינקלודעד ווערן אין יונייטעד. עס איז חרוב געווארן אין איינע פון די דייטשע אטאקעס דורכאויס די בליץ אין די 2טע וועלט קריג. עכ”פ, בשעת וואס יונייטעד האט געהאט רעפרעזענטאציע אין גאווערנמענט און דערפאר א ווארט אין קאָמיונאַל אַפפעירס, האבן די ניי-אנגעקומענע, אין די איסט-ענד, ענדע 19טע יארהונדערט, צוליב זייער רעטשעד מצב, נישט געהאט קיין רעליגעיזע אדער פאליטישע כח, כאטש זיי זענען אפילו באשטאנען מער אין צאל אין נפשות פון דיע וואס האבן זיך אידענטיפיצירט מיט יונייטעד.

דאס האט געפירט אין 1887, פאר די ‘פעדערעישן פון סינאגאגס’ צו פארמירט ווערן דורך א פילאַנטראָפּ, ליבּעראל פאליטיקאנט אין די האוז אָף קאָממענס, און באנקירער, מיט’ן נאמען שמואל מאָנטעגיו; א פראיעקט וואס זאל פאראייניגן אלע קליינע שולכלעך און שטיבלעך איבער די איסט-ענד, מערסטנס פון רוסישע און ליטווישע אידן, דערגרייכענדיג אזויפיהל ווי איבער 50 שוהלן ביז בלויז 25 יאר שפעטער, אין 1911. מאנטעגיו, וואס האט אגב אידיש געקענט, האט זיך איבער דעם אַפפעיר צעריבן מיט נתנאל מאיר ראָטשיילד, אויך א פּאָלעטישען און באנקירער, וועלכע איז דעמאלס געזעהן געווארן אלס דער פנים פון די יונייטעד סינאגאג עסטעבלישמענט. מאָנטעגיו האט מיט דער פעדערעישאן פראיעקט אויך א מער קאַנני כוונה געהאט - דערמיט צו אנגליזירן די איסט-ענד אידן, אזוי ארום צו פארמיידן פון אזעלכע אידעלאגיעס ווי אנארכיזם און סאושעליזם פון געפינען רייפע באָדן דארטן.

1777831241969.webp

סויר סעמיועל מאָנטעגיוּ

מחזיקי הדת​


א קליינע מינאריטעט אידן, א חלק פון זיי פון דייטשלאנד און א אנדערע חלק פון ליטווישע און פוילישע טראדישען (נישט אסאשיעיטעד מיט יונייטעד, אויך נישט פעדערעישן) האבן עטליכע יאר נאך פעדערעישנ’ס גרינדונג, אין 1891, געגרינדעט זייערע אייגענע קהילה, ‘מחזיקי הדת’, מיט א נייע שוהל, אין די איסט-ענד, געמערדזשד פון צוויי פריעדיגע שוהלן – איינס, נארטה לאנדאן ביהמ"ד (דייטשע מסורה) אין דאָלסטאָן און די צווייטע, מחזיקי שומרי שבת אין סוהו (ליטוויש/פויליש). וואס עס האט זיי ביידע פאראייניגט איז די הסכמה אז די וועלכע זענען אינוואלווד אין יונייטעד’ס פלייש אונדוסטריע זענען נישט גענוג שומרי-שבת צו נאֶמָן זיין אויף דער הכשר.

דער ערשטער רב פון מחזיקי הדת איז געווען ר’ אברהם אבא ווערנער, ארגינעל פון טעלז אין דער ליטא, א תומך פון ציונות און עמיצער וואס האט זיך משתתף געווען אין די ציוניסטישע קאנגרעסן. עמיצער וועם הערצל האט אפילו מכבד געווען מיט’ן טיטול נשיא הכבוד פון די וועד ההנהלה פון די דזשואיש קאָלאניעל טראָסט. די דזשואיש קאלאניעל טראסט איז געווען די פארגייער און פּערענט קאמפאני פון בנק לאומי, און דאַן א פובליק האָלדינג קאמפאני, מיוסד און אינקאָרפערעיטעד אין לאנדאן. די טראסט האט פארקויפט שעירס פאר אידן אין חוץ לארץ צו העלפן פינאנצירן קאָנסטראקשען, אגריקולטור און אינפראַסטראקטשור פראיעקטן אין פאלעסטינע, די פיוטשער ‘מדינת ישראל’. היינט איז זי פריוואט אגב, און גיבט זיך אפ מיט’ן אינוועסטן אין ישראל’ישע סטאָקס און אין סאָלאַר טעכנעלאגיע דעוועלאופמענטס. ר’ אברהם אבא’ס ממלא מקום אין מחזיקי הדת פון 1916-18, איז אגב געווען ר’ אברהם יצחק הכהן קוק (דער שפעטערדיגער רב הראשי), ווען ער איז בשעת די ערשטע וועלט קריג סטאָק געווארן אין לאנדאן אויפ’ן וועג צוריק צו ארץ ישראל, פון דייטשלאנד, דורך שווייץ.

1777831382080.webp


די קאמפן צווישן יונייטעד און די נייע אימיגראנטן האבן זיך דערמיט נישט אויפגעהערט, אפשר אפ’ שטערקער געווארן, און אנגעהויבן אין די1890ציגערס איז אַנטשטאנען א געפעכט איבער שחיטה און כשרות, צווישן פעדערעישן, מחזיקי, און יונייטעד’ס בּאורד אָף שחיטה; מיט די דעמאלטיגע טשיף ראביי פון יונייטעד, ר’ נפתלי צבי הכהן אדלער (א מוסמך פון ר’ שלמה יהודה רפפורט פון פראג, אַן איידעם פון ר’ אריה ליב העלער, דער בעמח"ס קצות החושן) צוהאבן געפארן צו ר’ ישראל מאיר קאַגאַן, דער בעל מחבר ספר משנה ברורה על שולחן ערוך, א בר-גילו, אים צובעהטן צו שליכטן די מחלוקת. ר’ ישראל מאיר האט קודם געשריבן א בריוו אין סעפארט, נאכדעם צוריקגעצויגן. בקיצור, גארנישט ניי.

1777831472063.webp

ר' נפתלי צבי אדלער

אין ליכט פון דיע מחלוקתן האבן פון מחזיקי הדת אין 1909, זיך אפגעבראכן איינע פון די ארגינעלע שוהלן (נארטה לאנדאן ביהמ"ד) און זיך שפעטער א נאמען געגיבן ‘עדת ישראל’ און פון דעם איז געבוירן געווארן התאחדות קהילות החרדים (הקה"ח) אדער ווי זי איז היינט באקאנט אלס ‘כְּדַתיא’ בפי בני אדם. אפנים מחזיקי הדת’ לעוול פון שחיטה איז דיע פורשים נישט גענוג גוט געווען. בכלל זענען יענע יארן מער אידן געקומען קיין ענגלאנד, דאסמאל פון דייטשלאנד און אויבערלאנד-אונגארן, יעקעס ווי מען האט זיי אנגערופן, וועלכע זענען הגם שטודירטע געווען, זענען זיי אבער געווען דוגלי שיטתו פון חתם סופר אין פרעשבורג און מאידך גיסא פון ר’ שמשון רפאל הירש אין דייטשלאנד – א נייע פלעיוואר פון חרידישקייט אויסגעבוירן פון א פראוו צו געפינען א באלאנס צווישן תורה עם דרך ארץ און חדש אסור מן התורה, כאטש מער די מעסיגקייט פון רש”ר ווי די עקסטרעמיטעט פון חת"ס. אין פאקט, איינע פון די מייסדים פון נארטה לאנדאן ביהמ"ד איז געווען מיכאל לעווי, אן איידעם פון ר’ שמשון רפאל.

אבער אנדערש ווי אין זייערע היים-לענדער אוואו די ציהל איז געווען להיפרד, צי פון די רעפארמער אין דייטשלאנד צי פון די נעאלאגן אין אונגארן, איז זייערע ציהל דא אין לאנדאן געווען צו רעפּליקעיטן דער סארט אידישקייט, אויך דאהי, וואו ס’האט אינגאנצן נישט עקזעסטירט. (מחזיקי ווידעראום, האט ארום יענע צייט אויך געדזשוינט ‘די פעדערעישן’ און ביסלעכווייז פארלוירן איר סיגניפיקענץ, ביז ווען אין 1970, בערך 80 יאהר נאך איר גרינדונג, האט זי זיך געצויגן צו גאָלדערס גרין. אזוי אויך האט זי איר שחיטה נאך פיהל פריער אויפגעהערט און צוריק-געדזשוינט 'די בּאורד אף שחיטה' נאכוואס זייערע סטאנדארטן זענען בעסער געווארן. די זעלבע האט פעדערעישן אויך צוריק צוזאמענגעשטעלט זיך מיט יונייטעד’ס שחיטה)

עדת ישראל​


דער ערשטע רב פון עדת, ר’ אביגדור שאנפעלד, פון אונגארן, אן אייניקל פון ר’ משה סופר, דער חתם סופר, און תלמיד פון ר’ יצחק שווייגר בעמח"ס ברכת יצחק על התורה און שפעטער אויך תלמיד ביי ר’ שמחה בונם סופר (אויך אן אייניקל פון חתם סופר), האט אפילו געטראגן דעם טיטול ראביי און דאקטאר און פארמאגט א פּי-עיטש-די פון יוניווערזיטעט אין די תחום פון חינוך. ווי אויך איז ער, פונקט ווי זיין רבי ר’ יצחק, געווען א תומך ציוני און פון די ראשים פון דער ציוניסטישער ‘אהבת ציון’ פאראיין. שפעטער איז ער אויך געווען פון די מייסדים פון די מזרחי באוועגונג’ס ברענטש אין לאנדאן. נאָטוויטסטענדינג זייערע יוניווערסיטי דעגריען איז זיי די רילעקסדנעס און ענגלישקייט פון יונייטעד נישט גוט געווען.

אין יונייטעד סינאגאג, הגם די רבנים און פַּסקער (לונדון בי"ד) זענען היינטיגע צייטן מער אבזערווירנד געווארן, זענען אבער די מעמבערס און מתפללים, היינט ווי אלעמאל, צונויפגעשטעלט פון א ברייטע ספעקטרום אין אידישקייט – פון נאר ׳טראַדישענעל’ אידן, אזעלכע וואס קומען צופארן מיט די קארן צו שוהל שבת קודש, צי ווייל זיי זענען אלט צי ווייל זיי זענען דיסעיבעלד אדער נישט פולקאם אין גוטע העלטה, ביז ‘מאדערן אָרטאָדאקס’, אזעלכע וואס פירן זיך בשיטת החתם סופר און ר’ שמשון רפאל הירש – גענוי ווי די גרינדער דעמאלס פון עדת און כדתיא – נאר עוואלווד לפי די היינטיגע אומשטענדן. עדת ישראל’ס ערשטע שוהל איז געווען אין העקני, קודם אין גרין לעינס אויף סטאָוק נואינגטאָן און נאך עטליכע מאל זיך ציען איז זי היינט אין קווין עליזעבעיטה וואָלק.

המשך יבוא
 
לעצט רעדאגירט:

#2​


התאחדות קהילות החרדים​


פון עדת איז גאנץ שנעל געווארן הקה"ח, ווען אין 1926 האט ר’ אביגדור - נאכ’ן זיך אומקערן פון א וויילע אין ארץ ישראל און א אומסוקסעספולע פארזוך צו ברענגען די מזרחי און אגודה צוזאמען - געגרינדעט ‘די יוניאן’, מיט זיין שוהל עדת, פון די ערשטע פון אירע מעמבערס. כדתיא איז אייגענטליך די נאמען געווען פון די שחיטה קערפערשאפט אינערהאלב הקה"ח אבער גיווען וואספארא ראלע די פלייש אינדוסטריע האט אין יעדע קהילה האט עס מסתמא דערפאר בעסער געסטיקט צו די ציין. ביי די ענדע פון זיין לעבן (ער איז אוועק אינג) האט ער אויך געפאַונדעד ‘די דזשואיש סעקאָנדערי סקול’ פאר עלטערע קינדער וואס שטייט מער נישט היינט. פון אלגעמיינע סעקאָנדערי סקולס, קומען היינטיגע צייטן תלמידים, צווישן די עידזשעס 11-18, ארויס, מיט וויסענשאפט אין לכה”פ 10 תחומים - כולל ענליש, מאטעמאטיק און סייענס.

אין 1933, נאך ר’ אביגדור’ס פטירה האט זיין זוהן, ר’ שלמה שאנפעלד, א תלמיד פון ישיבת סלובודקה און נייטרה, אבער אויך עדיוקעיטעד אין יוניווערסיטי אין פּרייסן-גרמניה, איבערגענומען פון זיין טאטן: קודם די רבנות אין עדת און שפעטער אויך די רעליגעיזע אויטאריטעט פון כדתיא. ר’ שלמה וואס איז נאָוטעבּלי געווען אן איידעם פון דער דאַמאָלטיגער יונייטעד סינאגאג ראביי יוסף הערץ, און אויך א נאנטער חבר מיט ר’ מיכאל בער ווייסמאנדל, האט מיט די גוטהייסונג און הילף פון זיין שווער’ס ‘רעלידזשעס עמערדזשענסי קאנסול’ געראטעוועט 300 קינדער פון ‘ארטאדאקסישע היימען’ (צווישן וועמען ר’ יצחק טוביה ווייס, שפעטערדיגע ירושלימער גאב"ד, האט זיך אויך געפונען). ווי אויך האט ער אריבערגעברענגט טויזנטע אנדערע אינגעלייט, רבנים, שוחטים און מלמדים, אינקלודינג ר’ יוסף הירש דונר, טאטע פון להבחל"ח ר’ אהרן דוד, שפעטערדיגער רב אין עדת ישראל, וועלכער איז שיער דעפארטירט געווארן קיין דאַכאוי. (דאס איז חוץ פון די ‘קינדערטראַנספאָרטן’ דורך די גאווערנמענט וואס האט אריינגעברענגט 10,000 קינדער, אפגעזעהן זייערע רעליגעיזע בעקגראונד). שפעטער האט ער אויך געגרינדעט חשמונאים, אדער האַזמאוניען ווי זי איז היינט באקאנט, די ערשטע אידישע סעקאנדערי סקול אין לאנדאן אוואו תלמידים קומען ארויס מיט די נויטיגע כלים און וויסענשאפט צו קענען מאכן די בחירה אויב צו ממשיך זיין צו יוניווערזיטעט, ישיבה אדער ביידע.

1778074781468.webp

ר' שלמה שאנפעלד (תפר מדים בדויים לעצמו כחלק מהקמפיין שלו למען יהודי שואה)


מינווייהל, צווישן די צוויי וועלט קריגן און אויך נאכדעם, אין לייט פון די קאמוניסטישע טעיק-אָווער אין אונגארן, זענען מער חסידישע אידן געקומען קיין לאנדאן, פון אונגארן און גאליציע, און זיך באזעצט אין העקני אזוי ארום אז הקה"ח האט זיך געזעהן רעפרעזענטְן אַ שטייגנדע נומער פון חסידים וועלכע האבן בחפץ לב זיי געדזשוינט. פאר אפאר יאר, ענדע 1930ס, האט הקה"ח לויט געוויסע אפילו געהאט אלס נשיא, א חסידישע רבי, ר’ יואל מושקוביטש (איידעם פון ר’ שלום מושקוביטש דער שאצער רב פון לונדון), אן אור אייניקל פון ר’ יחיאל מיכל מזלאטשוב, תלמיד פון ר’ בער פון מעזריטש. ר’ יחיאל מיכל איז אגב געזאגט געווארן צוהאבן גאר נזהר געווען אין שמירת הברית. אין א טיפיקעל עקזעמפל פון היתרדיגע אינסעסט איז ר’ שלום מושקוביטש געווען סיי דער שווער, קאזין און שוואגער פון ר’ יואל – אלע דריי אויפאמאל. ווייל ר’ שלום האט חתונה געהאט צו ר’ יואל’ס שוועסטער און זייערע טאטעס זענען געווען ברודערס. דאס לעצטע איז וויכטיג קלארצומאכן ווייל מיט די ברייט פארשפרייטע קאָנסאַנדזשיניטי ביי היימישע קרייזן, ספעציעל אין די רבנישע היערארכיע, קען מען אמאל נישט וויסן צוליב וויפילטן מאל זיך מישן, זיי שערן די משפחה נאמען? א גוטע דוגמא זענען די טברסקיס, די לייפערס און די הגרס. ר’ יואל האט זיך אגב שפעטער געצויגן צו מאנטרעאל-קאנאדע.

משפחת היילפרין​

אן אנדערע פון די אינגע חסידישע רביים פון יענע צייט איז געווען ר’ אלחנן היילפרין, אדער ראדומשילע רב ווי ער האט זיך גערופן (וואס קלעימט אגב אויך זיין יחוס צו דער זלאטשובער און אז מ’רעדט שוין, איז אויך א קרוב משפחה געווען מיט ר’ שלום משאץ), וועלכער איז אהערגעקומען צו די יוּ-קעי נאך אלס בחור און זיך געמופט צו גאלדערס גרין וואו ער האט שפעטער, אין די 1940ס, אויפגעשטעלט זיין שוהל בית שמואל אדער ווי גערופן ביי דעם המון-עם, רעב כאָנע’ס. איז נישט קלאר צו וועגן זיין נאמען אדער וועגן די הכנות וואס סטעמפארד היללע אידן האבן געגליכן צו פראווען אין די דארטיגע ביסקיסעס נאך א נאכטמאל אין בלום’ס רעסטאראנט.

אין ג"ג זענען דאן געווען צוויי כדתיא שוהל, מונקס, א יעקישע שוהל (היינט בראשות ר’ ישראל מאיר גרינברג), און בית שמואל, א חסידישע שוהל. (כאטש מונקס איז נישט א ‘פולע’ הקה"ח מעמבער). ר’ חנא, אן אייניקל פון ר’ שמואל ענגיל, ראש בית דין פון קאשוי און תלמיד פון ר’ חיים האלבערשטאם פון צאנז, האט אסאך געטאהן פאר חרידישקייט, און חסידישקייט בפרט, אין גאלדערס גרין. ער האט אויפגעשטעלט די פרדס בּויס סקול אדער חדר ווי אויך איז ער אינוואלווד געווען אין בית יעקב מיידל שולע (די גבירישע פרישוואסער משפחה’ס בּאַשאַף), פון די ערשטע חרידישע מוסדות דארטן. אויך האט ער אלע זיינע טעג געבּראַנדישט אין ג"ג א מין סאטמאר שליטה אינדעם אז אלע חסידישע מוסדות דארטן האבן געמוזט בּאַלאנגען צו זיין פאמילע, און אזוי ארויסגעהאלטן יעדע מעגליכע קאמפעטישן פון זיינע גרעניצן. למשל ווען ר’ ישראל משה פריעדמאן (סאדיגורה רבי זל וועמען מיר האבן באשריבן אין נומ 2) איז געקומען דארטן זיך איינעסן האט ער אים געזוכט צו באקעמפן מיט ציין און נעגל. ר’ י”מ האט אים אבער אנגעפיפן און על אף עברת חמתו של ר’ חנא, און מסתמא בעזרת חמיו – מיט די הילף פון זיין שווער’ס משפחה, די רייכע וויזניצע פלדמנס – דארטן זיך עסטעבלישט.

פרדס חדר איז יענע צייטן געפירט געווארן בדומה צו די חדרים אין סטעמפארד הילל, ווי א קאנצערטראציע לאגער פאר מינדעריעריגע, מיט מלמדים הייערד פון סטעמפארד הילל. לויט סאָם אַאקאונטס, האט אין יענע יארן דארטן געהערשט אַן הפקירות, מיט קינדער’ס קעפ געהאַקט אנטקעגן די וואנט, און א געוויסער 7טן טאג אַדוואנטיסט ענגליש העידטיטשער האט געזאלט האבן געווארפן קינדער אַקראָס די קלאסצימער; הגם היינט איז זי סיגניפיקענטלי פארבעסערט און איז א סטעיט פאָנדעד סקול טוהט זי אבער נאכאלס הייערן סטעמפארד היללע מלמדים, א פאַקט וואס איז לאו דוקא א חיסרון.

נאך א חסידישע שוהל יענע צייט בתחילת ימיו, אויך א מעמבער פון כדתיא, איז געווען בית ישכר דוב פון ר’ ישכר דוב הגר זל וואס האט זיך געגרינדעט ארום די זעלבע צייט ווי בית שמואל, און איז דערפאר אלעמאל געשטאנען אינדעפענדענט פון די הלפרינ’ס הגעאמאניע. (נישט אויסצומישן מיט די הגרס פון סטעמפארד הילל, אויך נישט דער סאווראנער הגר, איידעם פון ר’ שלמה פרישווסר סאסובע רבי פון ג”ג. דיע זענען אויך פון וויזשניצע גזע אבער פון דער סטרוז’ניצער ענף – אייניקלעך פון ר’ ברוך, פינפטער זוהן פון ר’ ישראל המכונה דער אהבת ישראל. אגב, לגבי דער ענין פון ‘תורה וגדולה במקום אחד’ לויטעט א ווערטל: פארוואס שטייט נישט תורה וגדולה באדם אחד? נאר באדם אחד איז טאקע נישטא, נאר אז דער עושר בויעט א שוהל און ווערט רבי דארטן קען ער כאטש האבן ‘במקום אחד’).

נאך ר’ שלמה שאנפעלד’ס פטירה, אין 1984, האט זיך ר’ חנא, שוין דאן אויך א דיין, אריינגעדרייט אין די פירערשאפט פון כדתיא און געווארן ‘נשיא הכבוד’, א טיטל אהן א מיטל (ר’ יוסף הירש דונר זל האט נאך פריער, אין די 60ס, איבערגענומען דאס רבנות). ער האט זיך אבער דערטראכט, און צוזאמען מיט בערנארד האָמאַ אדער בייכאווסקי, אַן אייניקל פון רב ווערנער און אויך דער נשיא אין כדתיא יענע צייט, זיך ארויסגעלאזט קיין ארץ ישראל אויפזוכן א ‘גאב"ד’ וואס פאסט זיך פאר כדתיא, אזוי ארום אפזונדערענדיג די נשיאות פון דאס פסקען. האָמאַ, א תלמיד פון ישיבת עץ חיים אין אלדגעיט, א ליטווישע ישיבה געגרינדעט דורך נובוהרדוקע און וואלאזשינע תלמידים האט געהאט זיין האנט אין פיהלע טעפ (און זיין פינגער אין א טיפע אינקוועל). ער איז געווען א דאקטער און פּאָלעטישען אין לונדון סיטי קאנסול און העקני סאַאוט, און אזוי אויך דער טשעיר פון דער דערמאנטער מזרחי מאוומענט אין בּריטעין, טשעיר אין פעדערעישן, א מעמבער פון דזשואיש בּאורד אָף דעפּיוטיס און אפילו קודם אויף די לאנדאן בּאורד אָף שחיטה דערמאנט פריער. ער האט אבער רעזיינד פון די אַנגלאָ דזשואיש אַסאָסיעישן צוליב זייערע קענגערשאפט צו ציונות. אויך האט ער מיט די צייט דעוועלאופט א שטיקל נויגונג צו רעכטס און אומבויגזאמקייט צו אנדערע שטרעמונגען פון אידישקייט. גראַדע האט ער אויך געשריבן א בוך אנטקעגן מציצה בפה (דאס סאָקלען א בעיבי’ס פּינעס פון איבערגעבליבענע בלוט אין די וואונד נאכ’ן מילה, מיט’ן מויל, לויט מאנכע לחנכו במצוות..) און אנאנדערע בוך איבער די היסטאריע פון מחזיקי הדת.

ר’ חנוך דוב פאדווא, ארגינעל פון גאליציע (וואס איז היינט אוקריינא) איז אן איידעם געווען פון דער גבאי פון ר’ ישכר דוב רוקח, דער זיידע פון דעם היינטיגן בעלז ירושלים ר’ ישכר דוב, א איד מיט’ן נאמען נפתלי גוטמן. בשעת די ערשטע וועלט מלחמה האט ר’ חנוך דוב, אנטלויפענדיג פון גאליציע, זיך געדרייט אין וויען און געלערנט ביי ר’ חיים פינטר, ר’ אברהם פינטר זל’ס (פון מוסדות יסודי התורה) זיידע, אויך א פליט פון בּוקאָווסק-גאליציע. שפעטער איז ר’ חנוך דוב געווארן רב דארטן אין א שוהל ‘שומרי הדת’. אנהויב פון וואָרלד וואָר טוּ, ביים אנשלוס פון עסטרייך צו דייטשלאנד האבן די גרמנים אים אין תפיסה געלייגט און באפרייט בתנאי אז ער פארלאזט דאס לאנד. ער איז פון דארטן געפארן צו ישראל אוואו ער איז נאנט געווארן צווישן אנדערע צו ר’ יוסף צבי דושינסקיא דער גאב"ד פון די עדה און ר’ דוב בעריש ווידנפעלד, טשעבינע ראש ישיבה. ביידע האבן אים געגיבן שטעלעס, דער ערשטער אלס דיין אין די עדה און דער לעצטער אלס ראש ישיבה. דער טשעבינער, פאר וועמען ר’ חנא פלעגט אגב צוזאמענעמען געלט אין לאנדאן און מיט וועמען ער האט זיך אויך שפעטער משדך געווען, האט געצה’ט ר’ חנא צו ממנה זיין ר’ חנוך דוב אלס גאב"ד פון כדתיא אין לאנדאן. אזוי ארום איז ר’ חנא נישט נאר געווען דער כח אין ג"ג נאר פון יעצט אהן, געמאָנט סמכות אין סטעמפארד הילל אויכעט. (ר’ חנוך האט אבער למעשה אויך געדינט אלס רב כללי פון סטעמפארד הילל).

ר’ חנא האט א באנטש פון קינדער (יעדער פון זיי מיט א באנטש פון נעמען), צווישן זיי איז זיין איידעם ר׳ יוסף משה א זוהן פון ר׳ ברוך שמעון שניאורסון זל דער איידעם פון דער אויבנדערמאנטער טשעבינער ר"י. אן אנדערער איידעם איז ר’ שמעון לעמבערגער, מאַקעווע רבי פון קרית אתא, מחותן מיט’ן בעלזער ר’ ישכר דוב. דערנאך איז ער אויך דער שווער פון ר’ מנחם נחום טברסקי, טשערנאבלער רבי פון אר"י, א ברודער פון ר’ ישעיה וואס איז רעבע פון בורו פארק און שווער פון משולם זושא פון לינדן. ר’ מ"ז ווי געשריבן פריעדיגע נומער איז נייע רעבעלע פון די ארטיגע רחמסטריווקע חסידים. דערנאך איז דא א זוהן ר’ יצחק אריה לייבוש, ראדומשילע רבי אין רמות-ירושלים, נאך א זוהן ר’ ישראל שמואל דוד נחום אדער דזשאָסט דוד, רב אין א שוהל אין הענדאן און איידעם פון ר’ צבי הירש מייזליש. ר’ צבי הירש אגב איז דער שווער פון ר’ אברהם לייטנר זל פון די ‘בני יואל’ אין וויליאמסבורג, דער נירבאטער ר’ אהרן טייטלבוים, און אויך פון ברכה סימא, דער טאכטער פון ר’ משה טייטלבוים פון סאטמער זל, וואס איז חתונה געהאט צו ר’ דוד דוב מייזליש - רב פון סאטמאר אין מאנטרעאל. ר’ דוד, אויך דער רעליגעיזע אויטאריטעט אין פרדס פריימערי סקול, שטייט בד"כ ארויס פון די ליימלייט. ר’ שלום יוסף אן אנדערע זוהן, וואוינט אין אמעריקע און איז אן איידעם ביי דאמבראווע רבי פון ב"פ ר’ ברוך אברהם אונגאר, א ווייטע קוזין פון באבוב-45 ר’ מרדכי דוד (פון די זעלבע גזע אבער ברענטשד-אָףף נאך אין יאהר 1665 בערך, נאך ר’ יוסף’ס, איידעם פון ר’ משה מ’קוזשניץ’ס, פטירה).

אבער די צוויי פון ר’ חנא’ס קינדער וועלכע האבן די מערסטע ארויסגעשטאַרט זענען חיים אהרן צבי און משה יהודה דוב. משה, היינט דער ריפלעיסמענט פון ר’ חנא אין בית שמואל איז א תלמיד און לומד פון ראבּינאָוו’ס כולל, ‘די כולל’ אין סטעמפארד הילל, אוואו ער פאָרט אריין יעדן טאג און פארמאגט אפילו אן אפיס דארטן. משה קען נישקשהדיג לערנען אבער האט ווי מ’זאגט א וואָלעטייל טעמפער און האט למעשה געמאַנגלט דער גראַוויטאַס פון זיין עלטערע ברודער חיים, אזוי אז הגם אלע האבן זיך גערישט פאר חיים צו זיין דער ממשיך פון ר’ חנא, האט מען אבער משה דער רב הצעיר, צוליב דער סומאַטאָכע ארום חיים, געזעצט אויפ’ן בענקל אנשטאט. חיים פון די אנדערע זייט איז שוין פון אלס אינג קינד געזעהן געווארן אלס מוצלח. א כאריזמאטישער מענטש און א גוטע רעדנער ווי אויך דאַאון טו ערטה, האבן אים מענטשן געגליכן און געקומען צו אים פאר עצות, הדרכה און סתם חיזוק, אַזאַך וואס ער האט אויפגעלעקט מיט ביידע בּאַקן. שימוש האט ער געקריגן פון ר’ משה פיינשטיין, פון וועמען ער האט אפילו שפעטער אויך געקריגן אן הסכמה פאר זיין חיבור פון צוויי חלקים (נישט דער ‘חיבור’..), שערי חיים, איינע פון וועלכע ער האט מוציא לאור געווען שוין נאכ’ן סקאנדאל.

1778074898515.webp

פון רעכטס: משה, חיים און ר' חנא היילפרין

1778074942303.webp

ר' דוד גאנץ לינקס, נעקסט ר’ חנא’ס איידעם דער מאקעווער רבי פון ישראל, ר’ חנא, און חיים גאנץ רעכט

אַן איידעם איז ער געווארן ביי ר’ מנחם מנדל שנייבאלג זל דער רב פון מחזיקי הדת מאנטשעסטער וואס איז אויך געווען דער מפקח הכשרות דארטן. ר’ מ"מ איז געווען א זוהן פון ר’ דוד צבי שנייבאלג ראש ישיבה אין ווויזניץ און ר’ מ"מ’ס נעפיו איז אגב ר’ שמואל יעקב קאהן תולדות אברהם יצחק רבי, אזוי אויך איז ר’ יהושע העשיל מאסקאוויטש פון שאץ-מאנטרעאל, דער אייניקל פון אויבנדערמאנטער ר’ יואל. חיים איז געבליבן וואוינען אין מאנטשעסטער נעבן זיין שווער פאר עטליכע יאהר ביז ארום 1985/6, ווען ער האט זיך געצויגן אהער קיין לונדון.

אין לאנדאן האט ער געעפנט זיין אייגן שוהל ‘דברי חיים’ און געצויגן צו זיך א קאלירפולע פאַלאואינג, מצד אחד רייכע, נאז-אין-די-הייעך אידן וועלכע האבן פאר זייערע לעזשור אין זייערע פרי-טיים געגליכן צוצוהערן זיינע שיינע און געשמאקע (אדער געשמאָקע) דרשהלעך און ווערטער אויף די פרשה, און מצד שני אויך געוועבּטע קאפלעך אידן וועלכע די ווארעמקייט פון חסידיזם באגלייט מיט א ‘קיהל ווינטל’ האט געוואונקען צו זיי ווי ר’ ישראל נאַדזשאַרה’ס פיוטים, די אינגע מיידלעך פון צווייטהאלב 16צנטע יארהונדערט עזה. בקיצור, נאָן-דזשאָדזשעמענטל, טשיללד וכו’.

מיט די צייט האט חיים זיך אריינגעדרייט אין די ארגענאזאציעס וואס זיין פאטער האט אויפגעשטעלט און איז געווארן דער פאקטישער מוציא ומכניס פון זיין טאטן; פייטענדיג אלע וויכטיגע מחלוקתער אין שטאט, ווי צום ביישפיהל דער עירוב, בשעת וואס ר’ חנא ריטעינד די עהרע און אָוהרע פון ‘חסידישע לייטהאוז’ אין שטאט. (שפעטער, אין 2010, האט חיים עס אפילו געמאכט ביז צום ראַבּינאַט פון כדתיא און א דיין געווארן דארטן). גלייכטצייטיג האט חיים זיך קונה שם געווען פון א גוטע ‘בדיקה קוקער’ (די שמאַטקעס וואס נשים נידות נוצן זיך בודק צו זיין ריין צו ווערן) אזוי אז מען האט זיך געשלענגלט רייעס רייעס ביי זיין טיהר בעטן ער זאל א קוק טאהן, עפעס וואס ער האט גערן צוליב געטאהן און איז אפילו דערויף א גרויסע מקיל געווען. ‘בדיקה קוקער’ איז נישט קלאר צי ווייל ער האט א דגוש געלייגט אויף די בדיקה אליינס אדער אויך געקוקט ‘ארום און ארום’, סחור סחור. ווען ס’נישט צו שמוציג וואלט א בעל-דרשן אפ’ געזאגט אז ‘בדיקה’ מאכט ‘הַב דיק’ און דערפאר האבן די נשים חשרות אזוי געקלאפט אויף זיינע שערי חיים.

פרויען פלעגן קומען צו אים זיך אויסרעדן וועגן אבּיוז פון זייערע מענער, חתנים און כלות פאר קינדער-מאכן לעסאָנס, מיידלעך און אינגלעך פאר עצות אין אידישקייט און קאָפלס פאר שלום בית פראבלעמען. מען האט געפיהלט מען קען פאר אים אלעס פארציילן אזוי ווייט אז ער האט געקענט פרעגן א בחורל צו ער וואַטשט פּאָרן און ווען דער בחור האט געענטפערט בחיוב האט ער אים צריקגעפרעגט אויב האַרד-קאָר פּאָרן אויכעט? אין א נאָטשעל, חיים’ס טעיסט פאר די קאָמפּאניע פון נשים איז אזוי באקאנט געווען אז אויב האט א מענטש זיך גענויטיגט אין א רב וואס זאל וואוטשן פאר אים, צי פאר ענטרי פון א קינד אין היימישע מוסד צי פאר א רעפרענץ צו א שידוך האט מען געשיקט די פרוי צו אים, וויסענדיג זי וועט עס ביי’נעם ערלעדיגן טשיק טשאַק.

המשך יבוא
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top