דער חיים היילפרין סקאנדאל

קץ דוחק

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 16, 2024
מעסעדזשעס
1,825
רעאקציע ראטע
5,509
פונקטן
943
א ארטיקל פון מײנע ארכיװן. איך פארעפענטליך עס יעצט צום ערשטן מאל בחינם.

#1​

דער חיים היילפרין סקאנדאל​


עס איז יעצט געווארן 11 יאהר פון ווען דער חיים היילפרין סקאנדאל (ביז דעמאלס מיט א ר’ אין זיין נאמען) האט אויסגעבראכן בראש כל חוצות פון גאלדערס גרין (ג"ג) צו סטעמפארד הילל פון בני ברק צו מאנסי, ניו יארק. דער ציהל אונזערער איז נישט ווידער אויפצופלאמען דער סקאנדאל (הגם מיט נישט אזוי לאנג ווי א יאהר צוריק איז חיים היילפרין ווידער געווען אין די נייעס צוליב א נייע מעשה דאסמאל מיט א רעקארדינג אין ערוץ 12 נייעס אגענטור, וועגן וואס מיר וועלן שפעטער פארציילן), נאר צו באריכטן דברים כהווייתן, דאסמאל אין אידיש, צו א ציבור פון סטעמפארד הילל וואו עס האבן עפטער אלל געוואוינט, רוב פון דיע פרויען, די מדוברות אין די פרשה און חיים’ס קליענטן; א פלאץ וואו א מערהייט, אויב אידיש איז נישט זייערע ערשטע שפראך, רעדן זיי און פארשטייען זיי זי אבער.

גיווען אז מיר באריכטן אויך היסטאריע, איז לגבי דער שערוריה אויכעט – זינט זי איז קיינמאל נישט באשריבן געווארן אין אונזערע פרעסע – נישט מער ווי פאסיג פאר זי צו געדעקט ווערן אין אונזערע בלעטער. איבערהויפט ווען די עצם מאטריאל, ווי בריוו און הלכה דעקלעראציעס, וועלכע קאנסטיטוטן דער קעיס זענען א גוטע חלק אין לשה"ק און באציעהן זיך צו כדתיא (די יוניאָן) וואו אידיש און לשה"ק ברויך כלומר זיין דער אפיציעלער שפראך.

אז ככה הן הדברים: מוצאי שמחת תורה, 9 אוקטובר 2012 איז אין שטאט, אדער דורך די אינטערנעט און סאושעל מידיא בעסער געזאגט (אין פארטיקולער דוד יוסף הערשקאוויטש, א פּראָפּערטי לויער און בּלאָגער מיט’ן פענע נאמען ‘איף יוּ טיקל אָס’), באקאנט געווארן אז חיים היילפרין (היינט 65), איינע פון די דיינים פאר כדתיא, וועלכער וואוינט אבער אין גולדרס גרין, פארמאגט א שוהל דארטן און גיבט זיך אויך אפ, אין זיין פרייער צייט, מיט’ן זעהן פרויען און מיידלעך פריוואט, פאר שלום בית און חינוך עניינים – עז וועל עז נאך א האנדפול מיט אנדערע חשובע פּאָסטענעס – ווערט באשולדיגט דורך 13 פרויען, מערסטנס פון סטעמפארד הילל אבער אויך פון נארטה-וועסט לונדון, אין האבן זיי אנגערירט אין כל מיני מקומות און אין האבן געשמועסט מיט זיי אין א גאנץ גראָבּע שפראך. א שפראך וואס פאסט נישט פאר א פראפעשאנעל קאונסלער, לעט עלאון א רב פון זיין קאליבּער.

איך זאג אנגערירט און געשמועסט ווייל טוּ דעיט, הגם מען האט גערעדט אויף אים דאס ערגסטן, ווי ערנסטע אַבּיוז און אפילו סעקשועל אַס‎אָלט, האט מען משום איזה סיבה שהוא נאכנישט געברענגט אנטקעגן אים א קרימינאלע קעיס אין קאורט, און מיר וועלן אפאר פון די פּאָסעבּיליטיס שפעטער אויסשמועסן.

1777830797788.webp

חיים'ס רעזיגנאציע

די טרעט אז די רבנים וועלן ארויס קעגן אים האבן חיים משכנע געווען זיך אפצוזאגן פון אלע אנדערע חשובע שטעלעס וואס ער האט געהאלטן, זיי האבן אינקלודעד, א ‘רבנישע אויטאריטעט’ צו בית יעקב פּריימערי שולע, צו הצלה און צו חנה, די ארגעניזאציע וואס העלפט פרויען אדער קאָפּלס וועלכע האבן פערטילעטי פראבלעמען. פון איין ארט האט ער זיך אנטזאגט אפצוטרעטן און דאס איז אין זיין אייגענע שוהל, מיט’ן נאמען ‘דברי חיים’ אויף ברידזש לעין, מכח די טענה אז דאס איז זיין פריוואטער ענטערפרייז און אויב זיין ציבור מתפללים שטיצן אים, איז דאס זייערע פרייע טשויס. אין זיין רעזיגנעישן לעטטער איז געשטאנען:

“היות עס האבן זיך ערוועקט קעגן מיר פארשידענע טענות אין רילעישן צו מיין שלום-בית עדווייס סטייל, האב איך מחליט פאר מיין אייגענע טובה זיך צוריקצוציען פון סיי וועלכע ציבורישע תפקידים אינדרויסן פון מיין שוהל אבער מיט גאט’ס הילף וועל איך פארזעצן פארשפרייטן תורה אזוי ווי אלעמאל."

די טיימס אָף איזראעל האט געוואוסט צו פארציילן אז דעם 18טן נובמבר, אין א מיטינג ביי ר’ חנוך עהרנטרוי זל אינדערהיים, דער געוועזענער אב פון ‘לונדון בית דין’ (וועלכער איז דער נארטה-וועסט לאנדאן קאמפעטישן צו פעדערעישן אבער אויך צו כדתיא), און אין דער באטייליגונג פון נאך אנדערע רבנים און דיינים, חיים’ס טאטע ר’ חנא ז"ל ( דער רב פון אַנאַנדערע שוהל בית שמואל), חיים אליינס, און איינע פון די פרויען וועלכע האבן אים באשולדיגט - איז פאר חיימ’ען געגיבן געווארן אן אוילטימאטום: אדער זאגט ער זיך אפ פון אלע זיינע שטעלעס, אינקלודינג פון כדתיא; אדער גיבן זיי ארויס א בריוו אין וועלכע זיי פארדאמען אים מכח זייערע רבנישע אויטאריטעט. (זיי האבן האַועווער דעמאלס נאך מסכים געווען ער זאל בלייבן רב אין זיין אייגן שוהל).

א טאג שפעטער, דעם 19צנטע פון נובמבר ‘12, האט ער זיך אונטערגעגעבן און רעזיגנירט פון אלע זיינע אמטן כאמור, האפענדיג אז דאס וועט אפשטילן דער זאווארוכע. ער איז טאקע געבליבן רב אין זיין בּיסמעדרשל, אין א בנין וואס ער אייגנט, און אויך ממשיך געווען צו גיבן שיעורים (ווי דף, אבות, חומש און נאך). אבער צו די צאָרן פון די אויבנדערמאנטע רבנים האט ער פארגעזעצט צו זעהן קליענטן געשיקט פון מענטשן, ע"פ רוב פון סטעמפארד הילל, א געגנט 40 מינוט וועג מיט א קאַר, אין וועלכע א מערהייט פון אירע איינוואוינער האבן געפונען פאר שווערער, אננעמען די לאָשענהאָרעס פארציילט אויף אים. אפנים שמירת הלשון און שמירת הברית זענען אין קאנפליקט געווען איינע מיט די אנדערע.

1777830950397.webp

ר' חנוך עהרנטרוי זל

יונייטעד סינאגאג און פעדערעישן​


קודם א שנעלע און אויבנאויפיגע הקדמה איבער די היסטאריע פון אידישקייט אין לונדון, חרידישקייט און כדתיא, און ספעסיפיקלי די היילפרין משפחה. די אידן אין ענגלאנד ביז 1880ציגערס זענען געווען מערסטנס פון ספרדישע אפשטאם, פארטוגעיזישע און ספאנישע במקורם, אבער געקומען זענען זיי פון האלאנד אהער, אנגעהויבן אזוי פריה ווי די 1630יגער יארן, און ארום 150 נאכ’ן גירוש ספרד (אליווער קראמוועל האט די אידן אפיציעל צוריק געלאזט, מיט די הסכמה פון די אנדערע ענגלישע פּאָלעטישנס, אין 1656, אבער אנגעהויבן האבן זיי צוריק זיך באזעצן, בחשאי, נאך אביסל פריער). דורכאויס די צווייטהאלב 17טע יארהונדערט האבן א כוואליע אידן פון אמסטערדאם זיך באזעצט אהער, אזש ביז 1700 געפינען מיר עמיצן א שלמה דע מעדינא – אַן אַרמיי קאנטראקטער און מתפלל אין בּעוויס מאַרקס ספרדישע שוהל וואס שטייט נאך היינט אין אָלדסגעיט – נייטעד ביים קעניג וויליאם דער דריטער פאר זיינע קאנטריביושנס צו די לאנד.

(אגב איז פון די ערשטע רבנים ביי די ספרדישע קהילה, אין 1664, געווען ר’ יעקב בן אהרן סאַספּאָרטאַס, דער ציצית נובל צבי און בארימטער אנטי-שבתאי, וועמען מען האט אויך צו פארדאנקען די אידן’ס צוריקקער צו ענגלאנד ווייל ער איז געווען צווישן ר’ מנשה בן ישראל’ס דעלעגאציע צו קראָמוועל. כאטש ער איז נאר דא געוען פאר אַפּאָר יאהר; ווען די לעצטע אויסברוך פון די בּובּאָניק מגיפה, באקאנט אלס די גרעיט פּלעיג האט זיך אומגעקערט צו ענגלאנד, איז ער פון דא אוועקגעווארפן צו האַמבורג און שפעטער צוריק צו אמסטערדאם. גראדע האט ער אויך געשריבן א תשובה וועגן מאכן אַן עירוב אין לאנדאן).

1777831061296.webp

שבתי צבי (1626-1676)

אויך איז אידנטום אין ענגלאנד ביז די אכצן-אכציגער יארן באשטאנען פון א טריקל אשכנזישע אידן וועלכע זענען, עלאָנגסייד די ספרדים, געקומען אין א קאנטיניועס אבער שיטערער פלוס, במשך פון הונדערטע יארן (אויך אבער נישט איידער די 1630s), מערסטנס פון די דייטשע מדינות (דייטשלאנד איז אמאל געווען גרעסער און צעטיילט אויף מערערע מדינות). די דאזיגע אידן, הגם נישט אלע פריי במושג אותן הימים, זענען געווען אַנגליסייזד, געלערנט און ע"פ רוב פארמעגליך (הגם די ספרדים מער ווי די אשכנזים).

פון די 1880ציגערס האבן אנגעהויבן, אין א צוייטע כוואליע, אנקומען אידן מערסטנס פון די רוסישע אימפעריע (ליטע און א חלק פון פוילן אויך אינקלודעד), פון וואנעט זיי זענען אנטלאפן צוליב די פאגראמען און די צייטווייליגע ‘מעי רעסטרוקציעס’ וואס אלכסנדר דער דריטער, צאַר פון רוסלאנד, האט איינגעפירט צו באגרעניצן די אידן, כאטש זיי האבן אייגענטליך געדויערט פאר דרייסיג יאהר. דיע אידן האבן גערעדט אידיש, זענען פאַראָרימט געווען און האבן מיט זייער בַּטלָנישקייט, און נייע פארעמען פון אידישקייט, זיך עפעס נישט אויסגעקומען מיט די עקזעסטירנדע רעליגעיזע און קאנסערוואטיווע עסטעבלישעמענט פון די אשכנזישע מסורה אין ענגלאנד, די יונייטעד סינאַגאָג. די ספרדים כאמור האבן זיך זייערע אייגענע קהילות געהאט. (יונייטעד איז נאך אגב עלייוו און קיקינג עד היום הזה, מיט 64 קהילות איבער ענגלאנד, און מער פון 36,000 מעמבערס, קאָמפּערד צו פעדערעישאנ’ס 21). הגם דער עצם ‘יונייטעד סינאגאג’ פאראייניגונג, אפציעל אנערקענט ביי דער סטעיט, איז נאך דאן אויכעט ניי געווען האבן אבער די שוהלן און מעמבערס פון וועלכע זי איז באשטאנען, רעפרעזענטירט די עקזעסטירנדע אשכנזישע טראדישענעל עסטעבלישמענט פון אזוי לאנג ווי 200 יאר פריער, און אלע אירע רבנים האבן אויך געטראגן דעם עפטיטעט, ‘טשיף ראביי פון ענגלאנד’.

דער ערשטער טשיף ראביי אגב, אין 1704, איז געווען ר’ אהרן האַרט, אן אייניקל פון ר’ שמואל פון פיורדא פון בּאוואריע-דייטשלאנד אבער ארגינעל פון פוילן, מחבר פון בית שמואל, דאן איינע פון די געציילטע נושאי כלים אויף אבן-העזר. ווי אויך איז ער געווען אן אייניקל פון ר’ יונה-תאומים פרנקל בעל קיקיון דיונה על הש"ס און פון ר’ העשיל מקראקא א בארימטע חריף אבער וועמענ’ס כתבים זענען רוב פארלוירן געגאנגען. ביידע פוילישע רבנים פון ערשטעהאלב זעכצנטע יארהונדערט.

1777831191229.webp

ר' אהרן הארט

ר’ אהרן איז געווען רב אין די בית הכנסת הגדול אין דיוק’ס פלעיס אין אָלדגעיט וועלכע איז נתייסד געווארן אין 1655, די ערשטע אשכנזישע שוהל געבויעט צו ווערן אין לאנדאן, און איז געווען איינע פון די ערשטע דריי שוהלן צו אינקלודעד ווערן אין יונייטעד. עס איז חרוב געווארן אין איינע פון די דייטשע אטאקעס דורכאויס די בליץ אין די 2טע וועלט קריג. עכ”פ, בשעת וואס יונייטעד האט געהאט רעפרעזענטאציע אין גאווערנמענט און דערפאר א ווארט אין קאָמיונאַל אַפפעירס, האבן די ניי-אנגעקומענע, אין די איסט-ענד, ענדע 19טע יארהונדערט, צוליב זייער רעטשעד מצב, נישט געהאט קיין רעליגעיזע אדער פאליטישע כח, כאטש זיי זענען אפילו באשטאנען מער אין צאל אין נפשות פון דיע וואס האבן זיך אידענטיפיצירט מיט יונייטעד.

דאס האט געפירט אין 1887, פאר די ‘פעדערעישן פון סינאגאגס’ צו פארמירט ווערן דורך א פילאַנטראָפּ, ליבּעראל פאליטיקאנט אין די האוז אָף קאָממענס, און באנקירער, מיט’ן נאמען שמואל מאָנטעגיו; א פראיעקט וואס זאל פאראייניגן אלע קליינע שולכלעך און שטיבלעך איבער די איסט-ענד, מערסטנס פון רוסישע און ליטווישע אידן, דערגרייכענדיג אזויפיהל ווי איבער 50 שוהלן ביז בלויז 25 יאר שפעטער, אין 1911. מאנטעגיו, וואס האט אגב אידיש געקענט, האט זיך איבער דעם אַפפעיר צעריבן מיט נתנאל מאיר ראָטשיילד, אויך א פּאָלעטישען און באנקירער, וועלכע איז דעמאלס געזעהן געווארן אלס דער פנים פון די יונייטעד סינאגאג עסטעבלישמענט. מאָנטעגיו האט מיט דער פעדערעישאן פראיעקט אויך א מער קאַנני כוונה געהאט - דערמיט צו אנגליזירן די איסט-ענד אידן, אזוי ארום צו פארמיידן פון אזעלכע אידעלאגיעס ווי אנארכיזם און סאושעליזם פון געפינען רייפע באָדן דארטן.

1777831241969.webp

סויר סעמיועל מאָנטעגיוּ

מחזיקי הדת​


א קליינע מינאריטעט אידן, א חלק פון זיי פון דייטשלאנד און א אנדערע חלק פון ליטווישע און פוילישע טראדישען (נישט אסאשיעיטעד מיט יונייטעד, אויך נישט פעדערעישן) האבן עטליכע יאר נאך פעדערעישנ’ס גרינדונג, אין 1891, געגרינדעט זייערע אייגענע קהילה, ‘מחזיקי הדת’, מיט א נייע שוהל, אין די איסט-ענד, געמערדזשד פון צוויי פריעדיגע שוהלן – איינס, נארטה לאנדאן ביהמ"ד (דייטשע מסורה) אין דאָלסטאָן און די צווייטע, מחזיקי שומרי שבת אין סוהו (ליטוויש/פויליש). וואס עס האט זיי ביידע פאראייניגט איז די הסכמה אז די וועלכע זענען אינוואלווד אין יונייטעד’ס פלייש אונדוסטריע זענען נישט גענוג שומרי-שבת צו נאֶמָן זיין אויף דער הכשר.

דער ערשטער רב פון מחזיקי הדת איז געווען ר’ אברהם אבא ווערנער, ארגינעל פון טעלז אין דער ליטא, א תומך פון ציונות און עמיצער וואס האט זיך משתתף געווען אין די ציוניסטישע קאנגרעסן. עמיצער וועם הערצל האט אפילו מכבד געווען מיט’ן טיטול נשיא הכבוד פון די וועד ההנהלה פון די דזשואיש קאָלאניעל טראָסט. די דזשואיש קאלאניעל טראסט איז געווען די פארגייער און פּערענט קאמפאני פון בנק לאומי, און דאַן א פובליק האָלדינג קאמפאני, מיוסד און אינקאָרפערעיטעד אין לאנדאן. די טראסט האט פארקויפט שעירס פאר אידן אין חוץ לארץ צו העלפן פינאנצירן קאָנסטראקשען, אגריקולטור און אינפראַסטראקטשור פראיעקטן אין פאלעסטינע, די פיוטשער ‘מדינת ישראל’. היינט איז זי פריוואט אגב, און גיבט זיך אפ מיט’ן אינוועסטן אין ישראל’ישע סטאָקס און אין סאָלאַר טעכנעלאגיע דעוועלאופמענטס. ר’ אברהם אבא’ס ממלא מקום אין מחזיקי הדת פון 1916-18, איז אגב געווען ר’ אברהם יצחק הכהן קוק (דער שפעטערדיגער רב הראשי), ווען ער איז בשעת די ערשטע וועלט קריג סטאָק געווארן אין לאנדאן אויפ’ן וועג צוריק צו ארץ ישראל, פון דייטשלאנד, דורך שווייץ.

1777831382080.webp


די קאמפן צווישן יונייטעד און די נייע אימיגראנטן האבן זיך דערמיט נישט אויפגעהערט, אפשר אפ’ שטערקער געווארן, און אנגעהויבן אין די1890ציגערס איז אַנטשטאנען א געפעכט איבער שחיטה און כשרות, צווישן פעדערעישן, מחזיקי, און יונייטעד’ס בּאורד אָף שחיטה; מיט די דעמאלטיגע טשיף ראביי פון יונייטעד, ר’ נפתלי צבי הכהן אדלער (א מוסמך פון ר’ שלמה יהודה רפפורט פון פראג, אַן איידעם פון ר’ אריה ליב העלער, דער בעמח"ס קצות החושן) צוהאבן געפארן צו ר’ ישראל מאיר קאַגאַן, דער בעל מחבר ספר משנה ברורה על שולחן ערוך, א בר-גילו, אים צובעהטן צו שליכטן די מחלוקת. ר’ ישראל מאיר האט קודם געשריבן א בריוו אין סעפארט, נאכדעם צוריקגעצויגן. בקיצור, גארנישט ניי.

1777831472063.webp

ר' נפתלי צבי אדלער

אין ליכט פון דיע מחלוקתן האבן פון מחזיקי הדת אין 1909, זיך אפגעבראכן איינע פון די ארגינעלע שוהלן (נארטה לאנדאן ביהמ"ד) און זיך שפעטער א נאמען געגיבן ‘עדת ישראל’ און פון דעם איז געבוירן געווארן התאחדות קהילות החרדים (הקה"ח) אדער ווי זי איז היינט באקאנט אלס ‘כְּדַתיא’ בפי בני אדם. אפנים מחזיקי הדת’ לעוול פון שחיטה איז דיע פורשים נישט גענוג גוט געווען. בכלל זענען יענע יארן מער אידן געקומען קיין ענגלאנד, דאסמאל פון דייטשלאנד און אויבערלאנד-אונגארן, יעקעס ווי מען האט זיי אנגערופן, וועלכע זענען הגם שטודירטע געווען, זענען זיי אבער געווען דוגלי שיטתו פון חתם סופר אין פרעשבורג און מאידך גיסא פון ר’ שמשון רפאל הירש אין דייטשלאנד – א נייע פלעיוואר פון חרידישקייט אויסגעבוירן פון א פראוו צו געפינען א באלאנס צווישן תורה עם דרך ארץ און חדש אסור מן התורה, כאטש מער די מעסיגקייט פון רש”ר ווי די עקסטרעמיטעט פון חת"ס. אין פאקט, איינע פון די מייסדים פון נארטה לאנדאן ביהמ"ד איז געווען מיכאל לעווי, אן איידעם פון ר’ שמשון רפאל.

אבער אנדערש ווי אין זייערע היים-לענדער אוואו די ציהל איז געווען להיפרד, צי פון די רעפארמער אין דייטשלאנד צי פון די נעאלאגן אין אונגארן, איז זייערע ציהל דא אין לאנדאן געווען צו רעפּליקעיטן דער סארט אידישקייט, אויך דאהי, וואו ס’האט אינגאנצן נישט עקזעסטירט. (מחזיקי ווידעראום, האט ארום יענע צייט אויך געדזשוינט ‘די פעדערעישן’ און ביסלעכווייז פארלוירן איר סיגניפיקענץ, ביז ווען אין 1970, בערך 80 יאהר נאך איר גרינדונג, האט זי זיך געצויגן צו גאָלדערס גרין. אזוי אויך האט זי איר שחיטה נאך פיהל פריער אויפגעהערט און צוריק-געדזשוינט 'די בּאורד אף שחיטה' נאכוואס זייערע סטאנדארטן זענען בעסער געווארן. די זעלבע האט פעדערעישן אויך צוריק צוזאמענגעשטעלט זיך מיט יונייטעד’ס שחיטה)

עדת ישראל​


דער ערשטע רב פון עדת, ר’ אביגדור שאנפעלד, פון אונגארן, אן אייניקל פון ר’ משה סופר, דער חתם סופר, און תלמיד פון ר’ יצחק שווייגר בעמח"ס ברכת יצחק על התורה און שפעטער אויך תלמיד ביי ר’ שמחה בונם סופר (אויך אן אייניקל פון חתם סופר), האט אפילו געטראגן דעם טיטול ראביי און דאקטאר און פארמאגט א פּי-עיטש-די פון יוניווערזיטעט אין די תחום פון חינוך. ווי אויך איז ער, פונקט ווי זיין רבי ר’ יצחק, געווען א תומך ציוני און פון די ראשים פון דער ציוניסטישער ‘אהבת ציון’ פאראיין. שפעטער איז ער אויך געווען פון די מייסדים פון די מזרחי באוועגונג’ס ברענטש אין לאנדאן. נאָטוויטסטענדינג זייערע יוניווערסיטי דעגריען איז זיי די רילעקסדנעס און ענגלישקייט פון יונייטעד נישט גוט געווען.

אין יונייטעד סינאגאג, הגם די רבנים און פַּסקער (לונדון בי"ד) זענען היינטיגע צייטן מער אבזערווירנד געווארן, זענען אבער די מעמבערס און מתפללים, היינט ווי אלעמאל, צונויפגעשטעלט פון א ברייטע ספעקטרום אין אידישקייט – פון נאר ׳טראַדישענעל’ אידן, אזעלכע וואס קומען צופארן מיט די קארן צו שוהל שבת קודש, צי ווייל זיי זענען אלט צי ווייל זיי זענען דיסעיבעלד אדער נישט פולקאם אין גוטע העלטה, ביז ‘מאדערן אָרטאָדאקס’, אזעלכע וואס פירן זיך בשיטת החתם סופר און ר’ שמשון רפאל הירש – גענוי ווי די גרינדער דעמאלס פון עדת און כדתיא – נאר עוואלווד לפי די היינטיגע אומשטענדן. עדת ישראל’ס ערשטע שוהל איז געווען אין העקני, קודם אין גרין לעינס אויף סטאָוק נואינגטאָן און נאך עטליכע מאל זיך ציען איז זי היינט אין קווין עליזעבעיטה וואָלק.

המשך יבוא
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top