קודם האב איך געמיינט אז ס׳סתם איבערגעטריבענע היסטעריע דא: אבחינה פון
the kettle calling the pot black
(די טשייניק וואס איז פארשווארצט פון זיצן אויפ׳ן פייער א גאנצן טאג, מאכט חוזק פונ׳ם טאפ: קוק ווי פאברענט דו ביזט…)
ביי מיר איז מאנראו א קולט (כאטש ס׳דא דארט מענטשן וואס געבן זיך אן עצה) און ממילא, צו רופן די מאשקאוויטש מיידל/מערמלשטיין ווייבל׳ס קולט א שרעקליכע קולט ווייל זיי טוען אנדערש ווי מאנראו האב איך נישט געטראכט ס׳איז ערנסט.
ביז כ׳האב כ׳האב זיך נאכגעפרעגט און געהערט פון מענטשן וואס האבן משפחה פארבינדונג דארט און ס׳טאקע אמת אז זיי גייען אנגעטון ווי לב טהור (די פרויען באדעקט אין שווארץ פון קאפ ביז פיס) און די מענער זענען נעבעך געפאנגען און גלייבן זיי מוזן בלייבן ווייל זיי זענען די איינציגע נארמאלע פאדעם פאר די קינדער א האפענונג
און ס׳דא געציילטע משפחות אין Blooming Grove
אבער ס׳דא אין אנדערע שטעט אין די וועלט אויך! ווי לאנדאן, (אפילו פון די משפחות וואס האבן זיך געצויגן קיין בלומינגגראוו
האט דער מאן נעבעך נישט געוואוסט פארוואס זי וויל פונקט דארט וואוינען, ביז ס׳שוין געווען צו שפעט…
אוודאי די בעיסיק קאנטראל וואס יעדע קולט טוט האבן זיי געמאכט זיכער: אפצוהאקן די followers/די קרבנות פון די וועלט.
מ׳טאר נישט האבן די ״טמא׳נע כלי״ אפילו נאר טעקסטן איז נישט ״אויסגעהאלטן״ ביי זיי.
ממילא דאס מאכט זיכער אז משפחה קאנטאקט זאל זיין שווער און די פרויען זאלן טאג און נאכט נאר זיך ווייקן אין די שימל פון זייער פירער
די לעוועל פון ענגשאפט וואס די מאמעס - מיטגלידער פון דעי קולט גייען דורך איז עד לב השמים:
נישט נאר טארן זיי קיינמאל נישט ארויס פון שטוב - וועגן ״צניעות״ -
אפילו אן אייגענע שוועסטער וואס מאכט חתונה, טאר מען נישט גיין טאנצן אויף די חתונה. נאר צו די קולט מיטינגס- דארט איז יא אקעי צו גיין…
און נישט נאר האבן זיי אלע טעכטער אין שטוב איינגעשפארט טאג און נאכט און טארן אפילו נישט גיין אין סקול (די מאמע מוז טון ״homeschooling׳׳ מיט זיי) שטעל זיך פאר די טשיילד עביוז פון אזעלכע קינדער
אבער on top of that האב איך געהערט פון א פרוי וואס איר מאן איז א מלמד אין דרכי חיים און נאכדעם וואס ער איז געגאנגען צו די ארבעט אינדערפרי, האט זי געלאזט די קינדער נאכקוקן איינע די אנדערע אויפ׳ן אונטערשטן שטאָק פון הויז און זי איז ארויף אויבן און דעליווערט איר בעיבי אינדערהיים! לכאורה אליין - אן הילף. ווייל מ׳טאר דאך נישט ארויסגיין פון הויז חלילה- צוליב ״צניעות״
ס׳געפערליך אז מ׳זאל צולאזן אזעלכע זאכן.
אונטער די נאז נעבן קרית יואל האט מען אזא בייזוויליגע קולט
און אין די זעלבע צייט, אין מאמענט, פייערן זיי די ״הצלחה פון די עסקנים״ אז די לב טהור פירער האבן כלומרשט אויפגעגעבן זייער ממשלה (א נעכטיגע קוגל, די חברה געבן קיינמאל נישט אויף, זיי טוישן פשוט סטראטעגיע, און זיי גייען underground און אנשטאט שטיין בראש אפן, נעמען זיי אנדערע פירער וואס זאלן זיי שטעל-פארטרעטער און פירן ווייטער מיט מער כיטרע טאקטיקן.