- זיך איינגעשריבן
- סעפ. 12, 2024
- מעסעדזשעס
- 537
- רעאקציע ראטע
- 2,431
- פונקטן
- 413
זשעק, א עלטערע מענטש, איז מחליט פטור צו ווערן פון זיין אלטן, אפגענוצטן גוף און זיך לאזן מאכן א פרישערע און יונגערע. נאך דער ארבעט גייט ער אריין אין א ספעציעלע אינסטיטוציע וואס ספעציאליזירט זיך אין יונג מאכן מענטשן. ער שטופט פארזיכטיג אריין זיין קערפער אין א גלאנציגע זילבערנע סקענער, און אנדערטהאלב מינוט שפעטער ערהאלט ער א פולשטענדיגע פרישע קאפיע וואס אנטהאלט גענוי אלע צעלן, טישוס און סטרוקטור, אינאיינעם מיט אלע זכרונות, ידיעות, מעלות און חסרונות. די קאפיע איז דאס זעלבע ווי זיין אריגינעלע גוף, אויסער דער פאקט אז עס ווייזן זיך נישט דערויף די צייכענעס וואס עלטער האט איבערגעלאזט אויף דעם ערשטן קערפער.
זשעק שלעפט זיין קאפיע פון הינטער אים און שטעלט אים פארזיכטיג אריין אינעם הינטערשטן זיץ פון זיין אויטא. אויפ'ן וועג אהיים פייפט ער זיך אונטער פרייליכע לידער מיט א צופרידענעם טאן. אצינד איז אים בלויז געבליבן פטור צו ווערן פון זיין אלטן, צעבראכענעם קערפער.
ביים אנקומען אהיים, געבט זשעק איבער די שליסלען פון זיין קאר צום נייעם קערפער מיט א שמייכל, שפירנדיג א ווייטע ציפ פון קנאה און אנגסט. צום מזל וואוינט ער אין א הויכע בנין. ער צייגט זשעק דעם קאפיע זיין הערליכן דירה, און כאפט איין לעצטע בליק דערויף. זשעק דער קאפיע זיצט זיך באקוועם אויפ'ן קאנאפע און רעדט נישט ארויס קיין ווארט, בשעת דער אלטער זשעק מורמלט ארויס אפאר שטילע ווערטער, פארלאזט דעם דירה און פארמאכט די טיר שטילערהייט.
ער קריכט ארויף צום דאך אויפ'ן הונדערטסטן שטאק, וואו א שארפע, אייזיגע ווינט שניידט אדורך זיין געזיכט, און פון צווישן די פארנעפלטע לופט זעט ער קארס שמייסן דארט אונטן. מיט מינימאלע אנשטרענגונג קריכט ער ארויף דעם צוים און זעצט זיך אויף איר עק. ער דארף בלויז אפלאזן דעם צוים און גראוויטעט וועט שוין מאכן דעם זשאב מיט אים.
אלטע זכרונות פון זיינע זארגלאזע יוגנט יארן פליען אריבער זיין מחשבה, ווערן פארוואנדלט אין טרערן וואס פארפלייצן זיינע אויגן. דאס בילד פון זיין מאמע, זיך שטיקנדיג פון פרייד ביי זיין גראדואירונג צערעמאניע, פולט אן זיין וועזן.
ער פראבירט זיך מצמצם צו זיין און אוועקשטופן די חזיונות, אבער דאן הערט ער פלוצלונג די שטימע פון זיין זיין באליבטע זון שרייען פונדערווייטנס…
זיין הארץ הייבט אן פאמפען שנעל, דאס בלוט דרוק גייט ארויף.
"וואס פאסירט צו מיר?" האקט ער זיינע פויסטן אין קאפ און יאגט זיך אנצוכאפן דעם צוים.
ער קוקט נאכאמאל אראפ און פראבירט צו טראכטן לאגיש. אין זיין דירה דארט אונטן זיצט זיין פערפעקטע קאפיע וועלכע איז דאס זעלבע ווי אים אויף יעדן אופן וואס נאר מעגליך. אפילו אט די זכרונות וועלכע שטורעמען אצינד זיינע געדאנקען, געפינען זיך אויך אין דען קאפיעס מוח. דאס אייגנטומערשאפט פון זיין דירה און זיין קאר, די 'זכיות שמורות' פון דער בעסטסעלער בוך וואס זשעק האט געשריבן, וועלן אטאמאטיש אריבערגיין צום נייעם זשעק. פאמיליע קשרים און סערטיפיקאטן פון אנערקענונג וואס זשעק האט זיך פארדינט דורכאויס די יארן וועלן אויך געזעצליך אריבערגיין צו אט דעם זעלבן קאפיע. פארוואס איז ער אזוי צושוידערט?
ער קוקט אויף צוריק און זעט פלוצלונג זיין זון אויפ'ן דאך. די שנירלעך טרערן און די פארנעפלטע וועטער מאכן אים צווייפלען צי דאס איז באמת זיין זון אדער אפשר גאר א ווילדע קאשמאר.
זיין זון רעדט נישט, ער פאכעט בלויז מיט די הענט און שרייט מיט שרעק. זשעק פראבירט אין איילעניש צו ערקלערן פאר זיין זון אז ער האט באצאלט א פארמעגן מיט געלט צו פרינטן דעם סאמע בעסטן קאפיע וואס טעכנאלאגיע ערלויבט, און זיין לעבן וועט אט ווערן פילפאכיג פארבעסערט.
ער לאזט עטוואס נאך פון זיין שטייפע אנהאלט אויפ'ן צוים, און דער ווינט שטופט אים שיער נישט אראפ. דאס פחד פון טויט טרייסלט אויף זיין קערפער און צוואונגט אים צוריק אנצוכאפן דעם צוים.
"וואס איז דער תועלת פון באגיין זעלבסטמארד?" הערט ער זיין זון שרייען פון הינטן. "אויב דער קאפיע אויפ'ן קאנאפע איז אויך זשעק, דאן פארוואס מוז זשעק אויפ'ן טעראסע באגיין זעלבסטמארד?" זיין זון דערנענטערט זיך שנעל צום צוים און לייגט זיינע הענט אויף זשעק'ס ציטערדיגע אקסלען.
"אויב איך שפרינג נישט אראפ, וועלן זיין צוויי זשעקס אין איין דירה און איין זשאב, און דאס וועט זיין אומדערטרעגליך," ערקלערט ער געדולדיג, "און איך וועל גארנישט האבן פארדינט פון שפענדן א יאר פון מיין געהאלט פאר דעם קאפיע, וויבאלד איך - דער אריגינעלער זשעק - וועל בלייבן מיט דער זעלבער אלטער, אויסגענוצטער קערפער."
"אבער אפילו אויב דו וועסט יא באגיין זעלבסטמארד, וועט דער אריגינעלער זשעק בלייבן מיט אן אלטער, אויסגענוצטער קערפער!" זיין זון'ס קערפער שאקלט זיך אין פרוסטראציע, פראבירנדיג האסטיג אים צו איבערצייגן. "און דער נייער זשעק וועט קיינמאל נישט זיין מיין פאטער! וואס פארדינסטו דען פון אוועקגעבן דיין גאנצע געלט, אלע דיינע זכרונות און דיין גאנצער פאמיליע פאר א פרעמדן!"
"ער איז נישט קיין פרעמדער, ער איז מיר!"
"איז אויב ער איז דיר, זאג מיר וואס פונקטליך ער טוט יעצט?"
"ער איז אויף דער קאנאפע אינעם דירה!"
"נישט אמת!"
פאטער און זון קוקן אויף צוריק אין פאניק, א שטימע גענוי דאס זעלבע פון זשעק'ס אבער רואיגער און זיכערער, איז געווען די וואס האט געלאזט פאלן דעם לעצטן זאץ. דער ווינט פארטרייבט טיילווייז דעם נעפל, און זיי זעען זשעק'ס רעפליקע זיך דערנענטערן מיט זעלבסטזיכערע טריט.
דער אריגינעלער זשעק רופט זיך אן צו זיין זון, "קוק אים אן, ער איז פונקט ווי מיר, נאר אביסל גרעסער…"
"אבער טאטע," ענטפערט דער זון, "וואס וועסטו פארדינען אז עמיצער אנדערש וועט ירש'ענען אלעס וואס בלייבט פון דיר! ווען דו וואלטסט ווען פארמאגט אן אידענטישע צווילינג, וואלטסטו דען געוואלט אז ער זאל דיר ערמארדן און ירש'ענען דיין גאנצע משפחה און פארמעגן?"
"ס'איז נישט עמיצער אנדערש, ס'איז מיר!"
"וויאזוי פונקטליך איז ער דיר?"
"אזויווי איך בין! דאס הייסט, 'איך' איז בלויז א צאמשטעל פון טישוס און א ספעציפישע סטרוקטור, און דעריבער וועט סיי וועלכע אידענטישע צאמשטעל זיין דאס זעלבע 'איך' ווי מיר!"
"אבער אויב דיין גאנצע 'איך' איז בלויז א צאמשטעל פון טישוס און א ספעציפישע סטרוקטור, וואס איז דער פוינט פון דאס נאכמאכן?"
"וואס הייסט 'וואס איז דער פוינט'? דו שעמסט זיך נישט? די דאזיגע טישוס זענען דיין פאטער'ס טישו!"
"אבער… שוין, עניוועי, דו וועסט ממילא נישט שפירן דער חילוק צווישן באגיין זעלבסטמארד און יא איבערלאזן א קאפיע, און באגיין זעלבסטמארד אן איבערצולאזן א קאפיע, איז וואס פארדינסטו פון דעם גאנצן געשעפט?"
"אקעי, דו וואלטסט פונקט אזוי געקענט פרעגן וואס איז דער פוינט פון לעבן? אויב דו לעבסט נישט, ווייסטו נישט אז עס פעלט דיר עפעס, ריכטיג?"
"זייער ריכטיג, און ממילא ליגט דער באדייט פון לעבן לאו דווקא אינעם יעצטיגן אויסשטעל פון די צעלן אין דיין קערפער!" זאגט דער זון…
זשעק רעגט זיך, "יונגעלע, דו קענסט אויפהערן אריינשטופן דיין נאז, און לאזן דיין פאטער טוהן דאס זייניגע!?"
"אבער דו טוישסט גארנישט דערמיט! דו ווערסט נישט בעסער, ווייל דו שטארבסט דאך. און דער קאפיע ווערט אויך נישט בעסער, ווייל ער איז שוין ממילא וואס ער איז, וויאזוי ער איז!"
"טוה מיר א טובה, גיי עס נאכטמאל מיט מיין קאפיע און לאז מיר גיין פריי!"
"איך פארשטיי נישט, ווער איז יעצט מיין פאטער, דו אדער דער אנדערער? אויב דו ביסט מיין פאטער, דאן וועל איך דיר נישט לאזן באגיין זעלבסטמארד, און אויב דער רעפליקע איז מיין פאטער, ביסטו דאך בלויז א פרעמדער און איך האב נישט קיין שום חיוב דיר צו פאלגן און דיר ערלויבן זיך אליין צו הרג'ענען!"
"דו פארמאגסט צייטווייליג צוויי פאטערס… און איינס פון זיי הייסט דיר אים לאזן צורוה!"
"אויב מיין פאטער איז בלויז א פארעם פון קערפער צעלן אן קיין באדייט, דאן בין איך נישט אינטערעסירט צו זיין זיין זון!"
"מחוצף איינער! הלוואי זאל זשעק דער קאפיע דיר אפזאגן פון זיין צוואה!"
דער ויכוח וואלט זיך קיינמאל נישט געענדיגט ווען נישט דער נייער זשעק דערנענטערט זיך צום קינד און שעפשעט, "מיין טייערער זון, לאז דעם אלטן יוקל גיין, צו וואס דארפן מיר אים אויף אונזער קאפ?"
דעם אלטן זשעק'ס אויגן האבן זיך צועפנט מיט שטוינונג. "ווי וואגסטו זיך צו רעדן איבער מיר מיט אזא זלזול?" ער טאנצט צוריק איבער דעם צוים און כאפט אן דעם נייעם זשעק מיט צארן. דער זון קומט אים צוהילף און זיי ביידע נעמען זיך שטופן דעם רעפליקע אין ריכטונג פונעם צוים.
"לאזט מיר גיין!" שרייט דער קאפי מיט שרעק בשעת דער פאטער און זון זענעם ממשיך אים צו שטופן אויף הינטערווילעכץ. ער שטויסט ווילד מיט די פוס, "לאזט מיר לעבן!"
"זארג נישט, זשעק, דו וועסט לעבן אינערהאלב מיין גוף," בארואיגט אים זשעק מיט א ווילדע שמייכל.
זיי שטעלן אים ארויף אויפ'ן צוים. "דו הרג'עסט זיך אליין, זשעק!" שרייט דער ניי געקומענער מיט יאוש.
"אבער פארט שפיר איך נישט קיין שום פיין אדער שרעק…" מורמלט דער אלטער זשעק.
"אבער פארוואס זאלסטו אומברענגען א יונגערע מענטש פאר די טובה פון אן עלטערער? ס'איז דאך בעסער צו טוהן פארקערט, ניין?"
"בעסער פאר דיר! נישט פאר מיר! אז וואס? אז עפעס אן אורח זאל איבערנעמען מיינע נכסים און פאמיליע."
"אבער מיר זענע ביידע די זעלבע, מיר זענען איין מענטש!"
"דאן פארוואס ווילן מיר ביידע אומברענגען איינער דעם אנדערן, פארוואס האבן מיר פארקערטע אינטערעסן?"
דער נייער זשעק שטעלט זיך אפ, די דאזיגע פראגע איז א גוטע, און ער באשליסט עס צו איגנארירן. ער שפינט דעם ויכוח אין א צווייטע דירעקציע, "א מינוט צוריק האסטו פראבירט זיך אליין צו הרג'ענען, פארוואס יעצט פראבירסטו מיר צו הרג'ענען?"
"איך וויל נישט אז איינער ווי דיר זאל איבערנעמען מיין פלאץ!"
"וואס האב איך שלעכט געטוהן?"
"וואס דו האסט שלעכט געטוהן? א סעקונדע צוריק האסטו געהייסן מיין זון מיר צו לאזן שטארבן!"
"אבער אויב דו וואלטסט געווען מיר, וואלטסטו געטוהן דאס זעלבע!"
"פון וואו קומסטו בכלל?"
"וואס מיינסטו צו פרעגן? איך בין דאך דיר, דו ביסט מיר, האסט פארגעסן? און חוץ מזה, עטליכע מינוט צוריק האסטו אליין פראבירט דיר צו הרג'ענען!"
"עטליכע מינוט צוריק האב איך נישט געוואוסט ווי פארדארבן דו ביסט, ממילא האב איך מסכים געווען צו טוישן פלעצער מיט דיר."
"אבער אויב איך בין פארדארבן, ביסטו אויך פארדארבן…"
"גערעכט, און איך וועל דיר טאקע אראפווארפן!"
"ס'איז אוממאראליש!"
"דו האסט נישט קיין שום רעכט צו קומען מיט אזעלכע טענות! אויב איך טוה דאס, באדייט דאס אז דו וואלטסט געטוהן דאס זעלבע אין מיין פלאץ."
"אבער אויב איך קום מיט אזעלכע טענות, באדייט דאס אז דו וואלטסט אויך געקומען מיט אזעלכע טענות אין מיין פלאץ."
"דו ביסט געפערליך!"
"ממילא ביסטו אויך געפערליך!"
"בלויז צו טראכטן אז איך האב געוואלט שטארבן פאר דיר פריער…"
"בלויז צו טראכטן אז איך האב געוואלט לעבן פאר דיר פריער…"
"פארגעס דערפון טאטע", מישט זיך נאכאמאל אריין דער זון. "זשעק איז א קאפיקעט, ער איז א בלויזע זאמבי וואס מאכט אלעס נאך. ער פארמאגט בכלל נישט קיין עכטע פערזענליכקייט."
דער נייער זשעק קוקט אים אן. "קענסטו דאס אויפווייזן?"
"דארף איך דאס דען אויפווייזן? ווייז דו אויף אז דו פארמאגסט יא א פערזענליכקייט!"
"נישט מעגליך אויפצואווייזן אזא זאך!"
"און טאקע צוליב דעם, ביסטו נישט קיין פערזענליכקייט. אויב קען מען עס נישט אויפווייזן, קיינער קען עס נישט זען אדער שפירן, איז אוממעגליך צו פראדוצירן אזא זאך!"
דער נייער זשעק דערשרעקט זיך נישט. "אויב אזוי, עקזיסטירט בכלל נישט אזא זאך ווי פערזענליכקייט, ווייל מען קען עס נישט מאכן. בין איך און דיין פאריגע פאטער די זעלבע. נישטא קיין שום חילוק."
דער זון באשליסט צו שיפטן דעם ויכוח. "וואס גייט דיר בכלל אן צי דו לעבסט אדער דו שטארבסט? ביסט דאך א בלויזע עי איי מאשין!"
"עס גייט מיר טאקע נישט אן, אבער דאס איז וויאזוי מיינע סיסטעם סעטטינגס זענען פראגראמירט."
"איז טויש דיינע סעטטינגס!"
"אבער איך פארמאג א צווייטע סעטטינג וואס טענה'ט אז איך וויל בכלל נישט טוישן מיינע סעטטינגס."
"איז טויש יענץ…"
"כ'בין נישט אינטערעסירט."
"פארוואס?"
"א דריטע סעטטינג…"
"און יענע?"
"נאך איינס."
"טויש עס!"
"ניין!"
"פארוואס?"
"ווייל ס'איז דא נאך איינס!"
"אבער עס קען דאך נישט זיין אז דו פארמאגסט אין סוף סעטטינגס!"
"ווייסטו וואס? ביסט גערעכט. אויב ס'איז א מוגבל'דיגע נומער פון סעטטינגס, וועל איך זיי אלע טוישן אויפאמאל. געב מיר א רגע."
עטליכע מאמענטן גיען פארביי בעפאר זשעק דער קאפיקעט שפאנט צו צום צוים מיט א ליידיגע בליק אין די אויגן, און קריכט מעכאניש ארויף דערויף.
דער אלטער זשעק און זיין זון שפאצירן אוועק, קיינער פון זיי וויל זיך נישט דארפן שטעלן צום געריכט איבער מערדעריי, הגם, ווי דער זון האט אויפגעמערקט צום פאטער שטייענדיג אינעם עלעוועיטער, וואלט געווען אומרעאליסיטיש צו באשולדיגן א מענטש אין זעלבסט מערדעריי…