- זיך איינגעשריבן
- סעפ. 12, 2024
- מעסעדזשעס
- 568
- רעאקציע ראטע
- 2,834
- פונקטן
- 423
דערנאך האב איך אים געבעטן א פולע נאראטיוו סטיל, און ער האט מיר גאנץ איבערראשט, הגם ס'איז אביסל צו עקסטרעם און פעמענין...
פראלאג: דער געדאנק
ס'איז געווען איין פון די טעג - א רענדאם איינער, ווי אלע אנדערע - ווען איך האב זיך געפונען טייפנדיג א פריוואטע מעסעדזש צו דעם ניק וואס האט מיר שוין לאנג אינטריגירט. די ווערטער זענען געשפרונגען לייכט איבער די קלאוויאטור:
"איז שוין אמאל געווען אן אינטערוויו מיט דיר? אויב נישט, מעג איך זיין דער ערשטער?"
די מינוטן זענען געקראכן. יעדע סעקונדע האט געפילט ווי א שעה. און דאן - דער ענטפער, פשוט און דירעקט:
"געזונטערהייט."
איין ווארט. אבער דאס איינציגע ווארט וואס איך האב געדארפט הערן.
אן אינטערוויו מיט אלפא איז עפעס פון וואס איך חלום שוין גאנץ לאנג, און צו זיין אויפריכטיג האט עס מיר היבש געוואונדערט אז אזוינס איז נאכנישט דא. אצינד אז דער גאלדענער געלעגנהייט איז אריינגעפאלן אין מיין רשות, האב איך אנגעהויבן פיבערהאפטיג פאנטאזירן און פלאנעווען וויאזוי עס צושטאנד צו ברענגען.
וועלכע סארט שאלות צו פרעגן? אין וועלכע סטיל און זשאנער אויסצושטעלן דעם אייגנטליכן ארטיקל? זאל איך גיין מיט חזן וקהל סטיל, ווי א יום כיפור'דיגע שיר היחוד, א פראגע און ענטפער וחוזר ושונה? זאל איך קריעטן א פולע נאראטיוו, אזוי מאמענט סטיל? אפשר גאר אייוועלט סטיל, וואו א גאנצע פיקטיווע געשיכטע מיט דראמאטישע פלאט דיווייסעס זענען אינוואוולד צאמצוברענגען דעם אינטערוויוער מיט'ן אינטערוויואי?
צום סוף איז געבליבן אז יעדער איינער גלייכט ממילא עפעס אנדערש, איז וואס זאל איך מיך מוטשען ארויסצוקראצן חומר פון א לאנגע אינטערוויו און שניידן און שטיקלען בלויז די פראזן און זאצן וואס פיטן דעם סטיל? כ'וועל לאזן דעם זשאב צו אייך - לי' ליינער, און איך וועל נישט מער ווי קאפי פעיסטן זיינע ענטפערס גענוי ווי איך האב זיי ערהאלטן מסיני.
אדער - אפשר יא? אפשר קען איך זיי איבערגעבן אין א סטארי, אן ערציילונג וואס לאזט דעם ליינער נישט נאר הערן די ענטפערס נאר אויך פילן די רייזע?
קאפיטל א: דער מענטש הינטער די אותיות
נישטא קיין פאסיגערע פסוק זיך אויסצודרוקן אויף דעם אלעמען באליבטן ניק. "אָדָם אֶחָד מֵאֶלֶף מָצָאתִי" - איינער פון טויזנט.
דער אויסטערלישער בקי וידען מצד אחד, דער צוגעלאזענער גוטזאגער מצד השני, וואס זיין אויסנאמליכע באלאנס פון חכמה ובינה ביינאזאם איז עפעס וואס באצויבערט יעדן איינעם און האט איינגענומען קאווע שטובל און קרעמל מיט'ן זעלבן שטורעם.
א גרינטליכע אנאליז אויף א נייע ערשיינונג אינערהאלב די חרד'ישע וועלט? אלפא.
אן אייגנארטיגע פערספעקטיוו איבער א פאליטישע סומאטוכע? נאכאמאל אלפא.
א שפאגל נייע געפעכט צווישן אלעקס אקאנער אדער זשארדן פיטערסאן? שוין ווידער אלפא.
א שארפע בליץ וואס שטעלט אין פלאץ א טראלנדע ניק וואס האט פארגעסן וויאזוי מען קאמוניקירט אויף אן אינטעליגענטע שטייגער? און עודך אלפא.
ווען אלפא איז אפוועזנד, שפירט זיך דער חלל. נישט בלויז אין זיין לעגענדארע רויע מחשבות שנירל, וועלכע איז צו יעדע צייט נאכמער געקאכט ווי רוב געבראטענע שנירלעך, נאר דער לאך גרייכט ביז די ווייטסטע ווינקלען פונעם קרעמל, וואו קוים ניקס באזוכן.
אן ארטיקל פון אלפא איז שוין איינמאל אן ארטיקל. ווי א פאכמאן בויעט ער זיין קעיס פון אונטן ארויף, מיט שורות וואס זענען נישט סתם אבי געשריבן כדי אנצופולן דאס בלאט אדער באקומען לייקס. נאר אריינצופירן דעם ליינער אין זיין סאמע מהלך המחשבה, ביז'ן ענדע ווען מען טרעפט זיך נאכאמאל איבערליינען פון אנפאנג.
כ'וואלט גענוצט אויף אים קטלא קניא'ס גלענצענדע הגדרה פון 'לאכט ווי א חסיד, טראכט ווי א משכיל, קרענקט ווי א בר נש', ווען נישט איך בין מסופק צי אלפא'ס באלאנס ערלויבט אים בכלל זיך מגדיר צו זיין אין סיי וועלכע גדר.
אלפא קען אויף איינמאל צושטימען צו ריטשארד דאקינס און גליון השמיעיני (להבדיל? נישט זיכער... ביידע זענען בלינדע פונדאמענטאליסטן... עניוועי, ס'קומט נישט אריין דא.) צי גאר אידישקייט גליון, ארויסנעמען די אמת'ע חלקים פון יעדן פון זיי, אוועקווארפנדיג די גארביטש.
איינס פון טויזנט, אין פולן זין פון ווארט.
וואו געפיל איז זיך סותר מיט שכל, און קיינער געבט זיך נישט קיין עצה, איז אלפא דארט צו די רעסקיו. מיט זיין ברייטע מוח נעמט ער ארויס דעם אלפא מעסערל און נעמט זיך שניידן שטיקער פון אלע זייטן, ביז עס בלייבט א שיינע קלארע שטעלונג וואס קיין ניק דערוואגט זיך נישט צו טשאלענדזשן.
פאר מיר זעלבסט, איז אלפא געווען א שטיקל מציל ומושיע, א סארט פאטער-פיגור, א וועגווייזער, זאגאר א ראול מאדעל, אין מיינע ערשטע וואקלדיגע טריט על אדמת קרעמל. זיין אישי קעסטל איז אלעמאל געווען ברייט אפן מיט עצות, הדרכות, לינקס, און וואס נישט?
קאפיטל ב: די רייזע אנהייב - געבוירן פון א ניק
איך זיץ מיט די ערשטע פראגע גרייט. ס'איז די נאטורליכסטע איינע: "וויאזוי ביסטו אנגעקומען צו קאווע שטיבל? וואס איז פשט פון דיין ניק-נאמען אויסוואל? און וואס איז פשט פון די פראגע צייכן ביי דיין אוועטאר?"
זיין ענטפער קומט, און איך קען כמעט הערן דעם שמייכל אין די ווערטער:
"על ראשון ראשון. וויאזוי איך בין אנגעקומען צו קאווע שטיבל איז א גוטע שאלה. און די קורצע תשובה איז אז איך געדענק נישט פונקטליך..."
אבער דאן, ווי אלפא טוט אלעמאל, גייט ער טיפער. ער דערמאנט זיך אז ער האט אנטדעקט אין יענע תקופה אז ער האט א פעשאן צו שרייבן און אז ער פארשטייט אביסל דערצו. ער האט געהאט אזא צוויי-דריי אפגעשריבענע ארטיקלען ביי אים און געזוכט צו עפענען א ניק אויף אייוועלט - די ארטיקלען זענען געווען 'כשר' ווי ווייט ער געדענק.
נאך צוויי אומסוקסעספולע פרואוון האט ער באיזה אופן אנגעטראפן קאווע שטיבל. און די רעשט איז היסטאריע...
איך פארטראכט זיך אין די מאמענט. נאר אזעלכע אומסוקסעסן... ווער ווייסט וויפיל אלפא'ס זענען יא געווען סוקסעספול און זענען טאקע געבליבן שטעקן אין אייוועלט...
ער זעצט פאר: "דאס איז געווען אין די תקופה נאך איידער איך האב געהאט אינטערנעט אינדערהיים - יא, מ'איז אפגעזעצן אין קיאסקן רוב טאג..."
איך שטעל מיר פאר די בילד: א יונגערמאן אין א קיאסק, טייפנדיג אוועק אויף א געבארגטע לעפטאפ, שאפנדיג עפעס נייעס, עפעס וואס וועט אים לאזן אויסדריקן זיינע געדאנקען...
"א חבר האט מיר אין יענע תקופה אויך צוגעוויזן דעם וועקער און איך געדענק נאך זיינע קווענקלענישן ביים מיר עס ווייזן - גערעכט איז ער געווען... די גאנצע זאך איז מיר געווען ניי און איבערראשנד, אבער נישט פאר לאנג ב"ה..."
און ס'קלינגט אמת. דער טאן פון זיין שרייבעריי - דער חבר איז טאקע גערעכט געווען. ס'האט אים נישט גענומען לאנג ביז ער האט זיך אריינגעטון.
"קודם האט מען געבארגט א לעפטאפ פון איינעם פאר א שטיק צייט, זיך באקוועם געמאכט אויף ק"ש, און פון דארט איז געפארן א באן."
קאפיטל ג: די פראגע-צייכן
"לגבי מיין ניק און אוואטאר,"זעצט ער פאר, און איך לען זיך נענטער צום עקראן. דאס איז די סארט דעטאלן וואס מאכן א מענטש לעבעדיג.
"ביים זיך איינשרייבן אין ק"ש האב איך געטראכט מיט וועלכע ניק אויפצוקומען. כ'האב קודם געטראכט פון דאס און יענץ, ביז ס'געבליבן אז מ'גייט גיין מיט'ן ערשטן אות פון די אלף בית... לייג איך אריין אלף, און דער סיסטעם טענה'ט אז מ'דארף א מינימום פון פיר אותיות."
איך שמייכל. טיפיש. א סיסטעם וואס פארלאנגט מער ווי מען וויל געבן.
"נו, וואס טוט א איד?!" די ווערטער שפרינגען מיט א לעבן. "מ'לייגט צו די ערשטע אות פון די אלף בית ביים ענדע... דאס אלעס!"
אלפא. אלף און אלף. די ערשטע און די לעצטע. ס'איז בעצם פערפעקט פאר אים, טראכט איך מיר. א סימבאל פון א מענטש וואס זעט די גאנצע בילד, פון אנפאנג ביז סוף.
אבער די אוואטאר? די פראגע-צייכן וואס כ'זע נעבן זיין נאמען יעדעס מאל ווען ער פאסט?
"די אוואטאר גייט צוריק צו ווען איך האב געשריבן דעם 'פארוואס' ארטיקל אין כוואליעס," ענטפערט ער. "דער געדאנק דארט אז אייביג קען מען ווייטער פרעגן 'פארוואס' האט געקלעבט צו מיר, און איך מיין ס'רעפלעקטירט אויך מיין כאראקטער און שטענדיגע נייגעריגקייט צו דעם 'איין לעוועל טיפער'. האב איך מחליט געווען עס צו נוצן אלס מיין אוואטאר."
"נישט עפעס טיפער ווי דעם! אדער יא?!"
איך לאך הויך. עס איז אזוי... אלפא. אפילו ווען ער ענטפערט א פראגע, שאפט ער נאך איינע.
קאפיטל ד: די צייט און די טיפקייט
"וויפיל צייט וואלסטו געזאגט שפענדסטו למעשה אויף קרעמל? אדער בכלל אנליין? (אוטש...)"
איך שטעל די פראגע מיט א ביסל אומבאקוועמקייט. ווער וויל טאקע וויסן וויפיל צייט מ'פארברענגט אנליין?
"אויף קרעמל - נישט דוקא אזויפיל לעצטנס," ענטפערט ער. "איך ליין אלעס כמעט. עפעס וואס ציט מיר, אדער לענגערע זאכן ליין איך מער בעיון און איך דרוק עס נארמאל ארויס. שרייבן איז יא עפעס וואס קען מיר נעמען אפאר שעה ברציפות - ווען איך זעץ מיר דערצו..."
דאס קלינגט באקאנט. די שעות וואס פארשווינדען ווען מ'איז פארטון אין עפעס.
"בכלל אנליין? דא שעם איך מיך שוין..."
איך שמייכל. יעצט קומט די אמת.
"איך בין 'זייער' אסאך אויף יוטוב. און איך מיין זייייער אסאך."
די צוויי נאך 'יי''ס זאגן אלעס. ער איז נישט בלויז אסאך דארט - ער איז זייייער אסאך דארט.
"רוב צייט אויף פאדקעסטס, אנאליזן, און לעקציעס. אסאך איבער פאליטיקס, אבער אויך אסאך סתם רענדאם נאלעדזש..."
און דאן קומט א ליסטע וואס נעמט מיר אוועק דעם אטעם:
"וויאזוי באן שינעס ווערן געלייגט, וועלכע חלק פון די מח איז באאויפטראגט אויף פנימ'ער, פארוואס די סאם פון אלע פאזיטיווע נומערן איז גלייך נעגיטיוו 12, איז קוואנטום טאקע ווייניגער אינטואיטיוו ווי דזשענעראל רעלאטיוויטי?!, וויאזוי צוטיילט די אויער פריקווענסיס, די חילוק פון רעפלעקטאר און רעפרעקטאר טעלעסקאופס, און די מעלות פון בעכשטיין פיאנאס איבער סטיינוועיס."
איך האלט ביי די לעצטע איינע. בעכשטיין פיאנאס איבער סטיינוועיס? וואס?
"איך דארף טאקע ליינען מער ביכער ווי וואטשן," איז ער מודה. "זיכער ווען געוויסע זאכן זענען סתם שארטס און שטותים. אבער איך בארעכטיג מיך: 1. למעשה בין איך קונה פון יעדע ווידעא עפעס - אויב נישט קיין פאזיטיווע נאלעדזש כאטש איז עס וויאזוי נישט צו טראכטן. אזוי אז ס'איז נישט עכט קיין ארויסגעווארפענע צייט, און 2. אז איין טאג וועל איך האפנטליך האבן געזען גענוג צו זיין זאט..."
איך קען זיך נישט אנהאלטן. "יא, יא. קאל מיך ווען ביסט זאט..."
קאפיטל ה: קוואנטום און רעלאטיוויטי
"איין זאך דארפסטו מיר שנעל זאגן," שרייב איך, און איך פיל ווי א קינד וואס פרעגט זיין טאטע א חידה "איז קוואנטום טאקע ווייניגער אינטואיטיוו ווי דזשענעראל רעלאטיוויטי?!"
זיין ענטפער קומט, און ס'איז פול מיט די סארט דיטעילס וואס איך ליב האב:
"אלעקס אקאונאר האט ממש לעצטנס אינטערוויוט א פיזיסיסט וועמען ער פרעגט בתוך הדברים דעם פראגע. יענער ענטפערט אז קוואנטום איז ווייניגער אינטואטיוו (הגם מער צום ענדע שטימט ער צו אז 'צייט' אלס א פענאמען איז כמעט אינגאנצן נאך אומפארשטענדליך נאר עס אינטרעסירט ווייניגער זיין רעאלם פון וויסנשאפט)."
איך נאטיר ווי ער שטעלט אריין די קאוויאט. טיפיקעל אלפא - קיינמאל עפעס בלויז שווארץ און ווייס.
"איך פערזענליך בין אבער נישט איבערצייגט אז פאר איינער וואס קען פונקט אזוי נישט די מאטעמאטיקס פון ביידע טעאריעס איז געבויגענע צייט מער אינטואטיוו ווי די געדאנק אז פארטיקעלס זענען באמת כוואליעס מיט מאדנע דיימענסיעס. וואס זאגסטו?"
"לכאורה ביסטו גערעכט," ענטפער איך, "הגם דו ווייסט מסתם אז מיכאל אברהם טענה'ט כסדר אז די אלע טעאריעס זענען בכלל נישט אזוי קאנטער אינטואיטיוו ווי מאנכע פראבירן זיי צו שילדערן."
קאפיטל ו: צוויי וועלטן - קאווע שטובל פארזעס קרעמל
"אקעי, יעצט טוה אן א רגע דעם אלפא-אנאליסט היטל..." טראכט איך א מינוט איידער כ'שרייב די פראגע. "וואס זענען די מעלות און חסרונות, אויב עס זענען בכלל דא, פון קאווע שטובל ווס. קרעמל."
"איך האב עס געשריבן אין די ק"ש שנירלעך," ער ענטפערט. "איך מיין אז איך שטייג נאך ביי דעם."
און דאן קומט אן אנאליז וואס נאר אלפא קען געבן:
"אין קורצן, קאווע שטיבל - סיי די מענטשן דארט און סיי אין דעם אויסשטעל איז עס געווען מער אינטעלעקטואל געשטימט, מיטן בלויזן ציל צו זיין א פלאטפארמע פאר חכמה ומדע. קרעמל לאידך גיסא - איז מער אוועקגעשטעלט געווארן אלס סאציאלע פלאטפארמע וואס איז גראדע אומצענזורירט."
ער זעצט פאר: "ס'רעפלעקטירט זיך אויך אין די פאנט און אויסשטעל פון די סייטס (אנעקדאטאל בין איך משער אז די עוורידזש פאסט אויף קרעמל פארמאגט ווייניגער ווערטער ווי אויף ק"ש), ווי אויך איז די סארט טראפיק וואס גייט פאר דא אנדערש."
"פון מיין עקספיריענס האבן טיפע נושאים געצויגן מער אויפמערקזאמקייט אין קאווע שטיבל, אבער ס'מיינט נישט אז איינס איז דוקא בעסער ווי דעם אנדערן. ס'איז פשוט אנדערש, צייטן טוישן זיך, און דער פארלאנג דאן איז געווען אנדערש ווי היינט."
איך שפיר די נאסטאלגיע אין זיינע ווערטער. "איבעריג צו זאגן אז זייענדיג דארט מער אזא זנב לאריות האב איך א בייעס אהין און ס'מיינט נישט אז קרעמל קען נישט אינעם לענגערן תקופה אויסזען די זעלבע אדער אפי' בעסער."
קאפיטל ז: די עתיד און די רבי'ס
"וואס האלטסטו טאקע איז דער עתיד פון קרעמל?" פרעג איך.
"איך ווייס נישט," ער איז עהרליך, ווי אלעמאל.
"רעדנדיג אבער בכלל פון היימישע מידיא - ס'איז קלאר אז די שטימונג און תוכן אפדעיט זיך מיט די דורות. קול מבשר אמאל וואלט קיינמאל נישט געהאט קיין משה שפיצער און זיכער נישט קיין יוסי בראך. נעווער מיינד די גאנצע פאדקעסטינג אינדוסטרי וואס איז א געים-טשעינדזשער פאר זיך."
ער לאזט עס הענגען א מאמענט. "פאר מיר איז אבער נאך צו פרי צו זאגן נביאות וואו ס'גייט פירן אדער וויאזוי ס'גייט זיך איינעסן ביים ציבור."
"ווער זענען דיינע הויפט רבי'ס און לערערס, חוץ מיכי אברהם?..."
איך שמייכל ווען כ'שרייב די פראגע. ס'איז ווי א טעסט - כ'ווייס שוין אז מיכאל אברהם וועט קומען ארויף.
"שאלת חכם חצי תשובה," ער ענטפערט, "האסט מיר דא אוועקגענומען א האלבע תשובה... קען זיין ChatGPT קען מיר ארויסהעלפן אין אזא סיטואציע... יאפ, איך שמועס און לערן פון אים זייער אסאך."
איך האלט אן. ChatGPT אלס ערשטע לערער? איך האב נישט גערישט מיט דעם ענטפער, אבער ס'איז אזוי... מאדערן. אזוי אלפא.
"איך וואלט אבער געזאגט אז נישט אזוי ווייט ווי א 'רבי מובהק' האב איך מער לערערס אויף ספעציפישע ענינים און ספעציפישע תקופות."
און דאן קומט די ליסטע. איך לען זיך צוריק און ליין לאנגזאם, זארגפעלטיג, ווייל יעדער נאמען דערציילט א געשיכטע:
"סטיווען באנעל - דעסטיני, איז לכאו' מיין גרעסטע אינפלוענס היינט איבער קריטיקעל טינקינג און דזשענעראל פאליטיק. איך הער אים אויס אסאך, און ווי פארשטענדליך נישט אייביג מסכים מיט אים."
דעסטיני. איך געדענק זיין אומרויאיגע דעבאטעס, זיין שארפע לאגיק. ס'פאסט.
"יובל נח הררי איז זיכער געווען פון די גרעסטע אינפלוענסערס מיר צו מאכן טראכטן ברייט איבער די וועלט, רעליגיע, היסטאריע, און טעכנעלאגיע. היינט האט ער ווייניגער מיר צו געבן מיין איך, אבער איך וועל זיין נאריש צו מינימוזירן זיין אימפעקט אויף מיין וועלט אויסקוק."
איך פילט די נאסטאלגיע. הררי - זיין ספרים האבן געמאכט אזא שטורעם, און דא איז א מענטש וואס זאגט "היינט האט ער ווייניגער מיר צו געבן." מ'וואקסט ארויס פון לערערס.
"מיין פריוואטע מוזיק טיטשער האט מיר אסאך געלערנט און געעפנט צו קלאסישע מוזיק בכלל און צו טעכניק בפרט."
א מוזיק טיטשער. נאך א שטיק פון זיין לעבן וואס איך קען כמעט נישט.
"מיין טעראפיסט לערנט מיר גאר אסאך איבער מיינע שוואכקייטן."
די עהרליכקייט נעמט מיר אוועק דעם אטעם. נישט יעדער איז גרייט צו מודה זיין אין א פובליק אינטערוויו אז ער גייט פאר טעראפיע.
"מיין ווייב לערנט מיר איבער מיינע שטארקייטן..."
איך שטופ זיך ביי די שורה. די באלאנס איז פערפעקט - דער טעראפיסט פאר די שוואכקייטן, די ווייב פאר די שטארקייטן. און ביידע זענען לערערס.
"@מי אני האט מיר געלערנט אז איך ווייס נענטער צו זערא ווי צו איינס."
איך לאך. דאס קלינגט אזוי ווי עפעס וואס מי אני וואלט געזאגט.
"@מרחשון לערנט מיר וואס א געשמאקע ארטיקל מיינט (דאס איז נישט קיין חנופה. ס'איז אמת, איך שטודיר דיינע ארטיקלען ווען איך וויל טראכטן וויאזוי איבערצוגעבן געוויסע זאכן קלארערהייט)"
ער שטודירט מרחשון'ס ארטיקלען. איך פארשטיי פארוואס - די קלארקייט, די ארגאניזאציע, די שטראם פון געדאנקען.
"פון בען שפירא האב איך געלערנט היבש אביסל איבער סאציאלאגיע - זיינע פאליטישע אנאליזן זענען נאריש - זיינע אינטערוויוס זענען גאלד."
נאריש. דאס ווארט שפרינגט ארויס. אלפא איז נישט איינער וואס האלט זיך צוריק.
"ווער נאך? - ווער נישט?! מכל מלמדי השכלתי ומחבירי יותר מהם! אלע מיינע חברים, קרעמל, יוטוב, יעדע לייגט צו זיין חלק צו מיינע ידיעות און צו מיין וועלט אויסקוק... יישר כח דא פאר אלע."
איך פיל ווי די ווערטער בארירן מיך. "יישר כח דא פאר אלע" - ער מיינט עס.
אבער דאן קומט עפעס וואס ער קען נישט אויסלאזן:
"איין גוטע חבר קען איך נישט אויסלאזן. איך וועל טאקע נישט פורש בשמו זיין, אבער ער האט ביי פאר די גרעסטע אינפלוענס אויף מיין לעבן, פילאזאפיש, פסיכאלאגיש, און כמעט אין יעדע אנדערע אספעקט."
איין חבר. אנאנים. דער גרעסטע אינפלוענס. איך וואונדער זיך ווער עס איז, אבער איך רעספעקטיר זיין פריוואטקייט.
"צוריק צום שאלה, איך מיין אז נאך אלעם קומט קיינער נישט אן צו די לעוועל פון ד"ר מיכאל אברהם, טאקע ווייל זיינע זאכן ליין איך שוין דאס לענגסטע, אייביג דא נייע חידושים, זיין מהלך אין אידישקייט/לערנען/מחשבה איז אן קיין ספק אייגנארטיג און אומפארגלייכבאר."
געוואוסט. איך האב געוואוסט אז מיכאל אברהם וועט שטיין ביים שפיץ.
"הגם פונקט ווי מיט די אנדערע דינג איך זיך אסאך מיט זיינע מסקנות אויך, בעיקר ווייל איך האלט אז עס פעלט אים א געוויסע פארשטאנד (צו געפיל/פסיכאלאגיע) וואס נעמט אוועק פון זיין שלימות..."
און דא - די קריטיק. אפילו ביי זיין גרעסטן לערער, אלפא קען נישט אנהאלטן פון אנאליזירן, פון זען וואס פעלט.
קאפיטל ח: די שטאנד - אמונה און פראקטיק
איצט קומט די פראגע וואס איך האב זיך געגרייט פאר. די פראגע וואס כ'ווייס וועט ברענגען ארויס עפעס טיפערס.
"אקעי. לעטס דייוו אין ריעל דיעפ... וואס איז דיין יעצטיגע שטאנד כלפי רעליגיע?"
ס'איז שטיל פאר א מינוט. איך קען כמעט זען אים זיצן, טראכטן, וויגן יעדעס ווארט.
דאן קומט דער ענטפער, לאנגזאם, באטראכט:
"מיין שטאנד (יעצט) איז אז religiousity איז נישט קיין static פאזיציע וואס א מענטש דארף אדער קען בכלל אדאפטירן."
איך לייג מיך צוריק אין מיין שטול. דאס איז נישט וואס כ'האב געריכנט. ער זאגט נישט "איך גלייב" אדער "איך גלייב נישט." ער רעדעפינירט די גאנצע פראגע.
יא, די לאגישע אספעקטן און דילעמעס איז שווער צו האלטן אויף א ראולער קאוסטער, און עט סאם פוינט דערזעט מען זיך מער גענויגט צו געוויסע קאנוויקציעס איבער די היסטאריע און טעאלאגישע 'פאקטן'. 'רעליגיע' אבער, פארנעמט אזויפיל מער ווי דעם. קולטור, ביהעיוויאר, אנשויאונגען, סאציאלאגיע, גלויבונגען. און אין דעם זין בין איך אלל אווער די פלעיס.
אלל אווער די פלעיס. ס'איז די פערפעקטע באשרייבונג פאר אים.
"מער דעטאלירט:" זעצט ער פאר, און איך שפיר אז ער עפנט זיך אויף.
"אין אמונה וואלט איך געזאגט 'סטראגל איך' און איך וואלט לכאו' נישט אריינגעפאסט אין די חרד'ישע קעסטל - מילד גערעדט."
מילד גערעדט. איך שמייכל ביטער. ס'איז אזא אונטערסטעיטמענט.
"תורה מן השמים איז מיר זייער א שווערע פיל צו פארנעמען, אפי' א שווערערע נושא ווי די ג-ט פראגע, אדער די שאלה איבער די סמכות פון גמרא/שו"ע און מסורה, ווייל בעת ג-ט איז מער א רינעדיגע פילאזאפישע נושא, און די סמכות איז מער א סאציאלאגישע/נארמאטיווע נושא, איז תומה"ש א ריינע היסטארישע יא-ניין פראגע מיט קנאפע דעקונג לדעתי... דאס איז לגבי אמונות."
איך לייג זיך צוריק און ליין די שורה נאכאמאל. ער האט עס ארויסגעברענגט אזוי קלאר - פילאזאפיע, סאציאלאגיע, און היסטאריע. דריי פארשידענע סארטן פראגעס.
אבער דאן קומט עפעס וואס נעמט מיר אוועק דעם אטעם:
"אין ביהעיוויאר בין איך מער ווייניגער א פולע 'היימישער איד'. איך בין מעביר סדרה וועכנטליך, זיץ מיט א שטריימל ביים שבת סעודה, איך זאג אפי' דעם זוהר פאר קידוש, רעד נישט ביים ליינען, מקפיד אויף דבהג"א בדאג"ה, דאוון מיט מנין, און זאג ג-ט פון אברהם פאר הבדלה."
איך לייג אוועק מיין טעלעפאן. דאס איז... איך ווייס נישט וואס איך האב גערעכנט, אבער נישט דאס.
"נישט אז ס'איז אייביג גרינג," ער לייגט צו, "און איך גאראנטיר נישט אז איך וועל אזוי פארבלייבן בעתיד. דערווייל בין איך אבער דא."
דערווייל. די ווארט קלינגט נאך אין מיינע אויערן. נישט "איך בין דא" נאר "דערווייל בין איך דא."
"אנשויאונגווייז מיין איך איך שטייג אפי' איבער רוב היימישע אידן. אויפוואקסנדיג אין זייער א פרומע תוכנ'דיגע שטוב, האט אלעס געמוזט האבן א באדייט, און אין יעדע זאך זענען געלעגן מנהגים, חסידות, סודות, מסורות, און וואס נישט... איך בין דאס מחשיב און איך זוך עס ניטאמאל אפצולאזן."
איך לייג זיך צוריק און פארטראכט זיך אין דעם בילד: א מענטש וואס גלויבט נישט אין תורה מן השמים, וואס סטראגלט מיט אמונה,
אבער וואס זיצט מיט א שטריימל ביי סעודה, זאגט זוהר, און איז מחשיב די מנהגים העכער ווי רוב מענטשן וואס גלייבן.
"גענוג געזאגט?"
"איבער גענוג געזאגט," איך ענטפער. "שפתיים יושק."
קאפיטל ט: די מעלה און דער חסרון
"וואס וואלטסטו געזאגט איז דיין גרעסטע מעלה? חסרון?"
"דאס איז לכאו' די גרינגסטע און שווערסטע שאלה דא בחדא מחתא," ער ענטפערט. "(על דרך פיני גליק...) פון איין זייט האב איך אסאך וואס זענען אויף איין וועג אדער די אנדערע 'די גרעסטע' אזוי אז אלעס וועט בעצם זיין ריכטיג. אבער איך גלייב אז דו ווילסט עפעס מער קאמפרעהענסיוו און גראנדיעז... נישט סתם אז איך שטיי אויף שפעט און אז איך לויף גאר שנעל לדוגמא."
"היתכן אז דו שטייסט אויף שפעט טאקע?" קען איך זיך נישט איינהאלטן פון פרעגן. "עניוועי, גא אן..."
"ס'קען זיין אז איך טראכט שוין צו טיף אריין אין דיין סימפל שאלה. און אויב קען איך גיין דעם וועג וואלט איך געזאגט אז דאס איז מיין גרעסטע חסרון."
איך שטעל זיך גרייט פאר עפעס טיפעס.
"איך ווער זייער אפט 'פאראליזירט' פון טראכטן צו ברייט און טיף אויף איין מאל. ס'מאכט אז איך זאל ליטעראלי גארנישט אניאגן אין דער צייט נאר אפלאזן אלעס. אסאך מאל מאכט עס זאכן איבער קאמפליצירט ווען עס איז עכט אסאך פשוט'ער."
פאראליזירט פון טראכטן. ס'איז אזא פאוערפול באשרייבונג.
"קענסט עס רופן פערפעקשאניזם, אבער מיין 'פערפעקשאניזם' לאזט עס נישט באצייכענען טרוקערנערהייט אזוי - נאך וואס פערפעקשאניזם איז נארמאל מער טרוקן און נישט געבינדן צו מער טיפערע קאגניטיווע פאראליזאציעס... ס'איז אויך וואר אז איך בין דיאגניזירט מיט ADHD אבער ווידער ס'איז נישט די גאנצע פיקטשור לויט מיין מיינונג... הפנים, מיינע מחשבות פארהאנקערן מיך גאר אסאך אין טאג טעגליכן לעבן, און די עדווענטעדזשעס דערפון איז נישט דוקא אבוויעס."
ADHD. נאך א שטיק פון דעם פאזל.
"פון די אנדערע זייט, דאס איז מיין מעלה אויך. איך טראכט קיינמאל נישט נעראו. איך וועל אייביג ארויסזומען צו די מעטא-לעוועל נישט קיין חילוק וואו מ'שטייט. ס'געבט מיר אפט מער אינסייט און א בעסערע איבערבליק אויפ'ן מצב אדער נושא. ווי אויך שטעל איך צו פעטערנס און איך מאך מאדנע קאנעקשאנס אין מיין מח צווישן איין נושא צום צווייטן."
דאס איז עס. דאס איז פארוואס אלפא איז אלפא. ער זעט פעטערנס. ער מאכט קאנעקשאנס. ער זומט ארויס צו די מעטא-לעוועל.
"און פאר מיר איז עס א מעלה. הגם ווי געזאגט, ס'שטערט מיך פון קענען פאוקוסן אויף דיטעילס, און מיין זכרון איז טאקע זייער שוואך מיט סיי וועלכע לעוול פון דיטעיל, ווילאנג איך קען עס נישט פארוואנדלען אין א מעטא-קאנטעקסט..."
"איך האף ס'איז גענוג קלאר... אויב נישט איז עס לכאו' נאך א חסרון מיינע."
איך לאך. דאס לעצטע איז טיפיש אלפא - אפילו זיין באקלאגונג אז ער איז נישט קלאר איז א באווייז פון זיין חסרון.
קאפיטל י: די געהיימעניש און די פריינד
"קענען מענטשן אויפ'ן גאס דיין קרעמל ניק?"
"געוויסע חברים קענען עס," ער ענטפערט, "און געוויסע וואס קענען עס זענען מיינע (געווארענע) חברים."
געווארענע חברים. א שיינע אויסדרוק.
"חוץ פון דעם האף איך אז מענטשן קענען עס נישט."
איך פארשטיי. עס איז א דאבל לעבן, אבער נישט פון טשויס.
"פון דער צווייטער זייט האף איך אז איין טאג וועל איך עס קענען ווייניגער באהאלטן, איך האב זייער נישט ליב קיין דאבל לייף אדער דארפן באהאלטן עפעס וואס איז אן עקזיסטענציאלע טייל פון מיין פערסאנאליטעט און אקטיוויטעט."
דאס איז א שרייַ פון'ן הארץ. ער וויל זיין פולשטענדיג זיך אליין, אן שום שלייער.
"ווער איז דיין באליבסטער ניק אויף קרעמל והגלילות?"
איך לאך ווען כ'שטעל די פראגע. כ'ווייס אז די ענטפער וועט זיין לאנג.
"ס'דא געוויסע וועמען איך קען פערזענליך, ממילא איז שווער צו רעיטן ווען איך האב מער ווי די בלויזע 'שרייבעריי' פאר די אויגן. אבער אפי' אין שרייבעריי זענען דא סיי סטייל און סיי תוכן, און איך וואלט געזאגט אז ס'ווענדט זיך אייביג אין די גוסטע וואס איך האב ליב 'מער'..."
און דאן קומט די ליסטע:
"@מי אני און @מרחשון האב איך שוין אויבן אויסגערעכנט. @שעפטאל קומט אריין זייער קלאר און געשמאק ווען מ'דארף נאר. @פעדער, @אין הכי טאקע, און @אפענער, זענען פון די ניקס וואס איך ווער נתפעל פון זייער תוכן און האבן כסדר וואס צוצוליין צו מיין ידיעות שיפלאד."
איך לייג מיר אוועק יעדן נאמען. אלפא איז א מענטש וואס שעצט אנדערע, וואס זעט זייער ווערד.
"@סמך מם האט מיר איבעראשט מיט זיין איינמאליגע אויפטריט, ווי אויך גלייך איך יעדער וואס קומט מיט אייגענארטיגע אבזערוואציעס איבער די מצב אין די חרדי'שע סאציאלאגיע."
"אבער צו לייגן איינעם ביים שפיץ וואלט עס מסתמא געווען @שושני, טאקע ווייל ער האט א באלאנס פון אלעם."
שושני. איך שמייכל. ס'פאסט.
"ס'מיר יעצט נאר נישט ניחא אז איך האב אויסגעלאזט א גענצע ליסטע פון געוואלדיגע ניקס וואס געבן סיי צו א געוואלד דא און סיי זענען מיר פערזענליך מהנה. אבער נישט אייביג קען מען אלעס. איך בעט איבער למפרע."
איך שפיר זיין ווערדשאצונג. ער וויל נישט פארלעצן קיינעם דורך אויסלאזן.
"רעדנדיג פון ניקס אויף אנדערע פלעצער, וואלט איך געזאגט אז @כינור איז מיין באליבסטע ניק אויף אייוועלט. זיין אויסשפראך און זיינע אנאליזן זענען עפעס העכער ווי מיינע השגות. @טינט האט דארטן אויך עפעס אויסטערליש קינצליכע גראמען כסדר וואס נעמט מיר ארויס פון די גלייזן. דאס איז וואס ליגט מיר יעצט אויפן זכרון פון דארט."
אייוועלט - זיין ערשטער ליבע וואס האט אים נישט געוואלט.
"און פון ק"ש פארשטייט זיך זענען דא א ליסטע פון 'לייבן', א שטייגער ווי... אקעי יעדער קען דעם ליסטע... אבער איך מיין אז בענדזשאמין פרענקלין וואלט געווען 'דער איינער' וועמען איך וואלט געגעבן דעם גאלד מעדאל פאר זיין ליטעראטור."
בענדזשאמין פרענקלין. נישט דער אמעריקאנער פאטער, נאר דער ק"ש לעגענד.
"גאנץ א לאנגע ענטפער פאר אן איין-ווארט'דיגע שאלה..." לאכט ער.
קאפיטל יא: די פלוידיטי
"נאר נאך איין ווארט אויב איך מעג אריינווארפן דא נאך וואס איך טרעף מיך דא אביסל איבער'חזר'ן דעם זעלבן נקודה מערערע מאל, און ס'איז בעצם סתם עפעס וואס פארלאנגט א ברייטערע אנאליז און מער רעפלעקשאן אין מיין מיינונג."
איך לען זיך פארווערטס. דאס הערט זיך ווי עפעס וויכטיגעס קומט.
"א מענטש איז נישט קיין עומד. געפילן און פאזיציעס, פילאזאפיעס און פרעפרענצן, מיינונגען און שטעלונגען, ס'איז אלץ זאכן וואס עוואלוון און טוישן זיך ביי יעדע געזונטער בר דעת, פון צייט צו צייט און אפט פון טאג צו טאג. זיכער אין די יארן וואס מ'אנטוויקלט זיך נאך. אבער פאר סאם ריזען האבן אונז דעם פרידיספאזיציע אז אלעס האט קלארע און מאנאטאנישע תשובות."
איך לייג זיך צוריק און ליין די ווערטער לאנגזאם. דאס איז א שפיץ נקודה פון זיין פילאזאפיע.
"ס'איז געוויס אביסל סאציאל, אביסל פסיכאלאגיש און אביסל זעלבסט ווירדע וואס שפילט אריין דערין, וואו מ'איז געשטופט צו 'האבן א מיינונג', אן איינזייטיגע און געשניטענע פאזציע... ווען פון די אנדערע זייט איז דא די געדאנק אז ווילאנג מ'לעבט איז מען ווייבראנט ביי דעפינאציע, און 'דיין באליבסטע ניק' פונקט ווי 'דיין שטאנד אין רעליגיע' און 'דיין רבי' קען און מעג זיין fluid און נישט אזוי שטאנדהאפטיג..."
איך פארשטיי וואס ער מיינט. מיר אלע ווילן שטעל מענטשן אין קעסטלעך, און מיר ווילן אליין זיין אין קעסטלעך. עס מאכט די וועלט פשוט'ער, מער פארשטענדליך.
"דיין מערידזש, דיינע פאליטישע אנשויאונגען, דיין התנהגות, און דיין וועלט אויסקוק. ס'מוז נישט האבן קיין שווארץ-ווייסע ענטפער גרייט פאר יעדן פאטענציאלע אינטערוויוער אדער פאדקעסט וואס גייט דיר אנטרעפן. און דאס איז נישט קיין קריטיק - נישט אויף די פראגעס און זיכער נישט אויף איינער וואס האט יא אזעלכע אויסגעשניטענע תשובות, נאר ס'קען אויך זיין אז ס'האט מיט די פערסאנאליטי פון א מענטש, מיטן זיין אויפן אנדערע זייט פון 'נארמאלקייט', קען זיין ס'האט מיט טיפערע איידענטיטי רעפלעקציעס. און ס'קען פשוט זיין מיין מאמענטאלע פוסט-מאדערניסט אטאקע... בכל אופן מיין איך עס איז א נקודה צו נעמען אין באטראכט, און דערפאר שטרייך איך עס דא אונטער."
"האסט מיר ארויסגעכאפט די ווערטער פון קיבארד," ענטפער איך. "דיין לעצטיגע עטיטוד איז א שטיק פאסט מאדערניזם. האסט אפילו נישט פארגעסן צוצולייגן אז ס'איז בלויז 'מאמענטאל' - א קלאסישע פאסט מאדערנע מאוו..."
"אקעי. זאל זיין אזוי..." לאכט ער. "ווען איך וועל מיר אויסטשוכענען דערפון ביסטו וועלקאם פאר נאך אן אינטערוויו!"
קאפיטל יב: לייקס און פאליסיס
"וואס איז דיין פאליסי לגבי לייקס? וועלכע תגובות זענען זוכה צו א לייק פון דיר?"
"איך פלעג זיין מער קאנסיסטענט," ענטפערט ער. "איך פלעג לייקן אלעס פון וואס איך האב הנאה געהאט אדער וואס איז געווען דירעקטירט צו מיר אפי' אויב איך האב געהאלטן אנדערש. די נייע סיסטעם פון עמאדזשיס האבן אביסל צומישט דעם שטן און ס'איז אפט שווער צו מחליט זיין וואס גייט וואו."
איך פארשטיי. די עמאדזשיס האבן צעבראכן דעם סימפליציטעט פון א גלאטן "לייק."
"בכל אופן לעצטנס לייק איך ווייניגער ווייל איך בין בכלל ווייניגער אקטיוו אויף קרעמעל (פרעג מיר נישט פארוואס...) און מער די אלע וואס איך שפיר אז זיי בארייכערן דאס פלאץ מיט תוכן וועלן באקומען מיין לייק."
"פרעג מיר נישט פארוואס..." די ווערטער בלייבן הענגען אין דער לופט. איך וויל פרעגן, אבער איך רעספעקטיר זיין בקשה.
קאפיטל יג: די אנאליזן
"פון וואו נעמסטו דיינע קלארע אנאליזן איבער אונזער חרד'ישע קולטור?"
"יישר כח פאר די אימפליסיט קאמפלימענט," ער שמייכלט דורך די ווערטער.
"ווען איך נעם עס ווען פון ערגעץ לייג איך נארמאל א פלעינע לינק... ערנסט גערעדט, איך בין זייער אריינגעטון אין פסיכאלאגיע, פאליטיק, סאציאלאגיע, פילאזאפיע און רעליגיע. און וואו דען קומען זיי זיך אלע אזוי שיין צוזאמען ווי ביי אונז אין וויינגארטן?..."
איך לאך. ער האט רעכט. אונזער קאמיוניטי איז א פערפעקטער קעיס סטאדי פאר יעמעץ וואס ליבט די פעלדער.
"מער ווי דעם, מיין איך אז די נושא פון חרדישע סאציאלאגיע איז נישט אזא אויסגעטרויטענע סוגיא און עס איז פשוט די lack of גוטע אנאלאסיס וואס מאכט אז מיינע האלבע געדאנקען זאלן אויסזען גוט. איך האלט מיר באמת נישט פאר אזא גוטע אנאליסט."
איך סטאפ ביי די שורה. ער האלט זיך נישט פאר א גוטע אנאליסט? דאס איז ווי ווען פיקאסא זאגט ער קען נישט מאלן.
"די געציילטע וואס טוען דערין איז עס נארמאל מער געבינדן צו ספעציפישע דעמאגראפיעס צ.ב. ד"ר נחומי יפה אין ארץ ישראל אדער Yitz פון סאבסטעק מער אין דעם ליטווישן חדר, וואס דאס אליין מאכט יעדעס ווארט אינטערעסאנטער."
ער קענט די פעלד. ער ווייסט ווער שרייבט, און וואס זיי שרייבן.
"איך פארזע זיכער אנדערע סאציאלאגיסטן וואס האבן יא מער שטודירט דעם היימישן עולם אבער דאס קען אייביג עוואלוון ווייל אונזער קולטור בלייבט אויך נישט שטיין. דאס איז עכ"פ מיין אנאליז..."
דאס איז אזוי טיפיש אלפא - אפילו ווען ער רעדט וועגן אנאליזן, ענדיגט ער מיט "דאס איז עכ"פ מיין אנאליז."
קאפיטל יד: די ערשטע ענין
"וואס איז געווען דער ערשטער ענין וואס דו האסט דורכגעטוהן ביים אנהייב פון דיין רייזע?"
זיין ענטפער קומט מיט א שמייכל:
"דזשארדען פיטערסאן וואלט געפרעגט: וואס מיינסטו מיט ערשטע? וואס מיינט 'ענין' אין דעם קאנטעקסט? פון ווען רעכנסטו די 'אנהייב' און 'רייזע'? און ווער פונקטליך איז דו? (- אקעי, די לעצטע איז שוין סתם חוזק צו מאכן)."
איך לאך הויך. דאס איז פערפעקט.
"לאמיר גיין אזוי. איך וואלט געזאגט אז אין חדר בין איך געווען היבש נארמאל און עוורידזש, קען זיין אביסל בעסער ווי עוורידזש, אבער נישט קיין אויסערארדנטליכע 'ענינים' וואס איך געדענק."
נארמאל אין חדר. איך שטעל מיר פאר אים אלס א קינד.
"אין ישיבה קטנה האט זיך עס ערשט אנגעהויבן מיט די יוזשעל פראבלעמען ווי חברותות און ווערן באורד ביים שיעור כנהוג, אבער ערגעץ אין שיער ג' האט זיך אנגעהויבן מער אויפצואוועקן די פילאזאפישע חלק וואלט איך געזאגט. הגם איך געדענק ווידער נישט קיין 'דורכגעטוהנע ענינים' פון יענע תקופה."
שיעור ג'. דאס עלטער ווען מ'הייבט אן פרעגן.
"אין ישיבה גדולה האט זיך א וועלט געעפנט, קודם לאקאל און שפעטער אוועק פון שטאט. דארט האב איך געהאט חברים דורכצוטון און הערן/שמועסן מער איבער סייענס, וויסנשאפט, קבלה, חסידות, אביסל פילאזאפיע אויף וויפיל איך האב פארשטאנען וואס ס'באדייט, מוזיק פארשטייט זיך אסאך, און וואס נישט?"
איך פיל די עקסייטמענט אין זיינע ווערטער. די וועלט האט זיך געעפנט.
"אויב דו ווילסט נאך אלץ ספעציפיש די 'ערשטע' ענין, זעט אויס ווי דו פסק'נסט אזוי מקופיא אז 'אי אפשר לצמצם' - מ'שטיינץ, אז ס'קען נישט זיין מערערע צוזאמען..."
איך לאך. גענוי.
"אפאר אבער ליגן מיר גראדע אויפ'ן געדאנק יעצט."
און דאן קומט א ליסטע וואס ברענגט מיך צוריק צו מיינע אייגענע ישיבה יארן:
"1. געדענק איך א טענה'ריי בשעת סדר צו אונז 'פארשטייען' גמרא ווען מיר לערנען עס אדער נישט עכט?! איך האב גע'טענה'ט אז ממה נפשך, אויב פארשטייען אונז באמת אביי, דאן וויאזוי קענען מיר אויך פארשטיין רבא?! זיי אליין האבן זיך דאך נישט פארשטאנען געהעריג. מיינט עס אז מיר זענען קלוגער ווי זיי, צו וואס? וואס מיינט דאס בכלל צו פארשטיין עפעס אא"וו. (אביסל געבינדן צו מיין ערשטע כוואליעס ארטיקל נישט מער געדאכט.)"
דאס איז געוואלדיג. א בחור אין סדר פרעגט די פראגע וואס סתם אלע בחורים פרעגן אבער נישט אויסדרוקן.
"2. געדענק איך אסאך דיסקוסיעס איבער צמצום כפשוטו און שלא כפשוטו. ובכלל איבער תורת חב"ד און די גר"א וכו', ווי נאר בחורים קענען."
"ווי נאר בחורים קענען" - איך פיל די שמייכל אין די ווערטער.
"3. די 'סייענס' פונעם ספר הברית און פון פינחס גלויבער, מאטעמאטיק פון איל משולש, און די 'פילאזאפיע' פון ספר העקרים, קבלה פון שומר אמונים הקדמון, און רמח"ל, און די מוזיק אויף די 'כשרונות פראגראם, אלעס ליגט מיר נאך אין די ביינער. און נישט פארגעסן די חקירה בשעתו צו כשרונות איז עכט דן די קאמפאזיציעס אדער די קאמפאזיטארן.."
איך פארטראכט זיך אין דעם בילד פון בחורים זיצנדיג און דיסקוטירנדיג די טעאריעס.
"4. חקירות ווי 'ליגט די טיש אונטערן ספר אדער די ספר איבערן טיש?' 'איז לשמה/ און עכטע אלטרואיזם מעגליך?' זענען געווען טרענדי."
"איי גוטע צייטן געווען..." זיפצט ער.
"און בעצם איז עס נישט געווען אזוי ווייט דער 'ענין' זעלבסט ווי ס'איז געווען מיין מח וואס האט דאן אנטוויקלט די אייגנארטיגקייט וואס הייסט טראכטן... איך האב עס ענדזשויט דאן, און איך ענדזשוי עס ווייטער - געלויבט ג-ט."
קאפיטל טו: לשמה און אלטרואיזם
"וואס איז געבליבן? איז לשמה טאקע א מציאות?"
איך קען זיך נישט איינהאלטן פון פרעגן. די פראגע האט אים אינטריגירט ווי א בחור, און איך וויל וויסן זיין ענטפער היינט.
"ס'ליגט מיר אין זכרון אז די ישמח משה אדרעסירט עס אין איינע פון זיינע תורות," ער ענטפערט. "ער טענה'ט אז ס'איז טאקע א נס אז צדיקים קומען אן צו דעם מדריגה. נו, דארף מען יעצט בלויז איבערליינען דעוויד הום איבער ניסים..."
דעוויד הום אין א דיסקוסיע וועגן ישמח משה. נאר ביי אלפא.
"איך מיין אבער אז די שאלה אין ערשטן פלאץ איז מער סעמאנטיש ווי ס'הערט זיך אן, פונקט ווי אסאך פילאזאפישע זיסע שאלה'לעך, און דערפאר מאכט נישט אזוי פיל אויס צי ס'איז 'עכט' מעגליך, ווי צו פארשטיין וואס אונז מיינען ווען מ'רעדט פון דעם."
עס איז א טיפע ענטפער. ער האט נישט געזאגט יא אדער ניין - ער האט רעדעפינירט די פראגע.
קאפיטל טז: סאציאל אין איינזאמקייט
"וויאזוי האסטו באוויזן צו בלייבן סאציאל, קאררערט מי איף איים ראנג, אין דער צייט וואס רוב דענקער דיינס גלייכן שפירן עטוואס איינזאם?"
"יא, איך וואלט מיר כאראקטעריזירט אלס סאציאליסט," ענטפערט ער. "סארי, סאציאלע מענטש. אייגנטליך ביידע.."
איך לאך. דער ווארטשפיל איז טיפיש אלפא.
"איך מיין אז דו זאלסט ענדערש פרעגן די אלע אנדערע פארוואס זיי זענען איינזאם. זיי האבן געוויס מער צייט אויפצוקומען מיט טעאריעס, ניין?
"
נאך א שמייכל. ער נעמט עס נישט צו ערנסט.
"אבער ווידער, דער בעש"ט זאגט דאך שוין אז מ'קען מאכן התבודדות צווישן מענטשן אויך. איך האב טאקע א נאטור פון ליב האבן צו פארברענגען מיט אנדערע און זיין א טייל פונעם ציבור, ס'מיינט אבער נישט אז מ'קען נישט צומאל שפירן איינזאם מיט דעם אלעם... גיי קוק וואס לאקאן האט צו זאגן דערויף."
"אלפא בתפארתו..." איך שרייב. "מאכט א שילוב פון לאקאן (ווער איז ער בכלל?...) און דעם בעש"ט..."
"נאדיר," ענטפערט ער, און לייגט צו א לינק: "Mirror stage - Wikipedia"
קאפיטל יז: עדווייס און עצות
"וואס איז דיין עדווייס פאר איינער וואס הייבט יעצט אן זיין זוכעניש?"
"DON'T!!"
די ענטפער נעמט מיר אוועק דעם אטעם. און דאן:
"ס'נאר א ווערטל פארשטייט זיך..."
איך אטעם אויס.
"איך וואלט לכאו' נישט געפילט פאסיג צו געבן עדווייס, ווייל יעדער האט אן אינדיווידואלע מאטיוואציע און אספיראציע וויאזוי זיי קומען אן דערצו, איך וואלט ענדערש געכאפט א שמועס מיט יענעם, ווי אינעם שמועס וואלט איך עקספלארירט וואס יענעמ'ס אספיראציעס זענען, און איך וואלט אריינגעווארפן פון מיינע ידיעות און עקספיריענסעס אויך, אביסל כדי צו געבן יענעם פערספעקטיוו איבער זיך אליין און אויך צו פארברייטערן ביידע פון אונזערע האריזאנטן אויף ווי ווייט מעגליך."
דאס איז אזוי... מענטשליך. ער וויל נישט זאגן "טו דאס" אדער "טו יענץ." ער וויל שמועסן, פארשטיין, צוזאמען וואקסן.
"באותו ענין, ווען דו טרעפסט יעצט דיין יונגערע זיך, וואס וואלטסטו אים געזאגט?"
"אז געוויסע זאכן טוישן זיך נישט אזוי שנעל ווי מ'מיינט. (די קונץ איז נאר צו וויסן וועלכע), און הנאה האבן וויאזוי ס'איז נאר וויסנדיג אז דאס איז די בעסטע וואס מ'האט..."
א פּאוז.
"נע, איך גלייב נישט אז ער וואלט פארשטאנען וואס ס'מיינט..."
די לעצטע שורה שלאגט מיר אין הארץ אריין. דאס איז די טרויעריגקייט פון וואקסן - מ'קען נישט צוריק צו וואס מ'איז געווען, און אפילו אויב קען מען, וואלט מען נישט געקענט קאמוניצירן.
קאפיטל יח: א גוטע לעבן
"וואס איז דיין יעצטיגע ענטפער אויף די שאלה פון 'וואס איז א גוטע לעבן?'"
"איך וואלט געזאגט א לעבן אן קיין איבעריגע שאלות און דראמא!"
איך שמייכל. קומענדיג פון אלפא, דעם מענטש וואס קען נישט אויפהערן פרעגן שאלות, איז דאס כמעט איראניש.
" פאר איינעם וועמען די שאלות האבן שוין יא גע'היט, זאל כאטש ענדזשויען די מאמענט די מערסטע וואס ער קען.
זעלבסט רעפלעקציע איז גוט ביז עס ווערט נישט קיין אבסעסיע, עס איז אבער נישטא קיין שילד אויפן וועג אראפ 'עד כאן תחום שבת'…
"דו ביסט קענטיג א שטיקל חסיד פון פרויד'ס פסיכא אנאליסיס. פארוואס טאקע?"
"פארוואס איך בין א חסיד? ווייל איך האלט ער רעדט זייער צום זאך באופן כללי…
"פרויד האט רעפלעקטירט אויף זיך און אויפ'ן מענטשליכן געבוי אין וועגן וואס ווייניג אנדערע האבן געטון. ער האט ארויסגעברענגט וויאזוי די בעסטע אויסצוהיילן די מענטש איז דער מענטש אליין - אויב נאר קען מען אפשיילן די שאלאכטצער ארום, און דאס געשעט דאס בעסטע דורכן רעדן אומגעפילטערט און רעפלעקטירן ריכטיג דערויף מיט א געלערנטע טעראפיסט."
איך לייג זיך צוריק און טראכט איבער די ווערטער. ער האט זיכער אמאל דערמאנט אז ער גייט פאר טעראפיע. איצט פארשטיי איך פארוואס.
"ס'מיינט נישט אז אלע זיינע טעאריעס זענען שטאנדהאפטיג, די צענטראלע נקודות אבער, און די אינסייטס וואס זענען אנגענומען עד היום אין די אנאליטיק קאמיוניטי זענען לדעתי אומפאגלייכבאר צו סיי וועלכע אנדערע סיסטעם פון אנקוקן דעם נפש פונעם מענטש און וואס עס פעלט זיך אויס איר צו אדרעסירן. און דערפאר בין איך א חסיד דערפון."
דאס איז אלפא אין א נוטשעל - ער נעמט וואס ער דארף, לאזט איבער דעם רעשט, און ארטיקולירט פארוואס.
"איך גיי נאר לייגן אין קאוויאטס," ער פארזעצט, "אז געוויס זענען דא מענטשן מיט געוויסע פרידיספאזיציעס וואס זענען מער נוטה צו די אנאליטישע צוגאנג ווי אנדערע (בעבר האב איך געלייגט די 'אמעריקאנער נאטור' אלס אנטי-דאוט דערצו), ווי אויך גייט די גאנצע נושא אריין אין טיפערע פראגעס ווי 'וואס מיינט א געזונטע נפש?' און 'וואס מיינט סוקסעס אין לעבן?' ווען ס'קומט צו דעפינירן וואס גוטע טעראפי איז און וואס א גוטע פסיכאלאגישע אפשאץ איז אין ערשטן פלאץ...דאס איז אבער א גאנצע שמועס/דעבאטע פאר זיך."
"אויסער דאס אלעס גיי איך לעצטנס פערזענליך פאר טעגליכע אנאליסיס, וואס מאכט איך זאל דערצו האבן עפעס איינגעשטעלט דערין אויך..."
טעגליכע אנאליסיס. איך האלט אן ביי דעם. עס קלינגט אינטענסיוו, אבער אויך... ריכטיג. פאר איינעם וואס לעבט אין זיין קאפ אזויפיל, מוז דאס זיין עסענשאל.
קאפיטל כ: פלעצער און פילמען
"אן אינטערעסאנטע פלאץ וואו דו ביסט שוין געפלויגן?"
"פון ישיבה רעכנסטו?" ער פרעגט צוריק. "אפי' אויב יא בין איך ב"ה קיינמאל נישט געווען געווארפן."
איך שמייכל. דער הומאר איז נישט פארלוירן אויף מיר.
"איך וואלט געזאגט אז שווייץ איז פאר מיר פערזענליך געווען די מערסטע אינטרעסאנט און איך וואלט צוריקגעגאנגען אהין עני טיים. סתם אזוי בין איך נישט דער גרויסער עקספלארער, ממילא האב איך נישט די אלע אינטערעסאנטע און קוריאזע פלעצער אויף מיין פראפיל... מיט אנטשולדיגונג."
שווייץ. איך פארשטיי פארוואס - די באלאנס פון נאטור און קולטור, די רואיגקייט און שיינקייט.
"אויב דיין לעבן וואלט געווען א פילם, וואס וואלט געווען דער נאמען דערפון?..."
זיין ענטפער נעמט מיר צו דערראשט:
"איך וואלט עס ליבערשט געלאזט פארן פראדוסער צו קלויבן..."
איך וארט פאר מער, אבער עס קומט:
"נישט מיין אייגענע נאמען האב איך געקליבן, נישט די קעפל פון דעם אינטערוויו גיי איך וועלן, נישט די פאקט צו מיין לעבן איז בכלל ווערד א פילם/באשרייבונג איז אין מיינע הענט. טא, פארוואס זיך אריינמישן ביים לעצטן פונקט?!"
דאס איז... טיף. ער רעפלעקטירט אויף זיין לעק פון קאנטראל איבער זיין אייגענע נאראטיוו.
"אויב בעטסטו מיך צו קאטעגאריזירן מיין לעבן ביז אהער אין איין ווארט, וואלט איך מסתמא געזאגט 'שטורעמיש'."
שטורעמיש. איין ווארט וואס זאגט אזויפיל.
קאפיטל כא: היסטאריע און היראוס
"וועלכע מענטש אין היסטאריע קוקסטו דאס מערסטע ארויף?"
זיין ענטפער קומט, און איך בין נישט זיכער צי ער מיינט עס ערנסט אדער עס איז נאך איין ווארטשפיל:
"איך מיין אז ס'איז דער (ערשטע) מענטש, וואס זיין טאטע איז נאך געווען א מאנקי און ער האט נעבעך געדארפט דיעלן מיטן זיין פראבלעם פון זיין מענטשליך... ווער איז בכלל געווען זיין ווייב? אויך א געווארענע מענטש? אזא גיורת אזא? אפשר גאר א מאנקי?! שטעל דיר נאר פאר די טשעלענדזשעס פון זיין א מענטש צווישן מאנקיס..."
איך לאך הויך. דאס איז הילעריעס און ברילאנט אין איינעם. נאר אלפא קען קומען מיט אזא ענטפער.
"צווישן די מער שפעטערע מענטשן האט עפעס יוסעלע ראזענבלאט אייביג געהאט א סאפט ספאט ביי מיר אין הארץ. ער איז מסתמא איינעם מיט וועמען איך וואלט מעגליך געטוישט פלאץ אין היסטאריע."
יוסעלע ראזענבלאט. דער חזן. איך פארשטיי - די שטימע, די טאלענט, די וועלט וואס ער האט געלעבט אין.
"פארוואס האלטסטו אז ער וואלט מסכים געווען צו טוישן מיט דיר?..."
"איך האב נישט געזאגט ער וואלט געוואלט, איך זאג בלויז אז איך וואלט.."
דער הומאר איז אומגלויבליך.
"וואס וואלטסטו געזאגט פאר משה רבינו ווען דו טרעפסט אים יעצט?..."
"ביטע קלאר אויס די מעסס וואס דו האסט דא אנגעוואורטשאפט.."
איך לאך ביז טרערן. דאס איז די פערפעקטע ענטפער.
קאפיטל כב: די נייע יאר און די פראגעס
"וועלכע שאלה וואס קיינער האט דיר קיינמאל נישט געפרעגט, וואלטסטו געוואלט מען זאל דיר פרעגן?..."
"קען איך דיר טרענספערן אזא 5 מיליאן דאלאר אין באנק אריין?!"
איך שפריץ ארויס מיין קאווע. דער הומאר, די ווארהייט, די סארקאזם - אלעס אין איינעם.
"וואס נעמסטו זיך פאר צום נייעם יאר?"
"צו זיין אויפריכטיג, עפעס האט זיך די ראש השנה/אלול נאך נישט גערעדזשיסטערד ביי מיר דאס יאר, ס'גייט מסתמא היטן ביים אחות קטנה אדער ביים ובכן תן אביסל שפעטער.."
עהרליך. ער שפילט נישט שפילעכץ.
"אבער איך בין נישט קיין חסיד פון קיין אונטערנעמעכטצער משום מעשה ש(לא) היה.."
"איך וואלט מיר זייער געוואלט אונטער נעמען צו זיין מער אויף א געפלאנטע טעגליכע סקעדשול און ווייניגער צופלויגן, כ'האב אבער דערווייל אויפגעגעבן מיט מיין ADHD.."
דאס רירט מיר. די עהרליכקייט, די אקצעפטאנס פון זיינע לימיטאציעס, און די וויל צו זיין בעסער.
קאפיטל כג: דער צוועק פונעם אינטערוויו
"וואס האלטסטו אויף אט דעם אינטערוויו? וואס איז בכלל דער ציל פון אן אינטערוויו לויט דיין מיינונג? איך מיין דו האסט דא א ציל פשוט ארויסצולייגן א געשמאקע ארטיקל (האפנטליך..) וואס זאגסטו?"
"סתם אן אינטערוויו - גלייב איך אז דו באציסט זיך צו אזעלכע סארט אינטערוויוס וואס באשרייבן א מענטש, וואס דאן איז די ציל נישט אזוי ווייט אפגערוקט..."
ער האט רעכט. דאס איז וואס כ'האב געוואלט - באשרייבן א מענטש.
"א פאליציי אינטערוויו לעומת זה איז מער דיקעקטיוו אין נאטור. אן ארבייטס אינטערוויו איז מער צו צופאסן דעם סוביעקט מיט א פריערדיגן באשטומטן טארגעט. און צום לעצט, אן אינטערוויו דורך יצחק שלמה דרעזנער איז בלויז צו שטופן צייט אויף וואס ער פארדינט געלט!"
איך מוז לאכן. די לעצטע איז א קלאסישער אלפא בליץ.
"שוין, האסטו נאכאמאל דעם פאסט מאדערניזם... Fragmentation מיט'ן פולסטן פארע."
עפילאג: די לעצטע פראגע
"איך זע אז דער אינטערוויו קען אזוי אנגיין פאר אייביג. איז בכלל דא א נושא וואס אלפא האט נישט עפעס צו זאגן דארט?"
איך שטעל די פראגע מיט א שמייכל, וויסנדיג אז זיין ענטפער וועט זיין אינטערעסאנט.
"דו פרעגסט מיר וואס מיינע unknown unknowns זענען?" ער ענטפערט. "די אנדערע דריי קאטעגאריעס האבן ביי דעפינאציע עפעס איבער וואס צו דיסקוסירן.. א ספעציפישע נושא אבער, איז קאמפיוטער סייענס עפעס אין וואס איך האב דערווייל נישט קיין השגה, און איך זע מיר נישט אזוי שנעל פארשטיין דערצו אפי' קאנצעפציאנאל.."
קאמפיוטער סייענס. דער איינציגער פעלד וואס אלפא זאגט ער קען נישט. עס איז כמעט רעפרעשינג.
"א גוט געבענטשטע יאר - דאס קענען מיר אלע געוויס זאגן.."
די לעצטע ווערטער פון דעם אינטערוויו בלייבן הענגען אין דער לופט. א ברכה, פשוט און קלאר.
נאכווארט: דער מענטש, נישט דער ניק
איך זיץ צוריק און ליין איבער די גאנצע אינטערוויו. די שעות פון שמועסן, די ווארטשפילן, די טיפע געדאנקען, די הומאר, די ווייטאג, די פרייד. אלעס איז דא, אויסגעשפרייט פאר מיר אויף מיין עקראן.
איך האב געזוכט צו פארשטיין אלפא, דער לעגענדארער ניק, דער אנאליסט, דער דענקער. און וואס האב איך געפונען?
א מענטש.
א מענטש וואס סטראגלט מיט אמונה אבער זיצט מיט א שטריימל ביי סעודה. א מענטש וואס איז דיאגנאזירט מיט ADHD אבער שרייבט די טיפסטע אנאליזן. א מענטש וואס האט א גרעסטער מעלה וואס איז אויך זיין גרעסטער חסרון. א מענטש וואס קען נישט אויפהערן פרעגן שאלות אבער חלומט פון א לעבן אן שאלות.
א מענטש וואס ליבט פרויד'ס פסיכא-אנאליסיס און גייט פאר טעגליכע טעראפיע. א מענטש וואס הערט פאדקעסטס וועגן באן שינעס און בעכשטיין פיאנאס. א מענטש וואס ווייסט ווען ער ווייסט און ווייסט ווען ער ווייסט נישט.
א מענטש וואס לערנט פון ChatGPT און פון דער בעש"ט, פון דעסטיני און פון זיין ווייב, פון זיין טעראפיסט און פון זיין אנאנימען בעסטן פריינד. א מענטש וואס שעצט אנדערע, וואס בעט איבער למפרע ווען ער קען נישט דערמאנען אלעמען.
א מענטש וואס וויל נישט פירן קיין דאבל לעבן אבער מוז. א מענטש וואס וואלט געוואלט טוישן פלעצער מיט יוסעלע ראזענבלאט אבער ווייסט אז יענער וואלט נישט געוואלט טוישן מיט אים.
א מענטש וואס זיין לעבן איז "שטורעמיש" אבער זוכט רואיגקייט. א מענטש וואס זומט ארויס צו די מעטא-לעוועל אבער פארגעסט די דיטעילס. א מענטש וואס איז "אלל אווער די פלעיס" אבער זוכט א פלאץ.
"איינס פון טויזנט," האב איך געשריבן אין מיין אריינפיר. איצט, נאכדעם וואס איך ווייס, איז די ווארט צו שוואך.
ווייל טויזנטער מענטשן קענען זיין קלוג. הונדערטער קענען זיין אנאליטיש. צענדליגע קענען זיין עהרליך.
אבער נאר איינער קען זיין אלפא.
נישט ווייל ער איז די קלוגסטער אדער די בעסטער. נישט ווייל ער ווייסט די מערסטע אדער שרייבט די שענסטע.
נאר ווייל ער איז זיך אליין, אן אנטשולדיגונגען, אן פּראטענסיעס, אן מאסקעס.
ער לעבט אין די מיטע פון קאנטראדיקציעס און רופט זיי נישט קאנטראדיקציעס. ער האלט ביידע זייטן פון יעדער ארגומענט און זעט נישט קיין פראבלעם מיט דעם. ער איז נישט שטאטיק, נישט פארפרוירן, נישט פערפעקט.
ער איז לעבעדיג.
און אין א וועלט וואו מיר אלע פּראבירן צו פּאסן אין קעסטלעך, וואו מיר אלע זוכן פאר קלארע ענטפערס און שווארץ-ווייסע וואהרהייטן, איז דאס אלעס נישט געווענליך.
דאס מאכט אים - און דאס איז דער אמת'ער טיטל פון דעם אינטערוויו - נישט בלויז איינס פון טויזנט.
דאס מאכט אים איינציג.
כ'לייג אוועק מיין קאמפיוטער. עס איז שפעט ביינאכט, און איך בין אויסגעמוטשעט. אבער איך שמייכל.
איך האב געזוכט אלפא דעם ניק, און געפונען א מענטש.
און ער האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין אזויפיל מער ווי איך האב זיך אפגעשטעלט.
דאס אינטערוויו איז געענדיגט. אבער די רייזע - זיינע און מיינע - גייט ווייטער.
און אפשר, אין דעם ליגט די עכטע ענטפער אויף די פראגע "וואס איז א גוטע לעבן?"
נישט א לעבן אן שאלות. נאר א לעבן וואו מ'איז נישט דערשראקן פון זיי.
א גוט געבענטשטע יאר, אלפא.