קהילה חדשה
פרישער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- דעצ. 17, 2025
- מעסעדזשעס
- 15
- רעאקציע ראטע
- 128
- פונקטן
- 23
שלום וברכה טייערע זיסע אידן
די וואך וועלן מיר אנרירן א נושא וואס מיר האבן אין אנהייב געהערט פון עטליכע אירע אלץ א קאנסערן, און דאס איז כלפי וועלעכער דרגה פון אפנקייט מיר זאלן נעמען. עס איז נישט קיין סוד אז רובם פון אונזער עולם איז ״אין די באקס״, איינער מער איינער ווייניגער, און אפילו די וואס נישט זענען רוב פון זיי אויך נישט אין די גיסטע צו ״פעיסן״ אפענע confrontations. ווייל וויאזוי אימער אונזער באוועגונג גייט זיך אויספארמען לסוף, איז איין זאך זיכער, עס וועט נישט זיין קיין כולל יעקב יוסף, אדער קיין דיין׳ס שטיבל, און גיין דערמיט אין פובליק קען ארויס רופן היץ, סיי פארן כלל הדבר און סיי פאר יחידים יעדער לויט זיינע אומשטענדן.
לכתחילה האבן מיר געוואלט דיסקוסירן די וואך וועגן תפקידים/ראלעס, וויאזוי מען הייבט אן פארמירן א גווארדיע פון בעלי תפקידים, לויט משמורות און פעאיגקייטן, אזוי אז מיר הייבן אן פארמאגן א פאקטישער איינגעשפאנטער כח מיט וואס מיר קענען מארשירן פאראויס. אויך דארפן מיר נאך דיסקוסירן די מעכאנישער סיסטעם פון אזא קהילה/פראיעקט, דהיינו וועלעכער מאדעל ניצן מיר, א קהילה מאדעל; א ביזנעס מאדעל וכדו׳. נאר זיי וועלן מוזן אפגעלייגט ווערן פאר א קומענדיגער שטאפל, ווייל דער שאלה פון exposure און פארברענען בריקן קוקט אויס צו זיין א פונדאמענטאלער אישו וואס ליגט דעם עולם אין הארצן. דער עולם וויל וויסן איידער מען באקומט צוטרוי צו אזא שפאגל נייער מאוומענט, וואס גייט דאס אונז קאסטן אז איך זאל שפירן גרייט זיך אריין לאזן אין זאמדיגן וועג אויסצובויען אונזער דרך מיט קאנפידענץ.
אלזא לאזן מיר זיך אריין אין דעם אפציעס באסיין, מיר שווימען דערין און מיר קומען ארויס געוואשן מיט רעיונות וויאזוי דאס צו נעמען ווייטער, אט זענען די אפציעס:
צו ענטפערן און רעאגירן אימעילט אונז דא: [email protected]
(מיר קוקן נישט קיין תגובות דא אויפן פלאטפארעם, מיר נעמען אייער ענטפער פערזענליך און מיטן פולסטן מאס ערנסטקייט)

- מאך בחשאי, מען דארף נישט שטעכן דעם בער, סייווי פעלט נישט אויס אויסצופויקן פאר יעדן וואו איך שטיי אין לעבן
- מאך יא אפן, אבער בחכמה, camouflage עס אז ס׳זאל נישט ארויס רופן שטארקע התנגדות.
- man up, מען קען נישט מורא האבן, תחילת נפילה ניסה, אז מען ציטערט ווי ביבערס בלייב אינדערהיים, הירא והרך הלבב ישוב הביתה… נאר מיט שטארקייט און קאנפידענץ קענען מיר באמת סוקסידן…
- גיב אפציעס. די וואס נעמען די בולעטס איז אשרי חלקם, אבער אויך פאר די וואס ווילן שטיין אין די שאטן, אפילו געהיים, גיב זיי דארט א באקוועמער און זיכער ער ארט
- פארמיר א דיפלאמאטישער באונד צווישן אונזער אלטער בכיס און אונזער נייער באוועגונג - צ.ב.ש. מאך א מסע הסברה פאר די משפחות, קהילות, פארוואס מיר טוען וואס מיר טוען, אזוי אז זיי זאלן נישט דארפן שפירן אז זיי דילן מיט עפעס א מעסטערי וואס דאס זעהט זיי אויס שרעקעדיג, אבער גלייכצייטיג זיין קלאר אז מיר ווייסן וואס מיר ווילן און פלאנען נישט צוריק צוסטעפן, אזוי אז זיי מוזן עס עקסעפטן, און פארשטיין אז די איינציגסטע וועג איז זיך צו באציען מיט אונז דיפלאמאטיש, מיר רעספעקטירן זיי און זיי אונז.
- נישט בחשאי, נישט קונצן, אדער דיפלאמאטיע, נאר א פיזישער פאנדעישן - פארזיכער קודם פאזיציעס, מאך זיכער אז דער עולם האט א פעסגעשטעלטער קהילה, און אויך א פרנסה נעטווארק, אזוי אז ס׳איז מער נישט אזא ריזיקע צו גיין אפן.
- א גייסטיגער פאונדעישן - גרייט צו דעם עולם פסיכאלאגיש, באפעסטיג אונזער שיטה, ווער מיר זענען, וואס מיר רעפרעזענטירן, ביז מיר קריגן דעם שליחות ״טשיפ״, און מיר האבן מער נישט מורא.
- עטליכע אינאיינעם
- גאר עפעס אנדערש

לעצט רעדאגירט: