פאר איינער וואס געט נישט קיין סאך צדקה וואלט איך געגלייבט דעם שפיל
למעשה געט יואלי לאנדא מיליאנען דאלער צדקה א יאהר, דעס איז א פאקט וואס יעדער האלט מיט, ער איז נישט קיין ב"ש אין צדקה
בכלל האלט איך אז ער איז א פארשטענדליכע מענטש, מיט זיין צוגאנג צו טיילען ריזען געלטער פאר צדקה,
ווייל יעדע דאלער וואס ער פארטיילט פאר צדקה ברענגט עם סיפוק, איך רעד נישט פון העכערע השגות, שכר בעולם הבא, נאר גשמיות'דיגע הנאה בעולם הזה,
עס דארף זיין א מוסר השכל פאר אנדערע וואס האבען געלט, האלט עס נישט אהן טייט, ווייל קענסט געבן א שטארב אפ מארגען ח"ו און דו וועסט גארנישט האבען געהאט פון דיין געלט, וועסט ליגען אין קבר און זיך עסן דאס געזונט פארוואס האסט גארנישט געטוהן מיטן געלט,
ווי לאנג דו לעבסט טייל און טייל מיליאנען, און האב הנאה פון גרינגער מאכען פאר דיינע ברודער