דאס לעבן און שאפן פון הנגיד יואלי לאנדא

גערעכט זנות איז ביזנעס נאר אויב מען קויפט דיימאנטען הייסט עס ביזנעס אבער אויב מען פארקויפט כבוד איז עס אזוי ביליג ווי א זונה
הקנאה התאוה והכבוד , דער תנא רעכנט עס אויס ביינזאם -התאוה והכבוד-,ביידע זענען טשיעפ און אהן עומק , עס איז נאר א טריל פאר א פאהר סעקונדעס. ביי דעם מזנה לאכט די זונה , ביי דעם רודף אחר הכבוד לאכט די ציבור .
 
פארוואס לאזט יואלי לאנדא נישט געפנער ענטפערן אליינס?
 
אזוי באקומט מען מער געלט,
די אריגינעלקייט,
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
פארוואס לאזט יואלי לאנדא נישט געפנער ענטפערן אליינס?
יואלי האט געציטערט אז וויזניצע רבי וועט אים פרעגן: "יואלי! און ווי איז דיין בארד?.... ר' חזקל שטיין'ס אייניקל אן א בארד??..."

דעריבער האט ער זיכער געמאכט צו דרייען דעם שמועס אין געפנערס ריכטונג, מוטב יכנס החץ בו ואל יכנס בי...​
 
נאך א מזל אז דער תוספות יום טוב האט בלויז פארפירט איבער רעדן ביים דאווענען... שטעל דיך פאר ער וואלט געמאכט א מצב פון 'המלבין פני חבירו ברבים אין לו חלק לעולם הבא' (בבא מציעא נט.), דאן וואלט יואלי (און וויזניצע רבי) נישט געמעגט אזוי מבזה זיין דוד געפנער.... אזוי זעמיר אויס ווען אידישקייט באשטייט פון טרינקען אראק און טאנצן בך בטחו...​
 
אין תלמוד שטייט גדול המעשה יוצא מן העושה
דער רבי יואל איז עושה ומעשה
אשרי חלקו.
 
נו לאמיר הערן די שפיל
די שפיל גייט אזוי.

יואלי ווערט משוגע פון ליידיגיין, ריפט ער אן געפנער און זאגט, ווילסט אביסל האבן פאן און ארויסלייגן א פרישע שטיקל סחורה וואס גייט ארומפארן צווישן אונזערע ארימע ברודער?

געפנער זאגט פארוואס נישט, צינד אן די ריקארדער און לאמיר אביסל טריפן.

והנה, יואלי הייבט אן ריקארדן און מאכט זיך משוגע, געפנער שפילט מיט, און סאושל מידיע דרייט זיך איבער.
 
פאר איינער וואס געט נישט קיין סאך צדקה וואלט איך געגלייבט דעם שפיל
למעשה געט יואלי לאנדא מיליאנען דאלער צדקה א יאהר, דעס איז א פאקט וואס יעדער האלט מיט, ער איז נישט קיין ב"ש אין צדקה

בכלל האלט איך אז ער איז א פארשטענדליכע מענטש, מיט זיין צוגאנג צו טיילען ריזען געלטער פאר צדקה,
ווייל יעדע דאלער וואס ער פארטיילט פאר צדקה ברענגט עם סיפוק, איך רעד נישט פון העכערע השגות, שכר בעולם הבא, נאר גשמיות'דיגע הנאה בעולם הזה,
עס דארף זיין א מוסר השכל פאר אנדערע וואס האבען געלט, האלט עס נישט אהן טייט, ווייל קענסט געבן א שטארב אפ מארגען ח"ו און דו וועסט גארנישט האבען געהאט פון דיין געלט, וועסט ליגען אין קבר און זיך עסן דאס געזונט פארוואס האסט גארנישט געטוהן מיטן געלט,
ווי לאנג דו לעבסט טייל און טייל מיליאנען, און האב הנאה פון גרינגער מאכען פאר דיינע ברודער
 
Back
Top