דאס לעבן און שאפן פון הנגיד יואלי לאנדא

וואס איך ווייס יא איז אז בעלזער רב האט גערעדט זייער שיין און נארמאל
איך האב עס געהערט זייער לאנג צירוק, איך געדענק נישט אז בעלזער רב זאל זאגן ווערטער ווי, עפרא לפימא, סטרא אחרא, אדער אז זיין מאמע איז געגאנגען אויסגעשניטן די דדים, זענען קרעציג, מ'דארף זיין ארויסווארפן און נאך שרייען, אדרבה אויב האסטו דאס יא געהערט לאז מיר וויסען און איך וועל טוישן מיין מיינונג.
ער האט גערעדט פון סאטמאר רב און פון זיין ספר ויואל משה אין א מיאסע וועג, אויכעט אויפן גזע פונעם חתם סופר. איך זיך נישט דא צי בארעדן בעלזע רב, אבער עס איז די פארקערטע פונעם אמת אז ער האט "גערעדט זייער שיין און נארמאל".

קליינקעפיג איז איינער וואס קען נישט פארשטיין אז ס'דא איינער וואס האט אן אנדערע מיינונג, סיי לקולא און סיי לחומרא
איך בין נישט חולק אויף דעהם. איך וועל צילייגן אז קליינקעפיג איז אויכעט ווען מען מיינט אז קיינער טאהר נישט אוועקמאכן מיין רבי.
 
אין סאטמאר באשטייט דאס גאנצע אידישקייט אראפצורייסן אנדערע.
אוודאי אזוי. זיי היטן נישט קיין שבת און גלייבן די 13 אני מאמין'ס.
פאר די וואס קוקן ארויף איינער וואס שעלט ברבים איינער וואס אסרט עפעס וואס ער איז מתיר.
נישט אמת. די סאטמארע רב האט נישט קיינעם געשאלטן ברבים. איך האב עס מברר געוועהן.

איך זעה נישט קיין סבה צי ממשיך זיין די שמועס מיט @מילך טראק, וויבאלד ער האט א אנדערע ווערסיע פון היסטאריע ווי מיך. אן אנדערע ווערסיע פון וואס איך האב געהערט בעלזער רב רעדן אין די ריקארדירונג און אויכעט אן אנדערע ווערסיע פון וואס איך האב געהערט פון די וואס האבן מיטגעהאלטן די דרשות פון רבי יואל מסאטמאר. דערפאר גיי איך זיך צירוקהאלטן פון צי רעאגירן צי זיינע מעסעדשעס.
 
לעצט רעדאגירט:
אוודאי אזוי. זיי היטן נישט קיין שבת און די 13 אני מאמין'ס.
סאיז בעסער זיך צו ביקן צו א צילם (עבודה זרה) ווי צו רעדן איין ווארט עיברית (רבינו הק' מסאטמאר)


נישט אמת. די סאטמארע רב האט נישט קיינעם געשאלטן ברבים. איך האב עס מברר געוועהן.
עפרא לפימא איז א קללה, ס'איז דא אפגעטעיפט ווי ער זאגט עס אויף קאשוי רב.


איך בין נישט קיין קאשויער אויך נישט קיין בעלזער, סאיז מיר נאר עקעלהאפיטיג מיטצוהאלטן ווען בעלזער רב האט גערעדט מיט גרויס איינגעהאלטנקייט אקעגן סאטמאר וואס זיי האלטן אז בעלז טוט נישט ריכטיג, זענען זיי געווארן צווילדווד,

און אפאר יאר שפעטער ווען אנדערע האבן געהאלטן אז סאטמאר טוט נישט ריכטיג איז ער ארויס מיט א מיסע אטאקע , גערופען פאר violence אויף א פארנעם וואס איז נישט געהערט געווארן.
 
לעצט רעדאגירט:
די גאנצע סאטמאר מערכה פון דעמאלטס איז א שטיק בלאף. בעלז האט געגעבן א זייער נארמאלע דרשה, אפשר א טראפ צו מיט זילזול, אבער גארנישט מער פון דעם. די סאטמערע אויסבראך איז געקומען פאר צוויי סיבות. איינס, ער האט גוט גערעדט און שטארק ארויסגעברענגט זיין צד מיט גאר זאכליכע טענות, אוו דאס האט זייער וויי געטון. צוויי, די ברך משה איז געווארן דעמאלטס רבי און גאר אסאך האבן געקרומט מיטן נאז, און די בעלזא מערכה האט שטארק באפעסטיגט דעם בענקל. און יא, בעצם איז נאריש טאמער בעלזא באליידיגט זיך פון דעם קליפ אין לאנדאן
 
די פראבלעם פון בעלזא איז געווען אז ער האט זיך אפגעטיילט פון די עדה חרדית און געמאכט א עקסטערע קהילה.
די דרשה איז נאר געווען די מכה בפטיש.
 
קען מען צוריקדרייען די שמועס צום ריבניצע צדיק? מען זאגט אז אסאך יידען האבן פארלוירען שווערע מיליונים ביי עם.
איז ער א גנב אדער נאר את "געלונגענע ביזניסמאן?"

נכתב בהנאלולו
 
Back
Top