די גאנצע סאטמאר מערכה פון דעמאלטס איז א שטיק בלאף. בעלז האט געגעבן א זייער נארמאלע דרשה, אפשר א טראפ צו מיט זילזול, אבער גארנישט מער פון דעם. די סאטמערע אויסבראך איז געקומען פאר צוויי סיבות. איינס, ער האט גוט גערעדט און שטארק ארויסגעברענגט זיין צד מיט גאר זאכליכע טענות, אוו דאס האט זייער וויי געטון. צוויי, די ברך משה איז געווארן דעמאלטס רבי און גאר אסאך האבן געקרומט מיטן נאז, און די בעלזא מערכה האט שטארק באפעסטיגט דעם בענקל. און יא, בעצם איז נאריש טאמער בעלזא באליידיגט זיך פון דעם קליפ אין לאנדאן
די מערכה קעגן בעלז אין ד מ׳ יאהרן איז נישט
גיוועהן בלויז לשם שמים - אזוי ווי אלע מחלוקת
אין די היסטוריה פון כלל ישראל , ספעציעל בנוגע
חסידות , אלץ איז דא - גער״ויבא השטן להתייצב בתוכם״-קענסט צירוק גיין צום חרם פון גר״א
צי די רדיפות פון ברסלב, צי די מלחמה פון צאנז- סאדיגורא,מער לעצטנס בעלז - מונקאטש , אדער
סאטמאר- קלויזענבורג , ועוד יכלה הנייר מלפורטם
ביי בעלז אין די מ׳ יאהרן האט סאטמאר גיהאט א
פחד אז אן עולם וועט אריבער קיין בעלז , ער איז
א נייער (relatively) רבי , און אין סאטמאר איז אלץ
גיוועהן א נאהנטקייט צי בעלז ,
איז אונטערגיקומען די שטייעדיגע תורה , ווי ער האט מזלזל בדבורו גיוועהן קעגן חת״ם סופר
מיט דעם האט ער גיוואלט הייבן בעלז ענד איט
בעקפייערט ,
סאטמאר האט עס אויס גענוצט
פארשאפט חתימות איבער די וועלט אראפ צירייסן
דעם בעלזער רב פאר די דיבורים .
אין די לאנג ראו איז ארויס געקומען א טובה אז
בעלז האט זיך מסדר גיוועהן , און איז אויסגשטיגען
אלץ איינע פון די חשוב׳ע קהלות ביי כלל ישראל
לשם ולתפארת אשרי לו