דאס לעבן און שאפן פון הנגיד יואלי לאנדא

ויש לחלק,
עיין משנה עדיות, עקביא בן מהללאל אליין האט מחולק געווען אויף רבים און ער האט זיך געהאלטן מיט זיין שיטה,
אבער פאר זיין זון האט ער גיזאגט ער זאל טון ווי דער רבים,

ער איז מסביר פאר זיין זון, אני שמעתי מרבים וכו', אתה שמעת ממני ואני יחיד והלכה כרבים,

די זעלבע איז שייך דא ודו"ק.
כ'קען נישט דעם משנה וואס דו ברענגסט צו דא אבער כ'גלייב דיר אויפן ווארט. אבער כ'האף אז דו פארשטייסט אז ס'בכלל נישט דומה וואס עקביא בן מהללאל האט אויסגעלערנט זיין זוהן, צו וואס סאטמארער רבי האט קיין זוהן נישט געהאט וועם אויסצולערנען, און אפילו ווען ער האט ווען יא וואלט ער עם זיכער נישט אויסגעלערנט אז ער זאל גיין מיט'ן רבים ווען ס'געקומען צו ציונות וואס איז לויט עם געווען ווי די ג' חמורות ממש אדער אפילו נאך ערגער... ענדערש זיך בוקן הונדערט מאל צום צלם ווי איידער רעדן עברית... קענסט דעם ווארט?
 
ווען סאטמאר רב זאגט אז די בחירות איז אן איסור גמור האלטן אבער די בעלזער אז ער האט דירעקט פארשעמט בעלזא'ער רב.
ביז היינט וועלן די בעלזא'ער זאגן אז סאטמאר רב האט זיך געחוצפה'ט קעגן בעלזא'ער רב דורכ'ן אסר'ן די בחירות.( ניין. ער האט נישט געזאגט ויעש אהרן את העגל. אפילו מען האט אייך פארקויפט אנדערש.)
סאו. ווען איז א דיסעגרימענט א באליידיגונג, און ווען נישט?
גענאגלט. די אנטווארט און רעאקציע וואס די בעלזער האבן געהאט צום סאטמארער פאר'ן זיך חולק זיין אויפן בעלזער בנוגע בחירות, דאס וואלט געווען א נארמאלע ציוויליזירטע רעאקציע פון סאטמאר ווען דער בעלזער איז זיך חולק מיט זיי. (לאפוקי...)
 
כ'קען נישט דעם משנה וואס דו ברענגסט צו דא אבער כ'גלייב דיר אויפן ווארט. אבער כ'האף אז דו פארשטייסט אז ס'בכלל נישט דומה וואס עקביא בן מהללאל האט אויסגעלערענט זיין זוהן, צו וואס סאטמארער רבי האט קיין זוהן נישט געהאט וועם אויסצולערנען און אפילו ווען ער האט ווען יא וואלט ער עם זיכער נישט אויסגעלערענט אז ער זאל גיין מיט'ן רבים ווען ס'געקומען צו ציונות וואס איז לויט עם געווען ווי די ג' חמורות ממש אדער אפילו נאך ערגער... ענדערש זיך בוקן הונדערט מאל צום צלם ווי איידער רעדן עברית... קענסט דעם ווארט?
ביסט גערעכט, דער סאטמאר רב אליינס איז געווען איבערצייגט אז ער איז 100% גערעכט, און מען קען נישט עקספעקטן אז ער זאל האבן די מדריגה פון עקביא הן מהללאל, אויף וועם די משנה איז מעיד שאין עזרה ננעלת בפני כל אדם מישראל בחכמה וביראת חטא כעקביא בן מהללאל.

אבער כהיום, אז די פסקים פון גדולי ישראל איז לטובת די בחירות, אז איינער איז מוחה אויף אן אנדערע קהל איז עס נישט ריכטיג, ווייל רוב ערליכע פוסקים האלטן אז מען מעג אנטייל נעמען צו העלפן די חרדים, ממילא איז אין הלכה כמותו.
 
ווען סאטמאר רב זאגט אז די בחירות איז אן איסור גמור האלטן אבער די בעלזער אז ער האט דירעקט פארשעמט בעלזא'ער רב.
ביז היינט וועלן די בעלזא'ער זאגן אז סאטמאר רב האט זיך געחוצפה'ט קעגן בעלזא'ער רב דורכ'ן אסר'ן די בחירות.( ניין. ער האט נישט געזאגט ויעש אהרן את העגל. אפילו מען האט אייך פארקויפט אנדערש.)
סאו. ווען איז א דיסעגרימענט א באליידיגונג, און ווען נישט?
בעלזא האט נישט געהאלטן אז די אסר'ן די בחירות איז חוצפה. די חוצפה (לפי דבריהם) איז געווען אין שטוב ביי די וויכוח אדער ביי די דרשה. יעצט פליז קום מיר נישט זאגן אז די דרשה איז נישט אמת ווייל דאס איז נישט די נושא. די נקודה איז אז בעלז האט נישט געהאלטן ס'איז א חוצפה פארן אסר'ן.
 
מען ברױך אפטײלן די חלק פון די מח' צװישן בעלזא און סאטמאר אין אַן עקסטערע שנירל. דאס איז נישט רילעיטעד צו יואלי לאנדא'ס לעבן און שאפן.
 
אין מיין מיינונג, איעדער מעג קריטיקירן ברבים די מעשים אדער השקפות פון וועהם ער וויל. אפלאכן ברבים פון א צווייטע מענטש (ובפרט אויב ער פארטרעט טויזענטער מענטשן) איז אן עוולה.
 
ס'איז נישט קײן עװלה. מ'רעדט נישט דא פון א נביא װי מוחמד אדער ישו. נאר ס'האט קאנסעקװענצן.
אפלאכן פון דער רבי איז נישט קײן עװלה, אפלאכן פון די חסידים - דאס איז אַן עװלה. װײל דו ביסט פוגע בכבודם פון טױזנטע מענטשן. בד"כ, מענטשן װערן נישט באלײדיגט פון דער חלק אז דו לאכסט אפ פון זײער רעבין. זײ באדערט װען דו זאגסט אדער אימפּלײסט אז זײ זענען שוטים פאר'ן גלײבן אין אים.
 
אבער כהיום, אז די פסקים פון גדולי ישראל איז לטובת די בחירות, אז איינער איז מוחה אויף אן אנדערע קהל איז עס נישט ריכטיג, ווייל רוב ערליכע פוסקים האלטן אז מען מעג אנטייל נעמען צו העלפן די חרדים, ממילא איז אין הלכה כמותו.
נישט אז מען מעג נאר אז מען מוז!
 
די פראבלעם פון בעלזא איז געווען אז ער האט זיך אפגעטיילט פון די עדה חרדית און געמאכט א עקסטערע קהילה.
וואס איז די פראבלעם דערמיט? פארוואס זאל בעלזא מיט די אנדערע קהילות דארפן פאלגן די עדה ווען זיי האבן נישט קיין שום ווארט דארט?
#no taxation without representation
 
גענאגלט. די אנטווארט און רעאקציע וואס די בעלזער האבן געהאט צום סאטמארער פאר'ן זיך חולק זיין אויפן בעלזער בנוגע בחירות, דאס וואלט געווען א נארמאלע ציוויליזירטע רעאקציע פון סאטמאר ווען דער בעלזער איז זיך חולק מיט זיי. (לאפוקי...)
איי געסס אז דו ווייסט נאר איין זייט פון די מטבע.
בעלזא. יא, כבוד בית בעלזא, איז שוין געוועזן א היתר צו רצחנ'ען מענטשן אינדערהיים. די הייליגע בעלזא'ער יושבים האבן מיט ציוויליזאציע קיין שייכות נישט געהאט. פול אידיש בלוט האבן זיי פארגאסן.
 

לאמער הערן ווער האט וועם גערצחט?
עיין תכלת מרדכי עה"ת הקדמת נכד המחבר אות טו
הגם דארט רעדט מען נישט פון רציחה אבער די מהלך המחשבה פון כבוד בית בעלזא קען מען זען.

אז בעלזא האט א אבסעסיע פאר כבוד-בעלזא ווייס איך. מיין שאלה איז פון ווי נעמסטו אז זיי האלטן אז עס איז מותר צי רצחנן פאר זיי כבוד-אבסעסיע.
 
Back
Top