דאס לעבן און שאפן פון הנגיד יואלי לאנדא

די שופטת האט גע'פסל'ט די אוקשען וואס די קאמפאני האט קאנדאקטעט, ווייל עס איז געווען אן אנדערע בידער וואס האט געאפפערט מער, און מען האט אים נישט קאנסידערט. אויסער דעם וואס די אפפער איז ווייניגער ווי מען זעט געווענליך ביי בענקראפסיס, איז דער דזשאדזש שטארק קאנסערנד אז א חלק פון די חובות וואס האבן זיך אנגעזאמלט איז פון אבליגעישנס פאר מעלפרעקטיס פון פאציענטן וועמען מען האט נישט געהעריג באהאנדלט, און די יורשים האבן געסעטלט, און ער האט קיינמאל נישט באצאלט, און ער וויל אלעס אפווישן מיט די בענקראפסי פיילינג, וואס איז פאר א ביליאן זעקס הונדערט מיליאן דאלאר.

אזא בענקראפסי גיט ליידער בעסיס פאר די אנטיסעמיטקע -קאדענס אוואנס- אז א איד איז מטעה דעם נכרי.

די שופטת האט איינגעזען די פראבלעם נאכדעם ווי סענאטארן האבן געפיילט קעגן די מהלך פון אוקשען. זי האט אויך געטאדלט דעם נגיד אז ער באווייזט נישט זיין פרצוף אין די קאורט הירינג. אויף דעם ארויף האט דעם נגיד'ס לויער זיך אזוי ווי אנטשולדיגט, און ער האט געלאזט וויסן אז ער האט געקריגן די מעסעדזש. ער האט צוגעזאגט מסדר צו זיין א נייע אוקשען אין יאנואר 2026, און דער עווענטועלער לוקח וועט מוזן זיך אונטערנעמען צו באצאלן די באקריוודעטע און די יורשים פון די וראונגפול דעט קעיסעס, כסף מלא עובר לסוחר, טבין ותקילין, כפי אשר יושת עליו.
 
Back
Top