דאס לעבן און שאפן פון הנגיד יואלי לאנדא

איך מיין אז רוב מענטשן וואס קריטיקירן אדער מאכן חוזק פון לאנדא קומט פון דזשעלעסי
טו מיר א טובה די מענטש טוט אלעס אין די וועלט אז ס'זאל זיין פון וואס חוזק צו מאכן
 
איך מיין אז רוב מענטשן וואס קריטיקירן אדער מאכן חוזק פון לאנדא קומט פון דזשעלעסי
רוב מענטשן זענען נישט דשעליס אויף יואלי לאנדא. ער איז צו ווייט פונעם פשוטן עמך איד. פונקט ווי א פשוטע בירגער איז נישט מקנא טראמפ.... מ'גייט מער מקנא זיין די שכן וואס האט געעפנט א ביזנעס און ס'מאכט צוויי מיליאן דאלער אין די ערשטע יאר....
 
פאר איינער וואס געט נישט קיין סאך צדקה וואלט איך געגלייבט דעם שפיל
למעשה געט יואלי לאנדא מיליאנען דאלער צדקה א יאהר, דעס איז א פאקט וואס יעדער האלט מיט, ער איז נישט קיין ב"ש אין צדקה

בכלל האלט איך אז ער איז א פארשטענדליכע מענטש, מיט זיין צוגאנג צו טיילען ריזען געלטער פאר צדקה,
ווייל יעדע דאלער וואס ער פארטיילט פאר צדקה ברענגט עם סיפוק, איך רעד נישט פון העכערע השגות, שכר בעולם הבא, נאר גשמיות'דיגע הנאה בעולם הזה,
עס דארף זיין א מוסר השכל פאר אנדערע וואס האבען געלט, האלט עס נישט אהן טייט, ווייל קענסט געבן א שטארב אפ מארגען ח"ו און דו וועסט גארנישט האבען געהאט פון דיין געלט, וועסט ליגען אין קבר און זיך עסן דאס געזונט פארוואס האסט גארנישט געטוהן מיטן געלט,
ווי לאנג דו לעבסט טייל און טייל מיליאנען, און האב הנאה פון גרינגער מאכען פאר דיינע ברודער
וואס מען טיילט אוועק דאס האט מען ווי מונבז המלך האט געזאגט אבותי גנזו למטה ואני גנזתי למעלה,
אין תלמוד ווערט געברענגט, אויף די טאכטער פון נקדימון בן גוריון אז זי האט געקליבען ווייץ פון גללי בקר זיך צו דערנערן פון הונגער און זי האט געזאגט אז דאס קומט ווייל איהר פאטער האט נישט געטון צדקה לעניים פרעגט די תלמוד וואס הייסט? ער האט אויס געשפרייט כלי מילת אויף זיין וועג צו בית המדרש טעגליך און עניים האבען עס אויפגעפיקט און געהאט דער פון פרנסה , ענטפערט מען, אז לויט זיין יכולת און פארמעגען האט ער נישט געגעבען גענוג ווייל לפום גמלא שיחנא -אז מען איז אהנגעקומען צו עשירות וואקסט דער חיוב צו מפריש זיין פאר עניים
לאחיך ולענייך בארצך .
 
א אפיציעלע ירידה?

ירידה.webp
 
פאר איינער וואס געט נישט קיין סאך צדקה וואלט איך געגלייבט דעם שפיל
למעשה געט יואלי לאנדא מיליאנען דאלער צדקה א יאהר, דעס איז א פאקט וואס יעדער האלט מיט, ער איז נישט קיין ב"ש אין צדקה

בכלל האלט איך אז ער איז א פארשטענדליכע מענטש, מיט זיין צוגאנג צו טיילען ריזען געלטער פאר צדקה,
ווייל יעדע דאלער וואס ער פארטיילט פאר צדקה ברענגט עם סיפוק, איך רעד נישט פון העכערע השגות, שכר בעולם הבא, נאר גשמיות'דיגע הנאה בעולם הזה,
עס דארף זיין א מוסר השכל פאר אנדערע וואס האבען געלט, האלט עס נישט אהן טייט, ווייל קענסט געבן א שטארב אפ מארגען ח"ו און דו וועסט גארנישט האבען געהאט פון דיין געלט, וועסט ליגען אין קבר און זיך עסן דאס געזונט פארוואס האסט גארנישט געטוהן מיטן געלט,
ווי לאנג דו לעבסט טייל און טייל מיליאנען, און האב הנאה פון גרינגער מאכען פאר דיינע ברודער
אינשאללה אז פין יואלי'ס מעשה צדקה פאדערט זיך אסאך פין אסאך אין זיין פלאץ דאס געבען מיליאנען אפ' ער באקומט די עטענטשען פארגין איך עס אים אין עס קומט זיך אים כל הכבוד

אבער דע אילן מאסק'ישע הנהגה גלייך איך זייער נישט ווען ער שטיפט אריין די נאז ביי גור בעלזא ווייל די זאכען יוזשעלי ארבייטן עניוועי נישט (אחוץ בהוש)
 
אין צוגאב צו די ריזיגע *אפיקומן פעקעדזשעס*, וואס איז נעכטן אנגעקומען צו אלע משפחות היתומים, אריינצושיינען דארט א ליכטיגקייט, האט רבי יואל לאנדא צוגעשטעלט א וואונדערליכע אינציאטיווע:

*פרייע טייערע חול המועד טריפס* פאר די *יתומים׳לעך משפחות* וואס האבן נישט קיין טאטן!

יעדע משפחה באקומט *א פריוואטע דרייווער און לוקזשערי קאר פאר 12 שעה* צו איינס פון די בעסטע און טייערסטע סייטס - *פון בראנקס זו צו וואשינגטאן די.סי.* - מיט אלע טיקעטס און הוצאות פונעם טאג אויפ׳ן נדיב!

פאר די אלמנות פון וויליאמסבורג און אויך בארא פארק,
 
Back
Top