דאס שקר און בלוט בילבול גערופן מדינת ישראל גענאציד

כלבין דחציפין

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אפר. 15, 2025
מעסעדזשעס
450
רעאקציע ראטע
2,427
פונקטן
413
עס דרייט זיך אויפן גאס אנטעסעמיטן וואס פארקויפן פארן עולם גולם אז מדינת ישראל באגייט גענאציד. לעצטנס האט זיך עס אריבער געכאפט צום אלגעמיינעם עולם און אפילו ביים היימישע עולם איז לאמיר דא אויסקלארן.
קודם דארף מען נישט ווערן פארלוירן ווען א פראפעסאר זאגט עפעס, עס דארף מאכן סענס, ער איז נישט עפעס א העכערע כוח וואס באשטימט זאכן.
לדוגמא פראפעסאר עומר בר טוב האט געזאגט ״גלייב מיר איך בין א פראפעסאר און איך ווייס וואס איך רעד״. (וואס קען זיין א גרעסערע הוכחה ווי דעם? נישטא ווער זאל לאכן….)
דעי חברה כאפן זיך ארויף אויף שארפע סטעיטמענטס וואס מדינת ישראל באמטע האבן געלאזט פאלן און אויף דעים ארויף באשטימען זיי אז דאס איז פראָוו פון א גענאציד.
איז דארף מען קלאר מאכן אז די יסוד פון גענאציד איז ״אינטענט״ דהיינו רצון.
עס איז נישטא קיין שום פראָוו פון אינטענט אוו גענאציד.
יא ער ברענגט שארפע סטעיטמענטס אא״וו, אבער ווען מען קוקט למעשה זעהט מען אז נישט נאר איז נישטא קיין אינטענט, נאר פונקט פארקערט, זייער פרובירן די מערסטע מעגליך עס זאל נישט זיין קיין ציווילע טויטע, זיי זענען מקריב זייער אייגענע סאלדאטן, אלעס אבי ציווילע זאלן נישט שטארבן, קיין איין ארמיי אין די וועלט איז נישט מקריב פון זיך אזוי סאך ווי מדינת ישראל טוט אויף צי אכט געבן אויף ציווילע בירגער.

וועלכע ארמיי ווארפט אראפ צעטלעך פארן אטאקירן, כדי די ציווילע זאלן האבן צייט אוועק צו גיין?
וועלכע נאך ארמיי שיקט אריין טויזענטע טרופען אויף צום שטארבן, אנשטאט פלעין אראפשיסן די גאנצע שטאט און פטור אן עסק?
וועלכע ארמיי שיקט אריין עסן און אלעקטריסיטי פאר די שונא?
מדינת ישראל צאלט זייער א טייערע פרייז כדי צו זיין למהדרין מן המהדרין די מערסטע עטישע מיליטער אויפן וועלט!
 
לעצט רעדאגירט:
מדינת ישראל האט שוין געווארפן זייט די אנפאנג פון די יעצטיגע קאנפליקט, איבער 50,000 באמבעס און מיסעלס אויף עזה, פון די אנדערע זייט זענען שוין (לויט די מערסט עקסטרעמע נייעס קוועלער) געהארגעט געווארן מערסטנס 62,000 ציווילע מענטשן.
עס הערט זיך טאקע ווי אסאך, אבער ווען מען טראכט א רגע, און מען רעכענט עס אויס, קימט אויס אז די סך הכל טויטע "פער באמבע" איז נישט מער ווי איין און א פערטל מענטש....
אויב איינער האט א ספק פאר א סקונדע אז מדינת ישראל וויל הארגענען ציווילע, דארף ער נעמען אין באטראכט, פארוואס האט א באמבע וואס איז ארגינעל דיזיינט געווארן צו עלעמינירן מינימום פיפציג מענטשן אין איין שאס, אפי' נישט מצליח געווען צו הארגענען קוים צוויי מענטשן?...
אפי' אויב זיי וואלטן נישט געוואלט בכוונה הארגענען ציווילע, נאר זיי זענען פשוט נישט געווען געניג פארזיכטיג צו צילן נאר אויף פיינטליכע צילן, וואלטן מען ערווארטעט אסאך מער ווי איינס און א פערטל מענטש פער באמבע....
 
לעצט רעדאגירט:
לדוגמא פראפעסאר עומר בר טוב האט געזאגט ״גלייב מיר איך בין א פראפעסאר און איך ווייס וואס איך רעד״.
איך האב דעם ארטיקל שוין געליינט און כ'קען זאגן אז ער האט מיך עטוואס געעפנט די אויגן.
אבער וואס איז מיך געבליבן אום פארענטפערט פארוואס ער נוצט יא די ווארט גענעסייד.
אויב וויל מד"י אויסמארדן די עזה באפעלקערונג דאן וואלטן זיי עס געקענט טון און אפאר וואכן!
אדערווייל האבן זיי דאס נאכנישט געטון.
איי וועסטו טענה'נען אז מ'דארף שרייען נאך איידער זיי האבן פאקטיש אויסגעפירט די פעלקער-מארד, וואס דאן וועט שוין זיין צו שפעט צו שרייען, פיין, אבער פארוואס עס אנרופן 'גענעסייד'?
קום אויף מיט עפעס א נייער ווארט צו באטיטלען א מלחמה וואס שטעלט ציווילע אין א סכנה.
גענעסייד איז נישט קיין ביליגע ווארט.
פונקט ווי שרייען נאצי.
א פעלקער-מארד/גענעסייד איז וואס די נאציס האבן געטון, א סיסטעמאטישע מארד אפעראציע, לאגערן, גאז קאמערן.
 
עס דרייט זיך אויפן גאס אנטעסעמיטן וואס פארקויפן פארן עולם גולם אז מדינת ישראל באגייט גענאציד. לעצטנס האט זיך עס אריבער געכאפט צום אלגעמיינעם עולם און אפילו ביים היימישע עולם איז לאמיר דא אויסקלארן.
קודם דארף מען נישט ווערן פארלוירן ווען א פראפעסאר זאגט עפעס, עס דארף מאכן סענס, ער איז נישט עפעס א העכערע כוח וואס באשטימט זאכן.
לדוגמא פראפעסאר עומר בר טוב האט געזאגט ״גלייב מיר איך בין א פראפעסאר און איך ווייס וואס איך רעד״. (וואס קען זיין א גרעסערע הוכחה ווי דעם? נישטא ווער זאל לאכן….)
דעי חברה כאפן זיך ארויף אויף שארפע סטעיטמענטס וואס מדינת ישראל באמטע האבן געלאזט פאלן און אויף דעים ארויף באשטימען זיי אז דאס איז פראָוו פון א גענאציד.
איז דארף מען קלאר מאכן אז די יסוד פון גענאציד איז ״אינטענט״ דהיינו רצון.
עס איז נישטא קיין שום פראָוו פון אינטענט אוו גענאציד.
יא ער ברענגט שארפע סטעיטמענטס אא״וו, אבער ווען מען קוקט למעשה זעהט מען אז נישט נאר איז נישטא קיין אינטענט, נאר פונקט פארקערט, זייער פרובירן די מערסטע מעגליך עס זאל נישט זיין קיין ציווילע טויטע, זיי זענען מקריב זייער אייגענע סאלדאטן, אלעס אבי ציווילע זאלן נישט שטארבן, קיין איין ארמיי אין די וועלט איז נישט מקריב פון זיך אזוי סאך ווי מדינת ישראל טוט אויף צי אכט געבן אויף ציווילע בירגער.

וועלכע ארמיי ווארפט אראפ צעטלעך פארן אטאקירן, כדי די ציווילע זאלן האבן צייט אוועק צו גיין?
וועלכע נאך ארמיי שיקט אריין טויזענטע טרופען אויף צום שטארבן, אנשטאט פלעין אראפשיסן די גאנצע שטאט און פטור אן עסק?
וועלכע ארמיי שיקט אריין עסן און אלעקטריסיטי פאר די שונא?
מדינת ישראל צאלט זייער א טייערע פרייז כדי צו זיין למהדרין מן המהדרין די מערסטע עטישע מיליטער אויפן וועלט!
כ׳קען נישט זאגן אז זיי טוען דשענעסייד אין לאמיך קלאר מאכן אין האלט נישט פין כאמאס אבער לויט דיין theory קומט אויס אז איזרעל קען טוהן מה שליבו חפץ אבער ווי לאנג זיי באהאלטען גוט די פעיפערס אויף intent קען זיי קיינער נישט באשילדיגען. יעצט איך פערזענליך האלט נישט אז ישראל האט אינטענט דא באט מיין קשיא איז וויפיל מענטשען מעג מען הארגענען וויבאלד אפשר גייט עפעס געשעהן. אין פאר די וואס זאגען ס׳גייט זיכער עפעס געשעהן פאר אזעלכע מענטשען זאג איך נישט קיין חילוק וויפול די גייסט הארגענען גייט זיין פרישע טעראריסטען די נעקסטע טאג. סא איך האלט קלאר דעשנעסייד איז זיכער דא נישטא באט ס׳יא דא א איינזייטיגע מלחמה וואס קאסט Civilians יעדע טאג מאמעס אין בעיביס סא כ׳מין אז סוואלט געווען א עיצה טובה פאר איזרעל צי קלאר מאכן וואס זייער גאול איז אין ווען זיי פלאנען צי אנפאנגען זיך ארויסציציען פין גאזא שרייען אנטעסעמיט אויף יעדער וואס האלט אנדרעש גייט נישט העלפן אין ס׳פארשטענדלעך פארוואס מענטשען רופן עס אזוי פאר געוויסע קומט עס מטעם פיינט האבען אידן אין פאר געוויסע איז עס פשוט די שארפסטע וועג אויסצירופן ווייטאג.
 
וואס די ביסט מסביר האט א נאמען ״מלחמה״ און ביי א מלחמה שטארבן ליידער ציווילע, אבער מיט קיין גענאציד האט עס נישט קיין שייכות.
און ניין איך האב נישט געזאגט אז ״ווייל זיי באהאלטען גוט די פעיפערס קען מען עס נישט פראווען״.
איך האב געזאגט אז ״זייערע מעשים פראווען בקום ועשה אז זיי ווילן פונקט די פארקערטע פון גענאציד, אז זיי זענען מקריב זייערע אייגענע סאלדאטן אויף צי ראטעווען ציווילע״.
 
1753415943695.png


היציגע ערקלערונגען ווייזן קלאר יא ''אינטענט'', אויף די היציגע מעשים, - אז דאס זאל 'יא' זיין א 'זשענאסייד'!

אט דא אין דעם קרעמל שנירל איז קאפירט עומר ברטוב'ס ווערטער. לייענט פאר אייך אליינס די באווייזן קליפ און קלאר אז די ציונים מאכן ''יא'' א זשענאסייד אויף די פאליסטינער.

 
לעצט רעדאגירט:
איל האב אני
וואס די ביסט מסביר האט א נאמען ״מלחמה״ און ביי א מלחמה שטארבן ליידער ציווילע, אבער מיט קיין גענאציד האט עס נישט קיין שייכות.
און ניין איך האב נישט געזאגט אז ״ווייל זיי באהאלטען גוט די פעיפערס קען מען עס נישט פראווען״.
איך האב געזאגט אז ״זייערע מעשים פראווען בקום ועשה אז זיי ווילן פונקט די פארקערטע פון גענאציד, אז זיי זענען מקריב זייערע אייגענע סאלדאטן אויף צי ראטעווען ציווילע״.
איך האב געמיינט פין דיין ווערטער אז ווילאנג ס׳נישט דא קיין קלארע באווייזען אז איזרעל טוט דשענעסייד מיט דאקומענען דעמאלטס היישט עס נישט קיין דענעסייד באט כ׳הער זאגסט אז זייער עקשאנס ווייזט אנדרעש נאכאמאל מ׳קען נישט הארגענען טויזענטע מענטשען אין שרייען כוואטש. מענטשען גייען דיר סטאפן צי גלייבן ווייל אויב לויט זייער חשבון ביזטו אימשטאנד צי הארגענען אפילו נאר 5000 ציווילע סא פארוואס זאל איך דיר יעצט גלייבען אז די אז די וואטשט נאך אויכעט. סקען זיין די ביזט גערעכט באט ס׳דא א צווייטע צד. אפילו ס׳איז א מלחמה די היינטיגע סטענדערטס זענען אז משיסט נישט טויזענטע באמבעס אין ציווילע פלעצער נאר ווען ס׳פעלט אויס אזויווי אין דייטשלאנד צי געבען א ציפ די מלחמה זאל זיך ענדיגען באט דא פליט איין מאל א יובל באמבעס פין גאזא. נאכאמאל כנעם נישט קיין שטעלונג אויף די מלחמה ספשוט אז כ׳נעם ווייט נישט אן אויף זיכער אז יעדע זאך וואס ארץ ישראל זאגט מוז איך גלייבן ווייל זיי זענען אידן. אין סקען גאר זיין כ׳בין נישט גערעכט.
 
View attachment 7353

היציגע ערקלערונגען ווייזן קלאר יא ''אינטענט'' אויף די מעשים אז דאס זאל הייסן זשענאסייד.

אט דא אין דעם קרעמל שנירל איז קאפירט עומר ברטוב'ס ווערטער. לייענט פאר אייך אליינס די באווייזן קליפ און קלאר אז די ציונים מאכן ''יא'' א זשענאסייד אויף די פאליסטינער.

@שמייכעל ס׳זעהט אויס ווי די ניצט קרעמל פאר דיין פריוואטע צייטונג צי טעסטען אויב סלוינט זיך ארויסציגעבן פאר די פאבליק. כ׳זאג דיר אז יא קענסט עס אנפאנגען ארויסציגעבן אין איך העל עס אי״ה קויפן עטליסט פאר די ערשטע וואך.
 
לעצט רעדאגירט:
יעצט איך פערזענליך האלט נישט אז ישראל האט אינטענט דא באט מיין קשיא איז וויפיל מענטשען מעג מען הארגענען וויבאלד אפשר גייט עפעס געשעהן
איך פארשטיי נישט, אפשר גייט עפעס געשעהן?? ס'איז שוין געשעהן!! יעצט קלינט מען נאר אויף וואס איז געשעהן, יעדער לאנד האט די רעכט און א חיוב זיך צו פראטעקטן און פראטעקטן זייערע בירגער, און מד"י איז דורכגעפאלן מיט די מיסיע ביי אקטאבער 7, מאכן זיי יעצט זיכער אז ס'איז נישט דא קיין שום געפאר פאר די עקזיסטענץ פון מד"י.
אין פאר די וואס זאגען ס׳גייט זיכער עפעס געשעהן פאר אזעלכע מענטשען זאג איך נישט קיין חילוק וויפול די גייסט הארגענען גייט זיין פרישע טעראריסטען די נעקסטע טאג.
סא ממילא טאר מען גארנישט טוהן?? מען דארף לאזן האדעווען א פרישע דור פון מחבלים?!? מען דארף זיכער מאכן אז דאס געשעהט נישט, מען גייט בחומר הדין און נוצן יעדע סארט מיטל אז ס'זאל זיין ווי ווייניגער, דאס אז מארגן גייט זיין נאך איז נישט קיין טענה, איי"ם סאר"י.
ס׳פארשטענדלעך פארוואס מענטשען רופן עס אזוי פאר געוויסע קומט עס מטעם פיינט האבען אידן אין פאר געוויסע איז עס פשוט די שארפסטע וועג אויסצירופן ווייטאג
עס קומט אך ורק פון די שנאה צו אידן, קיינער גייט נישט אן אזוי שטארק אז ס'ווייטאגט אים, קוק יעצט ביי די מאסיווע פעלקער מארד אין סיריע אין פה פוצף פה ומצפצף, קיינער געט נישט קיין דע"ם אויב מ'הרג'עט מענטשן, נאר וויבאלד אונז זעמער אידן און עשו שונא ליעקב.
 
מדינת ישראל האט שוין געווארפן זייט די אנפאנג פון די יעצטיגע קאנפליקט, איבער 50,000 באמבעס און מיסעלס אויף עזה, פון די אנדערע זייט זענען שוין (לויט די מערסט עקסטרעמע נייעס קוועלער) געהארגעט געווארן בערך 62,000 ציווילע מענטשן.
עס הערט זיך טאקע ווי אסאך, אבער ווען מען טראכט א רגע, און מען רעכענט עס אויס, קימט אויס אז די סך הכל טויטע "פער באמבע" איז נישט מער ווי איין און א פערטל מענטש....
אויב איינער האט א ספק פאר א סקונדע אז מדינת ישראל וויל הארגענען ציווילע, דארף ער נעמען אין באטראכט, פארוואס האט א באמבע וואס איז ארגינעל דיזיינט געווארן צו עלעמינירן מינימום פיפציג מענטשן אין איין שאס, אפי' נישט מצליח געווען צו הארגענען קוים צוויי מענטשן?...
אפי' אויב זיי וואלטן נישט געוואלט בכוונה הארגענען ציווילע, נאר זיי זענען פשוט נישט געווען געניג פארזיכטיג צו צילן נאר אויף פיינטליכע צילן, וואלטן מען ערווארטעט אסאך מער ווי איינס און א פערטל מענטש פער באמבע....
וויפיל בולעטס איז געשאסן געווארן?
 
וואס טוט זיך מיט געסנייפערטע 2 יעריגע קינדער?
 
איך פארשטיי נישט, אפשר גייט עפעס געשעהן?? ס'איז שוין געשעהן!! יעצט קלינט מען נאר אויף וואס איז געשעהן, יעדער לאנד האט די רעכט און א חיוב זיך צו פראפעקטען און פראטעקטען זייערע בירגער, און מד"י איז דורכגעפאלן מיט די מיסיע ביי אקטאבער 7 מאכן זיי יעצט זיכער אז ס'איז נישט דא קיין שום געפאר פאר די עקזיסטענץ פון מד"י.
100 פראצענט, מדינת ישראל האט א רעכט צוריקצופייטן, די קשיא איז נאר וויפיל מעגן זיי צוריקפייטן אין די ראם פון מענטשליכקייט. אויף דעם האב איך געזאגט אויב די חשבון איז דא אז מ'דארף הרג'ענען יעדן טעראריסט דעמאלטס איז קלאר אז ס'גייט קיינמאל נישט געשען, ס'פשוט אז פריינט אדער קינדער פון טעראריסטן גייען קיינמאל מוחל זיין ישראל און וועלן נאכאמאל אויפבויען די טעראריסטישע נעטווארק איינמאל די מלחמה איז געענדיגט.

נאכאמאל, מדינת ישראל קען טענה'ען אז זיי מעגן ביז איבערמארגן, באט לאזן פאלן באמבעס פאר 5 אדער 10 יאר טוט שרעקליך וויי די אימעדזש וואס אידן האבן אויף די וועלט. אויסראטן די געפאר אנטקעגן מדינת ישראל העט קיינמאל נישט געשעהן במציאות. לאמיר זיך נישט נארן, און אויב יא האב איך געזאגט אין מיין פרידיגע מעסעדזש זאל מדינת ישראל קלאר זאגן ווען און וויאזוי גייט הייסן א סוקסעס.
סא ממילא טאר מען גארנישט טוהן?? מען דארף לאזן האדעווען א פרישע דור פון מחבלים?!? מען דארף זיכער מאכן אז דאס געשעהט נישט, מען גייט בחומר הדין און נוצן יעדע סארט מיטל אז ס'זאל זיין ווי ווייניגער, דאס אז מארגן גייט זיין נאך איז נישט קיין טענה, איי"ם סאר"י.
ניין זיכער נישט. אבער ס'פשוט נישט מעגליך אויסצוראטן אלע, נישט אלע וואוינען אפילו אין גאזא, און מיט יעדע פארבייגייענדע מינוט טוט מדינת ישראל באקומען א מער שרעקליכע אימעדזש אויפן וועלט. די קשיא איז צי נקמה לוינט פאר די פרייז.
עס קומט אך ורק פון די שנאה צו אידן, קיינער גייט נישט אן אזוי שטארק אז ס'ווייטאגט אים, קוק יעצט ביי די מאסיווע פעלקער מארד אין סיריע אין פה פוצף פה ומצפצף, קיינער געט נישט קיין דע"ם אויב מ'הרג'עט מענטשן, נאר וויבאלד אונז זעמער אידן און עשו שונא ליעקב.
ס'קלאר אויך שנאת ישראל באט אויכעט ס'פארשטענדליך דא א חילוק פין סיריע ביז מדינת ישראל, כ'בין זיכער אויב ענגלאנד נעמט זיך אויסהארגענען א דענעבעדיגע שוואכע לאנד וואלט מען גערעדט דערפון אזויפיל ווי מ'רעדט יעצט פון די גאזא מלחמה ווייל מדינת ישראל אין ענגלאנד זענען ביידע ציוויליזירטע לענדער סא מ'ערווארט פין זיי א העכערע סטענדערט אין מענטשליכקייט.
 
1753461686702.png


איר פארלייקענט דאס מציאות ווי דער בת היענה פויגל...!

https://kraimel.community.forum/threads/zywnym-pyrn-dwrk-plqn-mrd-dzs-nsyyd.1965/#post-57738

זעהט דא די ליסטע פון מענטשן וואס זאגן אז דאס איז ''יא'' א ''דזשענאסייד''!

איר לייגט זיך אריין די קאפ אין דער ערד, ווי דער בת היענה, נישט צו זעהן אדער הערן דעם אמת!

דיע וואס שרייען, אז דאס איז ''דזשענאסייד'', זענען אלע אידן!

אבער איר האלט דאך, אז די סאטמאר רבי, הויוא' משה זי''ע, איז אויך געווען א אנטיסעמיט און א שונא ישרא', אלעס ווייל ער איז געווען קעגן ציונות...!
 
לעצט רעדאגירט:
וואס טוט זיך מיט געסנייפערטע 2 יעריגע קינדער?
וויפיל בולעטס איז געשאסן געווארן?
סאו, באמבעס וואטשן זיי יא און בולעטס נישט? דאס אז ביי באמבעס איז דא אזוי ווייניג פאטאלעטעיטן, מיינט אז אין אלגעמיין זענען זיי עקקסטריעמלי פארזיכטיג, און ווען זיי נוצן בולעטס איז עס אויך נאר ווען זיי פראבירן צו זיין פארזיכטיג, ווען נישט וואלטן זיי קיינמאל נישט פארניצט אזוי פיל וואפן פאר אזוי ווייניג מענטשן, אוודאי שטארבן אויך ציווילע, אבער זאגן אז דאס איז בכוונה, זעהט מיך אויס לעכערלעך.
(און אגב, די 62,000 טויטע איז אויך אריינגערעכנט די וואס זענען געשטארבן פון בולעטס, סאו באמת איז עס אסאך ווייניגער ווי איין און א פערטל מענטש פער באמבע...)
 
מדינת ישראל האט שוין געווארפן זייט די אנפאנג פון די יעצטיגע קאנפליקט, איבער 50,000 באמבעס און מיסעלס אויף עזה, פון די אנדערע זייט זענען שוין (לויט די מערסט עקסטרעמע נייעס קוועלער) געהארגעט געווארן בערך 62,000 ציווילע מענטשן.
עס הערט זיך טאקע ווי אסאך, אבער ווען מען טראכט א רגע, און מען רעכענט עס אויס, קימט אויס אז די סך הכל טויטע "פער באמבע" איז נישט מער ווי איין און א פערטל מענטש....
אויב איינער האט א ספק פאר א סקונדע אז מדינת ישראל וויל הארגענען ציווילע, דארף ער נעמען אין באטראכט, פארוואס האט א באמבע וואס איז ארגינעל דיזיינט געווארן צו עלעמינירן מינימום פיפציג מענטשן אין איין שאס, אפי' נישט מצליח געווען צו הארגענען קוים צוויי מענטשן?...
אפי' אויב זיי וואלטן נישט געוואלט בכוונה הארגענען ציווילע, נאר זיי זענען פשוט נישט געווען געניג פארזיכטיג צו צילן נאר אויף פיינטליכע צילן, וואלטן מען ערווארטעט אסאך מער ווי איינס און א פערטל מענטש פער באמבע....
די נומער 62,000 ציווילע טויטע איז נישט אמת.
 
100 פראצענט, מדינת ישראל האט א רעכט צוריקצופייטן, די קשיא איז נאר וויפיל מעגן זיי צוריקפייטן אין די ראם פון מענטשליכקייט. אויף דעם האב איך געזאגט אויב די חשבון איז דא אז מ'דארף הרג'ענען יעדן טעראריסט דעמאלטס איז קלאר אז ס'גייט קיינמאל נישט געשען, ס'פשוט אז פריינט אדער קינדער פון טעראריסטן גייען קיינמאל מוחל זיין ישראל און וועלן נאכאמאל אויפבויען די טעראריסטישע נעטווארק איינמאל די מלחמה איז געענדיגט.

נאכאמאל, מדינת ישראל קען טענה'ען אז זיי מעגן ביז איבערמארגן, באט לאזן פאלן באמבעס פאר 5 אדער 10 יאר טוט שרעקליך וויי די אימעדזש וואס אידן האבן אויף די וועלט. אויסראטן די געפאר אנטקעגן מדינת ישראל העט קיינמאל נישט געשעהן במציאות. לאמיר זיך נישט נארן, און אויב יא האב איך געזאגט אין מיין פרידיגע מעסעדזש זאל מדינת ישראל קלאר זאגן ווען און וויאזוי גייט הייסן א סוקסעס.
דו פארסט אריין אין א גענצליך נייער שמועס...
"לוינט זיך פאר די מדינה דאס וואס זיי טוהן, פאר די לאנגן טערמין"?
"גייען זיי ערגעץ אנקומען דערמיט"?
"איז דאס מענטשליך (וואטעווער דעט מינס)"?

ס'האט אבער קיין שייכות מיט די ווארט דזשענאסייד.
 
View attachment 7372

איר פארלייקענט דאס מציאות ווי דער בת היענה פויגל...!

https://kraimel.community.forum/threads/zywnym-pyrn-dwrk-plqn-mrd-dzs-nsyyd.1965/#post-57738
זעהט דא די ליסטע פון מענטשן וואס זאגן אז דאס איז יא א זשענאסייד.

איר לייגט זיך אריין די קאפ אין דער ערד, ווי דער בת היענה, נישט צו זעהן אדער הערן דעם אמת!

דיע וואס שרייען, אז דאס איז ''דזשענאסייד'', זענען אלע אידן!

אבער איר האלט דאך, אז די סאטמאר רבי, הויוא' משה זי''ע, איז אויך געווען א אנטיסעמיט און א שונא ישרא', אלעס ווייל ער איז געווען קעגן ציונות...!
איך קען דיר ברענגען א פיל גרעסערע ליסטע פון מענטשן וואס האלטן אז דאס גאנצע אידישקייט איז א געבעקס (יא! אויך פילע "אידן"!!!), נו, איז וואס????
דו האסט אויפגעהערט לייגן תפילין דערפאר?

דאס אויב עפעס איז אמת אדער נישט, האט 0 שייכות מיט וויפיל מענטשן זאגן אזוי אדער אזי...

די פאקט איז, אז ס'איז נישט פאראן קיין שום ראיה, קיין ברעקל ראיה, אז די מדינה נעמט צוזאם ציווילע און הארגעט זיי אויס.

מיין פריינט, אז דו ווילסט באשולדיגן איינעם ברענג פרוף...

טויזנטער ציווילע טויטע זאגט 0 אז ס'איז א דזשענאסייד, יעדע גרויסע מלחמה האט טויזנטער ציווילע טויטע. און דא רעדט מען דאך פון א טעראר ארגאניזאציע וואס פירט איר קריג "דווקא" פון צווישן די ציווילע באפעלקערונג!

וואו נאך האסטו געהערט פון גענערעלער וואס באהאלטן זיך אין טונעלן אונטער ציווילע שפיטעלער?!
 
דו פארסט אריין אין א גענצליך נייער שמועס...
"לוינט זיך פאר די מדינה דאס וואס זיי טוהן, פאר די לאנגן טערמין"?
"גייען זיי ערגעץ אנקומען דערמיט"?
"איז דאס מענטשליך (וואטעווער דעט מינס)"?

ס'האט אבער קיין שייכות מיט די ווארט דזשענאסייד.
כ׳האב סך הכל גענטפערט יענע תגובה וואס כ׳האב ציטירט באט כ׳האב שוין געשריבן פארדעים אז כ׳האלט אויך נישט אז מד״י טוט דשענעסייד.
 
איך האב איין שאלה צו אלע נארמאלע גענאציסטן. וואס זאל מדנ"י טון אנדערש? ווען דו ביזט ווען פריים מיניסטאר, וואס וואלסטו געטון? סיספייער עט אלל קאסט? וואלט דאך געברענגט א ריפיעט. וואס יא? קיינמאל נישט באמבאדירן אויב א ציווילער איז אין געגנט? וואלטן דאך נאך חמאס געלעבט. אלא מאי באמבארדירן, נאר מיט רחמנות? דו ווייסן וויפיל ערגער עס וואלט געקענט זיין? און בכלל, עס איז נישט גענאציד, נאר א מחלוקת ווי ווייט צו גיין. אז ביבי האלט אנדערש, ווערט ער נאך נישט קיין קרימינאל.

איין שטארקע טענה האב איך אויף ביבי, עס זעהט נישט אויס ווי דער מענטש אפערירט מיט א פלאן.
 
די נומער 62,000 ציווילע טויטע איז נישט אמת.
וועגן דעם האב איך געזאגט אז אפי'
(לויט די מערסט עקסטרעמע נייעס קוועלער)
איז עס אזוי. אויב עכט איז עס ווייניגער, איז אסאך מער לעכערלעך צו שרייען דזשענעסייד.
 
Back
Top