דאס שקר און בלוט בילבול גערופן מדינת ישראל גענאציד

מיינסט צו זאגן אז זיי קענען נאך אנברענגען א שואה ווי זיי וועלן הארגענען 6 מיליאנען פון אונז??
אה... דאס האבן זיי שוין געטוהן אן די מורא'דיגע עבירות פון די מדינה.

וועק דיך אויף חבר מיינער...
די שנאה קעגן די מדינה האט גאר ווייניג שייכות מיט וואס זי טוט.
אנדערע לענדער טוהן פיל ערגער, און קיינער קימערט זיך נישט דערמיט.

די שנאה איז א טיפע איינגעבאקענע שנאה קעגן דעם אידל. זיי כאטש קלוג און בוי כאטש א מדינה.
לעב דיך אין דיין באבל! די גייסט (און איך אויך) ליידן פון דעם באבל.

דאס איז נישט קיין תירוץ.

און ניין עס איז נישטא צופיל ערגער פון מדינת ישראל. זיי רצח'ענען אהן קיין אויפהער!

פאַשיסטן!
 
ס'איז אלס דא גוטע אויסריידן צו פייניגן א פאלק.

אויב די האלסט אז אקטאבער זיבן איז אן אויסרייד צו אויסהונגערן א פאלק. דאן לויט דיר (נישט לויט מיר) האבן די פאליסטינע די רעכט צו אויספירן אקטאבער זיבן וויבאלד עס איז געווען געפערליכע פאברעכן אנקעגען זיי בעפאר אקטאבער זיבן.

די מדינת ישראל הונגערט נישט אויס די פאלעסטינער. דאס פאסירט אלעס אין דיין קאפ.

און יא. אויב די מדינה וואלט אויסגעהונגערט צום טויט די פאלעסטינער וואלט איך פארשטאנען זייער אקטאבער 7 רעאקציע. אבער דא ווייטער... דו פאבריצירסט מעשיות אין דיין קאפ (מיט די הילף פון מערערע נאוועל ביכער, ווי די ניו יארק טיימס וכדומה), און דאן שרייסטו.

די עזה באפעלקערונג האט זיך פאטאפלט און פארדריפלט מיט דראמאטישע נומערן בעפאר די אקטאבער 7 אטאקע. דאס פאסירט נישט אין א שטאט וואו מען הונגערט אויס איר באפעלקערונג.

בקיצור. ווילסט דיך בארואיגן קעגן די שרעקליכע מעשים וואס די ציונים טוהן אפ קעגן די נעבעכדיגע פאלעסטינער? נעם פשוט עטליכע רעאליטעט-פילן, און ס'וועט דיר ווערן פיל לייכטער.
 
לעב דיך אין דיין באבל. (איך קום פון דיין זייט אריגינעל)

אלע מענטשן רעכט גרופעס אין די גאנצע וועלט באריכטן שרעקליכע צענעס.

קינדער גייען אינטער דאס אפעראציע מעסער אהן קיין anesthesia.
די פארגעשריטענסטע לאנד אויף די וועלט קען זיך נישט אן עצה געבן מיט דעם?

און זיצן היימישע אידן וואס אונזערע זיידעס האבן דאס דורכגעמאכט און מען לייקנט עפעס וואס פאסירט אינטער דאס שיין פון זין!
 
לעב דיך אין דיין באבל! די גייסט (און איך אויך) ליידן פון דעם באבל.

דאס איז נישט קיין תירוץ.

און ניין עס איז נישטא צופיל ערגער פון מדינת ישראל. זיי רצח'ענען אהן קיין אויפהער!

פאַשיסטן!
אוודאי. די מיליאנען טויטע אין סיריע, תימן, איראק, אפגאניסטאן, כינע, צפון קארעא, דארפור, קאמבאדיע, וויעטנאם, פאקיסטאן, סודאן וכו וכו וכו דאס איז דאך פיל ווייניגער ווי ביי די מדינה.

ערעב איד, האב מיר און זיי מיר.
 
יא אמעריקע האט דאריכגעפירט צעדרייטע מלחמות אין די מיטל מזרח, פאר הוילע סיבות, און געמארדער און חרוב געמאכט ראיאנען!

שיין זעהט מען אויס אז מען דארף ציילן ווער עס הארגעט מער מענטשן.
אסאד
ביבי
פוטין
קים יאנג אן

ער איז אויף יענע ליסטע
 
לעב דיך אין דיין באבל. (איך קום פון דיין זייט אריגינעל)

אלע מענטשן רעכט גרופעס אין די גאנצע וועלט באריכטן שרעקליכע צענעס.

קינדער גייען אינטער דאס אפעראציע מעסער אהן קיין anesthesia.
די פארגעשריטענסטע לאנד אויף די וועלט קען זיך נישט אן עצה געבן מיט דעם?

און זיצן היימישע אידן וואס אונזערע זיידעס האבן דאס דורכגעמאכט און מען לייקנט עפעס וואס פאסירט אינטער דאס שיין פון זין!
שרעקליכע צענעס מיינט נישט אז די "מדינת ישראל" טוט דאס.

עזה איז אין א קריגס צושטאנד, און מענטשן ליידן דארט דערפאר.

די מדינה האט אריינגעלאזט מיליאנען הילף פעקלעך פיל מער ווי די באפעלקערונג דארט דארף.

צו די פעקלעך ווערן גוט אדער ריכטיג אויסגעטיילט איז בכלל נישט די עסק פון די מדינה.
 
וועקט ענק אויף. פאַשיסם איז דאָ צוריק ווי אמאל.

יעדער האט די זעלבע די ען עי. מיט די ריכטיגע פראפעגאנדע קען יעדער ווערן אן אנגעהייצטע פאשיסט
 
די מדינה האט אריינגעלאזט מיליאנען הילף פעקלעך פיל מער ווי די באפעלקערונג דארט דארף.
דו מדינה זאל נישט "אריין'לאזן". די מדינה זאל זיכער מאכן אז יעדער באקומט עסן.

לויט אינטערנאציונאלע געזעץ איז עס אויף די מדינה'ס אחריות צו זיכער מאכן אז די צעווילע האבן נויטבאדערפענישן.

און איך רעדט נישט פון האבן דריי פלעצער ביים עק פונעם געטא ווי די עולם זאל קומען זיך איינשטעלן דאס לעבן פאר א שטיקל ברויט.

פאַשיסטן!
 
ס'איז אלס דא גוטע אויסריידן צו פייניגן א פאלק.

אויב די האלסט אז אקטאבער זיבן איז אן אויסרייד צו אויסהונגערן א פאלק. דאן לויט דיר (נישט לויט מיר) האבן די פאליסטינע די רעכט צו אויספירן אקטאבער זיבן וויבאלד עס איז געווען געפערליכע פאברעכן אנקעגען זיי בעפאר אקטאבער זיבן.
ביסט פון קאפ געפאלן???? די נעמסט אויסגעטראכטע שקר און בארעכטיגט דעם שוידערליכע בארבארישע אקטאבער 7 אטעקעס אויף למפרע?? קיינער הונגערט נישט אויס קיין פאלעסטינע חוץ פון חאמאס אליין..! זיי זענען דער וואס גייט נישט אן צו די פאליסטינער פאָלק שטארבט אויס כל זמן זיי זענען אין פאווער!! פארשטאנען?!? און די נארישע מענטשן - מיטלייד געפילישע גרופעס גלייבן עס נאך..! האלאו וועק אייך אויף! די חאמאס חברה הונגערען אויס די אזוי גערופענע ציווילע פאליסטינער, והא ראי' אז זיי שלאגן זיך נאר "ווער" עס זאל אויסטיילן די עסן, נישט "וויפיל" עסן זאל אריינגעשיקט ווערן, איז ברודער טייערע קום צוריק אריין אין מציאות, עפענען דיינע אויגן און הער אויף גלייבן דער פאלטשע אנטיסעמיטישע נייַעס קוועלער, זיי זענען דא פאר געלט, נישט דיר צו ווייזען שוואַרץ אויף ווייַס די ריעליטי אין פנים.
 
כ׳האב שוין געזאגט פריער וואס איך האלט, באט איין זאך זא נישט אזוי זיכער אז די ביזט 100% גערעכט די רעדסט מיט אזא זיכערקייט כאילו מענטשען וואס האלטען אנדרעש פין דיר בנוגע די מלחמה זענען אויפן קאפ געפאלן ס׳קען זיין אז ס׳דא אנטעסמיטישע נייעס קוועלער וואס רעדן האלבע אמת באט ס׳מיינט נישט אז יעדע ווארט וואס קומט ארויס פין ביבי אין זיינע ארומיגע זענען 100 פראצענט אמת.
 
ביסט פון קאפ געפאלן???? די נעמסט אויסגעטראכטע שקר און בארעכטיגט דעם שוידערליכע בארבארישע אקטאבער 7 אטעקעס אויף למפרע?? קיינער הונגערט נישט אויס קיין פאלעסטינע חוץ פון חאמאס אליין..! זיי זענען דער וואס גייט נישט אן צו די פאליסטינער פאָלק שטארבט אויס כל זמן זיי זענען אין פאווער!! פארשטאנען?!? און די נארישע מענטשן - מיטלייד געפילישע גרופעס גלייבן עס נאך..! האלאו וועק אייך אויף! די חאמאס חברה הונגערען אויס די אזוי גערופענע ציווילע פאליסטינער, והא ראי' אז זיי שלאגן זיך נאר "ווער" עס זאל אויסטיילן די עסן, נישט "וויפיל" עסן זאל אריינגעשיקט ווערן, איז ברודער טייערע קום צוריק אריין אין מציאות, עפענען דיינע אויגן און הער אויף גלייבן דער פאלטשע אנטיסעמיטישע נייַעס קוועלער, זיי זענען דא פאר געלט, נישט דיר צו ווייזען שוואַרץ אויף ווייַס די ריעליטי אין פנים.
וויאזוי ווייסטו אויף זיכער וואס גייט פאר? מען לאזט נישט אריין קיין דזשורנאליסטן אין עזה. און בערך 250 פאלעסטינע דזשורנאליסטן האט מען געהארגעט סא פאקטן איז שווער צו זאגן

און יא, איך ווייס אויך נישט אויף הונדערט פראצענט וואס גייט פאר. אזויפיל ווייס איך יא, אז מען שטעלט איין דאס לעבן פאר ברויט.

למעשה דאס אז מדינת ישראל לאזט נישט אריין קיין זעלבסשטענדיגע דזשורנאליסטן, דאס טייטלט א נישט גוטע פינגער אויף די מדינה.
 
איז

איז יעצט ביסטו אוועק געגאנגען פון די טענה אז מד"י הונגערט אויס אזוי גערופענע ציווילע פאליסטינער, און געטאנצן צו א פרישע טאולקינ"ג פיונ"ט, דאס איז טאקע די מהלך פון די אנטיסעמיטן זיי גייען גיין קאפ אין וואנט אלס צו באשולדיגן דעם איד - מד"י.
נאכאמאל, דאס איז א מציאות אז די איינציגסטע וואס הונגערען אויס די אזוי גערופענע ציווילע פאליסטינער זענען אך ורק חאמאס, זיי האלטן די עסן פאר זייערע קעמפער און די איבעריגע עולם זאל גיין טאנצען אין ים הגדול, וועגן דעם האט טאקע די איזראעליז וואס זענען רחמנים בני רחמנים, אנגעדרייט א עקסטרעמע פרומע וואס טיילט עסן פאר די פאליסטינער, ווייל באם עק געטא באקומט מען עסן און אינמיטן שטאט נישט.
 
איינער האט דא פארפירט אז מיטן נישט מיטברומען מיט זיינע קוויטשעדיגע פייפערייען מיינט דאס אז איך לעב אין א באבל...🤣

לאמיר צונעמען די זאך דא אביסל:

דער חכם שטייט און פארגלייכט די מדינת ישראל/פאלעסטינער מלחמה מיט די שואה, און ער וואונדערט זיך וויאזוי איז מעגליך אז אייניקלעך פון שואה-געליטענע זאלן נישט זעהן וואס דא קומט פאר....

ערעב איד, פאלט אייך נישט ביי אז די מעשה גייט פארקערט?
טאקע וויבאלד מיר האבן דורכגעמאכט א שואה, ווייסן מיר וואס דאס מיינט, און מיר ווערן מיר נישט איבערגענומען פון פוסטע און נערישע לאזונגען.

אט האב איך צוזאמען געשטעלט פאר דיר א ליסט פון עטליכע קליינליכע נערישע חילוקים צווישן אונזער שואה, און די ישראל/עזה קריג, מעגליך אז ס'וועט דיר עטוואס פארשטיין געבן פארוואס מיר זענען נישט ממש אזוי איבערצייגט אז דא קומט פאר דאס וואס מיר האבן געליטן.

-די שואה קעגן די אידן האט זיך נישט אנגעהויבן נאך נאכאנאדע טעראר אטאקעס אין וואס אידן האבן בלוט דארשטיגערהייט אויסגערצחט אומשולדיגע קליינע דייטשן.

-די שואה האט זיך נישט אנגעהויבן נאכדעם וואס אידן האבן פאר יארן לאנג אריינגעשאסן מיסילס קיין ברלין.

-די פראבלעם פון די שואה איז נישט געווען אז ס'איז נישט אנגעקומען גענוג הילפס פעקלעך (איך שעם זיך אז איך דארף דאס שרייבן...).

-די פראבלעם פון די שואה איז אפילו נישט געווען דאס אז די נאציס האבן באמבאדירט מערערע שטעט (באקאנסטע איז לאנדאן) הארגענדיג דערביי טויזנטער ציווילע (דאס איז געטוהן געווארן דורך אלע זייטן פונעם קריג).

-די יוניק זאך וואס מען האט געטוהן ביי די שואה וואס האט עס געמאכט אזוי פראבלעמאטיש, איז א געוויסע פראסעס וואס איז דאן דורכגעפירט געווארן איבער דאס אידישער פאלק.
די פראסעס האט פארמאגט עטליכע סימפל חלקים:
צוזאמען נעמען ציווילע אידן, זיי טראגן אין לאגערן, זיי דארט מסודר'דיגערהייט אויסמארדן איינס ביי איינס.

אז איינער זאל דאס קענען פארגלייכן צו אן ארמיי וואס לאזט נישט אריין (לשיטתו) גענוג קאלאריעס צו א פיינטליכע באפעלקערונג וואס האט אנגעהויבן א קריג, איז פאר מיר ממש מיינד-באגלינג.

ליידער איז אבער באשמוצן די מדינה מיט כל ערליי אויפגעבלאזענע באשולדיגונגען עפעס וואס איז א חלק פונעם סדר היום פון די באבל-חברה (אה... ניין! זיי לעבן נישט אין קיין באבל 🤪). גענוי ווי מען האט באשולדיגט דעם איד אין בלוט ביי די מצות, און פארסאמען די ברונעמער.

צו די מדינה איז פערפעקט? זיכער נישט! זיי זענען דאך מענטשן ווי מיר און דיר, און אז זיי האנדלען מיט א בלוט דארשטיגע מערדערליכע פאלק איז מעגליך אז זיי זענען נישט גענוג מקפיד אויפן געזעץ. אבער צו זענען די ווילדע דראמאטישע געשרייען קעגן זיי בארעכטיגט? פוסטע מעשיות!

די וועלט איז פארנומען צו פארדאמען מדינת ישראל אויף שטאפלען וואס מען זעהט נישט ביי קיין שום אנדער פלאץ (אפילו ביי פיל ערגערע אומשטענדן), און דער פארשטייט, אז דאס קומט טאקע צוליב די יוניק שלעכטקייט פון די מדינה.
בלויז איין וואך צוריק האט מען געזעהן ווידעאויס ווי סיריער שטייען העכער אומשולדיגע דרוזן וואס ליגן שוין אויף דער ערד און מען שיסט זיי אויס איינס ביי איינס, און קיינער האט קיין פיפס נישט געגעבן. אבער אונזער חכם דא (וואס לעבט "נישט" אין קיין באבל), פארשטייט אז די סיבה פון די קולות קעגן די מדינה איז וויבאלד זיי -די מדינה- זענען די געפערליכע חברה.
 
אז מען רעדט שוין פון די שואה.

די כת שקרנים ולצים ווארפן זיך כסדר ארום מיט א טאלקינג פאוינט אז די סיבה פארוואס די אראבישע טעראריסטן פירן זיך אזוי אויף, קומט פשוט וויבאלד זיי זענען נעבעך אזוי אונטערדרוקט אונטער די רשעות'דיגע ציונים, און במילא איז נארמאל אז זיי זאלן זיך אזוי אויפפירן.

אן אריינגיין אין די לעכערליכקייט פון די ארגומענט וויבאלד די אראבישע טעראר האט זיך אנגעהויבן אפילו בעפאר איין אראבער איז געווען אונטער די הערשאפט פון די ציונים, איז אבער סתם ווערד אריינצו ווארפן אז אזא טענה שטעכט זייער טיף אריין אין די ביינער פון די שואה-געליטענע.

ווער נאך אזוי ווי די שואה געליטענע זענען געווען אזוי אונטעדריקט, און וואונדער איבער וואונדער, ס'איז פאר די שואה געליטענע נישט בייגעפאלן פשוט אריינצוגיין אין ציווילע דערפער און אויסמארדן די קינדער דארט... גיי פארשטיי.
 
בכלל איז א ווייטאגליכע ארגומענט אז מד"י וואס איז א נארמאלע לאנד, מוז זיך האלטן צו די מלחמה געזעצן, איי די פאלעסטינער פראקן זיי אריין מיט רציחה אן קיין שום גדרים? אה, די פאלעסטינער זענען דאך נישט קיין נארמאלע מדינה וועלכע האבן זיך פארפליכטעט דערצו ביי די גענעווא קאנווענשאן, ממילא זענען די ציונים מחוייב צו ליידן און שווייגן, מקבל זיין באהבה אלע רשעות און רציחות, און פארשטייט זיך אז די פאלעסטינער קען מען נישט פארדאמען, אבער טאמער דער ישראלי וועקט זיך אויף און באשליסט גענוג איז גענוג און מ'גייט קעהר נעמען, הייבט זיך א ויצעקו, העי, וואר קריימס... אומשולדיגע פרויען און קינדער ליידן...

מילא די אומשולדיגע ישראלישע פרויען און קינדער, זיי זענען אומגעקומען דורך אומציוויליזירטע פארשוינען, וואס קענסטו דען האבן טענות? אבער נקמה נעמען? דאס מוז זיין אויסגערעכנט מיט גרויס רחמנות, ביסט דאך א געהעריגע לאנד...

נישט אוועקצומאכן די שלעכטקייט און משוגעת'ן פון מד"י, זיי האבן גענוג פוטער אויפן קאפ, אבער איך פארלייד נישט קיין היפאקריטיע.
 
Back
Top