דאס שקר און בלוט בילבול גערופן מדינת ישראל גענאציד

כ'האב געהערט שרעקליכע מעשיות איבער וויאזוי די ציונים האבן געטון שרעקליכע רציחות ביים גרונדן די מדינה.

איך בין נישט קיין היסטאריקער, אויב איינער קען די דיטעילס, זאל אריינקומען ביטע.

איך האלט מיר צו מיינס. און אלע קולטורן אלע יארן האט מען געקענט מיט פראפעגאנדע איבעררעדן מענטשן אז דער אנדערער פאלק איז נידריגער און מען דארף זיי שטייערן פארטרייבן שקלאפן און צימאל הארגענען.

מיר אידן האבן די זעלבע די ען עי אונז זענען "מענטשן" און מען איז נישט עקזעמפט פון די פאשיסטישע פראבלעם.
די נאקבא רופן זיי עס
 
תכלית, טאמער קומט חאמאס מיט אלע פאלעסטינער מארגן און זאגן: ״פון היינט אן זענען מיר גוט מיט א ישראלישע מדינה, נאד ביטע גיבט אונז אונזערס, א שטיק לאנד, ושלום על ישראל״, וואלט ארץ ישראל געשאסן ווייטער אדער געזאגט, אויב אזוי איז אן אנדער מעשה, לאמיר נאר זעהן צו איר מיינט עס ערנסט.

מיין שאלה איז, איז דא דא א קאנספעראציע און אונטערוויילעכטץ פלאן אז ארץ ישראל זאל ארום חוש׳ן און מאניפולירן אז ס׳זאל צו קומען צו א מצב פון ארץ ישראל השלימה והגדולה פאלעסטינער ריין, אדער רעדט מען באמת פשוטע פון רויע פחד פון רוצחים וואס זייערע מעשים און אויך די חינוך וואס זיי גיבן צייגן אז זיי ווילן בשום אופן נישט קאו עקזיסטירן מיט אידן
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top