א גרויסן דאנק
@שפן הסופר, קומסט אריין זייער קלאר.
אבער ליידער איז יא דא אויף הויכע שטאפל די שנאה אקעגן די אראבער'ס, און אפיציעלע אינסטאנצן שטיצן דא
יא. דארפסט נישט מער ווי ליינען און הערן בןגביר'ס דרשות, און זיינע חברים ווי אליהו, סון הר מלך, און סמוטריץ' און נאך.
ס'איז דא א גראוינג מאוומענט ביי די יוגנט, פון פיינט האבן אראבער'ס, און זינגען 'שיישרף לכם הכפר', וכן הלאה וכן הלאה. פרופ' לייבוביץ' האט דאס שוין פאראויסגעזעהן יארן צוריק.
דארפסט נישט אפילו גיין זוכן יוגנטליכע אין איזראעל, ווען דיינע חברים אין קאווע שטיבל זאגן דאס, ווען חברים דא אויף קרעמל גייט זיי גאנץ ווייניג אן ווען קינדער און בעיביס אין עזה ווערן געהרג'עט.
די בן גביר פענאמענען איז גראדע איינס פון די זאכן וואס האט מיר איבערצייגט אז דער איד שטייט אויף א גענצליך אנדערע שטאפל ווי דער אראבער.
כולי עלמא מודי אז בן גביר איז דער מערסט עקסטרעמער פארטיי אין ארץ ישראל.
און נישט נאר האט זיין פארטיי נישט אנגעצויגן קיין גאנצע 10 פראצענט פון די ישראלישע באפעלקערונג, נאר אפילו בן גביר אליינס וואס פלעגט שרייען "מוות לערבים", איז ארויסגעקומען עטליכע מאל "ברבים" מיט קלארע ווערטער אז ער האלט אז "מוות לערבים" טאר מען נישט זאגן, נאר ער האלט אז מען דארף טוישן דעם סלאגאן צו "מוות למחבלים".
(ס'איז ארום געפארן א קלארע ווידעאוי פון זיין'ס א ראלי ווי ער שטילט איין מענטשן וואס האבן געשריגן מוות לערבים).
צו איך נעם אן אז בן גביר'ס טויש איז א לעגיטימער, דאס וועל איך לאזן פאר א צווייטע מאל, אבער דאס אז
ער -דער מערסטע עקסטרעמער פאליטיקאנט- האט עס געדארפט זאגן, דאס אליינס שרייט אויף הויכע טענער אז די מצב איז נישט אזוי ווי דו לייגסט עס אראפ.
ווען דער
מערסט עקסטרעמער אראבישער פאליטישן וועט זאגן אזעלכע ווערטער אויף די אידן, וועט זיין שלום אויף דער וועלט.
בנוגע דיין טענה פון היימישע אידן וואס ס'פאראינטערסירט זיי נישט די טויט פון דעם פאלעסטינער:
פאראן א ריזיגע נפקא מינא צווישן פיינט האבן איינעם ווייל יענער וויל מיך הארגענען, ווס פיינט האבן איינעם ווייל יענער איז די ראנג פאלק, אדער די ראנג רעליגיע.
פאראן א באקאנטע ווארט פון גאלדע מאיר:
אז דער אראבער לייגט אראפ דאס געווער איז מארגן דא שלום.
אז דער איד לייגט אראפ דאס געווער איז מארגן מער נישטא קיין מדינת ישראל.
ס'איז ביי מיר קיין ספק אז אויב דער פאלעסטינער געבט אויף טעראר, וועט מיטאמאל די תאווה פאר טויטע פאלעסטינער גענצליך פארשוואונדן ווערן פונעם עווערדזש איד'ס שפראך.
איך בין מסכים אז ס'איז פאראן א מסוכן'דיגער מיעוט צווישן אידן וואס האסן יא פארנאטיש דעם אראבער, ס'איז אבער א גאר קליינער פראצענט אפילו צווישן די רעכטע.