דאס שקר און בלוט בילבול גערופן מדינת ישראל גענאציד

כ'האב געהערט שרעקליכע מעשיות איבער וויאזוי די ציונים האבן געטון שרעקליכע רציחות ביים גרונדן די מדינה.

איך בין נישט קיין היסטאריקער, אויב איינער קען די דיטעילס, זאל אריינקומען ביטע.

איך האלט מיר צו מיינס. און אלע קולטורן אלע יארן האט מען געקענט מיט פראפעגאנדע איבעררעדן מענטשן אז דער אנדערער פאלק איז נידריגער און מען דארף זיי שטייערן פארטרייבן שקלאפן און צימאל הארגענען.

מיר אידן האבן די זעלבע די ען עי אונז זענען "מענטשן" און מען איז נישט עקזעמפט פון די פאשיסטישע פראבלעם.
די נאקבא רופן זיי עס
 
תכלית, טאמער קומט חאמאס מיט אלע פאלעסטינער מארגן און זאגן: ״פון היינט אן זענען מיר גוט מיט א ישראלישע מדינה, נאד ביטע גיבט אונז אונזערס, א שטיק לאנד, ושלום על ישראל״, וואלט ארץ ישראל געשאסן ווייטער אדער געזאגט, אויב אזוי איז אן אנדער מעשה, לאמיר נאר זעהן צו איר מיינט עס ערנסט.

מיין שאלה איז, איז דא דא א קאנספעראציע און אונטערוויילעכטץ פלאן אז ארץ ישראל זאל ארום חוש׳ן און מאניפולירן אז ס׳זאל צו קומען צו א מצב פון ארץ ישראל השלימה והגדולה פאלעסטינער ריין, אדער רעדט מען באמת פשוטע פון רויע פחד פון רוצחים וואס זייערע מעשים און אויך די חינוך וואס זיי גיבן צייגן אז זיי ווילן בשום אופן נישט קאו עקזיסטירן מיט אידן
 
לעצט רעדאגירט:
בכלל איז א ווייטאגליכע ארגומענט אז מד"י וואס איז א נארמאלע לאנד, מוז זיך האלטן צו די מלחמה געזעצן, איי די פאלעסטינער פראקן זיי אריין מיט רציחה אן קיין שום גדרים?
איך האב געטענהט ממש פון אנהייב מלחמה, אז א"י זאל אויפהערן באמבעדירן חאמאס מיט דעי פענסי גיידעד מיסעלס וואס היט אפ אויף ציווילע, די וועלט קען עס נישט פארנעמען, ענדערש זאלן זיי אינוועסטן אין די זעלבע מיסלס וואס חאמאס שיסט, ס'פליט אן א חשבון, ווען נישט די איירן דאום וואלט געווען מאסן פאטאליטעטען, יעדע 6 שעה וואס חאמאס געבט זיי נישט ארויס, פליט נאך איין. ציווילע שטארבן? סא סארי, געב צירוק די האסטעדזשעס יעצט!!!
 
תכלית, טאמער קומט חאמאס מיט אלע פאלעסטינער מארגן און זאגן: ״פון היינט אן זענען מיר גוט מיט א ישראלישע מדינה, נאד ביטע גיבט אונז אונזערס, א שטיק לאנד, ושלום על ישראל״, וואלט ארץ ישראל געשאסן ווייטער אדער געזאגט, אויב אזוי איז אן אנדער מעשה, לאמיר נאר זעהן צו איר מיינט עס ערנסט.

מיין שאלה איז, איז דא דא א קאנספעראציע און אונטערוויילעכטץ פלאן אז ארץ ישראל זאל ארום חוש׳ן און מאניפולירן אז ס׳זאל צו קומען צו א מצב פון ארץ ישראל השלימה והגדולה פאלעסטינער ריין, אדער רעדט מען באמת פשוטע פון רויע פחד פון רוצחים וואס זייערע מעשים און אויך די חינוך וואס זיי גיבן צייגן אז זיי ווילן בשום אופן נישט קאו עקזיסטירן מיט אידן
צו לעבן אין מד"י איז א פחד, פינטל. פון באסעס וואס רייסן אויף, ביז א מאמע אויפן וועג צו האבן א קינד ווערן ברוטאל דערשאסן, פון גיין קויפן אפאר זאכען אין געשעפט אין מ'קומט צוריק צו א נישט לעבעדיגער פרוי, ביז א אומשולדיגע 12 יעריגע אינגעל אויפן וועג אהיים פון זיין ברודער'ס שבע ברכות כאפט א קויל אין קאפ, דאס אלעס איז פארן בלויזן חטא פון וואוינען אין ארץ ישראל.
די פאליסטינער דארפן נישט קיין שלום און ווילן עס נישט, מ'האט שוין פרובירט און זיי האבן אלעמאל אויפגעוויזן אז זיי ווילן נישט, והא ראי' אז גלייך נאך מד"י האט ארויסגעצויגן זייערע בירגער פון גוש קטיף (חבל עזה) אין יאר 2005 למספרם, איז שוין די ערשטע וואך געפלויגן ראקעטן פון חאן יואנאס, אויב מיינען זיי עס א משהוא ערענסט וואלטן זיי געדארפט שפילן די שפּיל אז אינז ווילן אויך שלום, דאס איז נישט געווען, נאר וואס דען? זיך שלאגן; רצח'נען; אפהאקן קעפ; רעיפען; און פארכאפן משכונות, דאס איז זייערע אידילאגיע און געוואוינהייטן, "זיי ווילן נישט א שטיק לאנד", "זיי ווילן גאנץ ארץ-ישראל זאל זיין יודן ריין", אין דאס וועט בעזרת השם קיינמאל נישט געשען.
אם השם לא ישמור עיר, שוא שקד שומר.
 
@שפן הסופר האט געשריבן: ווער נאך אזוי ווי די שואה געליטענע זענען געווען אזוי אונטעדריקט, און וואונדער איבער וואונדער, ס'איז פאר די שואה געליטענע נישט בייגעפאלן פשוט אריינצוגיין אין ציווילע דערפער און אויסמארדן די קינדער דארט... גיי פארשטיי.
----

כ'האב געהערט שרעקליכע מעשיות איבער וויאזוי די ציונים האבן געטון שרעקליכע רציחות ביים גרונדן די מדינה.

איך בין נישט קיין היסטאריקער, אויב איינער קען די דיטעילס, זאל אריינקומען ביטע.

איך האלט מיר צו מיינס. און אלע קולטורן אלע יארן האט מען געקענט מיט פראפעגאנדע איבעררעדן מענטשן אז דער אנדערער פאלק איז נידריגער און מען דארף זיי שטייערן פארטרייבן שקלאפן און צימאל הארגענען.

מיר אידן האבן די זעלבע די ען עי אונז זענען "מענטשן" און מען איז נישט עקזעמפט פון די פאשיסטישע פראבלעם.
וואס איז דיין פאוינט דא?

ווען אידן וועלן דורכפירן א שואה אויף אומשולדיגע מענטשן, לאז מיר וויסן.

דערווייל האבן מיר דא א רעגולארע ביטערע מלחמה וואס חמאס האט אנגעהויבן.

בנוגע די גרינדונג פון די מדינה:
פאר דו רירסט נאר צו די נקודה וויל איך דיר ווארענען אז ס'גייט זיך דיר נישט ענדיגן לטובתך...
איך קען היפש אביסל די היסטאריע פון די גרינדונג (יא אויך די מעשיות פון דיר יאסין און די אירגון באמבאדירונגען), און ביידע זייטן זענען זיך גוט ווערד דאס געלט, אבער נאכגיין אלע מעשיות וועסטו באמערקן עטליכע וויכטיגע נקודות.

1. די אטאקעס פון די אידן קעגן ציווילע אראבער האבן זיך אנגעהויבן כמעט 20 יאר (!) נאכדעם וואס אראבער האבן כסדר דורכגעפירט אטאקעס קעגן אידישע ציווילע (1920 ווס 1937). און נאך די שחיטות פון איבער 200 אידישע ציווילע.
(פארשטייט זיך אלעס פאר איין איינציג אראבישער נפש האט זיך געפונען אונטער די ישראלישער "אקופעישן").

2. אפילו ווען די נקמה סעזאן האט זיך אנגעהויבן, זענען די אידישע אטאקעס קעגן אראבישע ציווילע דורכגעפירט געווארן דורך די אירגון און לחי גרופעס, וואס זענען געווען זייטיגע טעראריסטישע גרופעס און אראפגעקוקט דורך די אפיציעלער אידישער פירערשאפט.
אויף אזוי ווייט אז די צענטראלער אידישער מיליטער (די הגנה) האט איבערגעגעבן מיטגלידער פון די אירגון און לחי פאר די בריטישע וואס האבן זיי דערנאך געהארגעט.

משא"כ, די אראבישע אטאקירער זענען געווארן אויסגערימט אלס העלדן דורך די אראבישער באפעלקערונג און פירערשאפט און דאס האט טאקע גורם געווען צו א נעווער-ענדינג פלייץ פון אראבישע אטאקעס קעגן אידישע ציווילע.

יא, מענטשן קענען טאקע ווערן פראפאגאנדיזירט צו האסן אנדערע, און ליידער פאסירט דאס ביי די אראבער אויף א מאסשטעבליכער פארנעם (און בכלל נישט נאר קעגן אידן...), ביי די אידן איז עס (דערווייל?) אויף א גאר נידריגע שטאפל, און די אפיציעלע אינסטאנצן שטיצן דאס נישט.
 
איך דארף גארנישט ענטפערן, דו שרייבסט אליינס אז אידן האבן געצילט צעווילע.

די תירוצים ווער עס האט קודם געהארגעט מאכט ביי מיר נישט אויס. איינער וואס צילט צעווילע איז אפגעפרעגט ביי מיר. די אלע תירוצים ווי ארויפגעקוקט אדער אראפגעקוקט איז נישט זייער אינטערעסאנט צו מיר בעיקר ווייל ס'איז שווער צו מעסטן.

למשל יעצטיגע מלחמה הער איך ווי אסאך מענטשן פרייען זיך מיט טויטע קינדער. (אחוץ ווען איך דעבאטיר מיט זיי, דעמאלט זאגן זיי מיט א וואוילע שטימע "יעדע צעווילע איז א טרויער הלא בלא בלא" - בּול שיט!
 
דעס איז שיינע מעשות , אפשר איז די שנאה יא וועגן מדינת ישראל הארגעט קינדער

אנדערע לענדער טון פיל ערגער אה יא? וועלכע לאנד טוט פיל ערגער וואס אמעריקע שטיצט און איז אפיציעל א דעמאקראטישע נארמאלער לאנד?
כ'האב איבערגעליינט דיינע ווערטער און כ'הייב נישט אן צו פארשטיין די קאנעקשאן פון דיין ערשטע און צווייטע פאראגראפן.

די שנאה וואס מיין לאקאלער ביהמ"ד (זיי האבן קיין שום שייכות צו מדינת ישראל) באקומט איז וויבאלד מדינת ישראל איז א דעמאקראטיע?
די אטאקעס קעגן כשר'ע רעסטוראנטן אין פראנקרייך האט צו טוהן מיט דעם וואס אמעריקע שטיצט די מדינה?
וואס האט הודו מיט כוש???

די רוסישע רעסטוראנטן אין אמעריקע ווערן אויך אטאקירט צוליב וואס רוסלאנד טוט אפ אין אוקריינע?

מען פירט אראפ אראבישע סטודענטן פון שפאנישע פליגער וויבאלד אסאד הארגעט קינדער אין סיריע??

כינעזער אין אמעריקע דארפן עקסטער סעקיוריטי וויבאלד כינע פייניגט די כינעזער מוסלעמענער???

דו ביזט טאקע בלינד?
דו זעהסט דען נישט אז דער איד באקומט אלס א ספעציעלער טריעטמענט, אזאנס וואס קיינער אנדערש באקומט נישט?
 
איך דארף גארנישט ענטפערן, דו שרייבסט אליינס אז אידן האבן געצילט צעווילע.

די תירוצים ווער עס האט קודם געהארגעט מאכט ביי מיר נישט אויס. איינער וואס צילט צעווילע איז אפגעפרעגט ביי מיר. די אלע תירוצים ווי ארויפגעקוקט אדער אראפגעקוקט איז נישט זייער אינטערעסאנט צו מיר בעיקר ווייל ס'איז שווער צו מעסטן.

למשל יעצטיגע מלחמה הער איך ווי אסאך מענטשן פרייען זיך מיט טויטע קינדער. (אחוץ ווען איך דעבאטיר מיט זיי, דעמאלט זאגן זיי מיט א וואוילע שטימע "יעדע צעווילע איז א טרויער הלא בלא בלא" - בּול שיט!
און?
 
דיינע מחשבות און געפילן מאכט אז די עזה איינוואוינער זאלן דורכגיין א שואה?

ביסט דאך א געפערליכער מין רוצח... בלויז מיט מחשבות און געפילן דזשענעסיידסטע די אראבער 🤪
 
די תירוצים ווער עס האט קודם געהארגעט מאכט ביי מיר נישט אויס. איינער וואס צילט צעווילע איז אפגעפרעגט ביי מיר. די אלע תירוצים ווי ארויפגעקוקט אדער אראפגעקוקט איז נישט זייער אינטערעסאנט צו מיר בעיקר ווייל ס'איז שווער צו מעסטן.
איך האב בלית ברירה געדארפט יעצט גיין צוריקקוקן אלע פון די לעצטע תגובות זיכער מאכן אז איך רעד צום זעלבן מענטש.

זאג, מיט דיין ווייב דעבאטירסטו אויך אזוי???

דו הייבסט אן מיט שרייען פאשיסטן, און אז מען מאכט אנדערע פילן פאר ווייניגער יומען, און ווען מען זאגט דיר אז די ציווילע וואס זענען געהארגעט געווארן (דורך אן אפגעפרעגטער מיעוט), זענען נישט געהארגעט געווארן צוליב פאשיזם אדער מאכן אנדערע פאר ווייניגער יומען, נאר בלויז פאר נקמה אויף די כסדרדיגע אטאקעס אויף ציווילע וואס מען האט געהארגעט ביי זיי, שרייסטו "דאס האב איך געמיינט"...

ערעב איד, ביטע קלאר אויס דיין מיינונג פאר מיר גייען ווייטער.

מיין מיינונג איז האפנטליך היפש קלאר:
1. די ציונים פירן נישט דורך קיין שואה אין עזה.
2. די וואס פארגלייכן די שואה צו עזה זענען אדער איגנאראנט, אדער שטופי שנאה (קעגן ביבי/אידן/אמעריקע/מערב וועלט וכדומה).
3. זאגן אז די אראבער פירן דורך זייערע אקטן צוליב אקופאציע גייט קעגן יעדעס ביסל היסטאריע.
4. די ציונים זענען קיינמאל נישט געווען אויף די זייט פון סתם אויסהארגענען אראבער וויבאלד זיי זענען אן אנדער פאלק/רעליגיע.
5. די שנאה און טענות וואס די וועלט האט קעגן דעם איד איז א יוניק שנאה וואס מען טרעפט כמעט נישט ערגעץ אנדערש.
6. די ציונים זענען ווייט פונעם אדם המושלם, און גענוי ווי איבעראל האבן זיי נאך אסאך וואס צו ארבעטן אויף זיך.

איך מיין אז דאס איז א גוטער סיכום אויף מיינע ארגומענטן אין ריגארדס צו דעם דאזיגן שנירל.

אז דו ווילסט דעבאטירן ווייטער, ביטע זאג מיר קלאר קעגן וועלכע פונקט מיינער דו דינגסט זיך, אדער זיי קלאר מסביר דיינע פונקטן וואס האט דיר אהערגעברענגט צו שרייבן אין דעם שנירל.
 
לעצט רעדאגירט:
תכלית, טאמער קומט חאמאס מיט אלע פאלעסטינער מארגן און זאגן: ״פון היינט אן זענען מיר גוט מיט א ישראלישע מדינה, נאד ביטע גיבט אונז אונזערס, א שטיק לאנד, ושלום על ישראל״, וואלט ארץ ישראל געשאסן ווייטער אדער געזאגט, אויב אזוי איז אן אנדער מעשה, לאמיר נאר זעהן צו איר מיינט עס ערנסט.

מיין שאלה איז, איז דא דא א קאנספעראציע און אונטערוויילעכטץ פלאן אז ארץ ישראל זאל ארום חוש׳ן און מאניפולירן אז ס׳זאל צו קומען צו א מצב פון ארץ ישראל השלימה והגדולה פאלעסטינער ריין, אדער רעדט מען באמת פשוטע פון רויע פחד פון רוצחים וואס זייערע מעשים און אויך די חינוך וואס זיי גיבן צייגן אז זיי ווילן בשום אופן נישט קאו עקזיסטירן מיט אידן
א גוטע שאלה.
ס'זיכער דא אין די רעכטע לאגער און אין די ממשלה וואס פאנטאזירן איבער א"י השלמה און פאר זיי קומט נישט אין באטראכט געבן אטאנאמיע פאר פאלעסטינער זיכער נישט אויב עס פאדערט אוועקגעבן שטיקער לאנד.

אבער די פאקט אז רוב אין די צענטער- לינקע לאגער איז אויך קעגן א פאלעסטינער לאנד, אפי' פאר די מער מעסיגע פת"ח אין די וועסט בענק, צייגט אז עס איז באמת דא א פחד צו נעמען אזא ריסק וואס קען זיך ארויס שטעלן צו זיין אן עקזיסטענציאלע סטראשע אויף די מדינה.
 
דו מדינה זאל נישט "אריין'לאזן". די מדינה זאל זיכער מאכן אז יעדער באקומט עסן.

לויט אינטערנאציונאלע געזעץ איז עס אויף די מדינה'ס אחריות צו זיכער מאכן אז די צעווילע האבן נויטבאדערפענישן.

און איך רעדט נישט פון האבן דריי פלעצער ביים עק פונעם געטא ווי די עולם זאל קומען זיך איינשטעלן דאס לעבן פאר א שטיקל ברויט.

פאַשיסטן!
איך לייק דיך אבער זאגן "פאַשׁיסטן" איז אביסל צו ווייט געגאנגען. האלטסט נישט אזוי?
 
איך לייק דיך אבער זאגן "פאַשׁיסטן" איז אביסל צו ווייט געגאנגען. האלטסט נישט אזוי?
איך גלייב דו ביסט אויך מודה ס'זענען דא פאַשיסטן אין די מדינה. די שאלה איז נאר וויפיל פראצענט. דאס איז טאקע אפן פאר דעבאטע.
 
א גוטע שאלה.
ס'זיכער דא אין די רעכטע לאגער און אין די ממשלה וואס פאנטאזירן איבער א"י השלמה און פאר זיי קומט נישט אין באטראכט געבן אטאנאמיע פאר פאלעסטינער זיכער נישט אויב עס פאדערט אוועקגעבן שטיקער לאנד.

אבער די פאקט אז רוב אין די צענטער- לינקע לאגער איז אויך קעגן א פאלעסטינער לאנד, אפי' פאר די מער מעסיגע פת"ח אין די וועסט בענק, צייגט אז עס איז באמת דא א פחד צו נעמען אזא ריסק וואס קען זיך ארויס שטעלן צו זיין אן עקזיסטענציאלע סטראשע אויף די מדינה.
היא הנותנת, דאס שטאמט פון א בארעכטיגטער עקזיסטענשאנעל פחד, און נישט פון א ווילדער אידיאלאגיע. ארץ ישראל השלימה וואלט אויך אריינגענומען שטיקער לבנון און אפשר אויך שטיקער ירדן טאמער רעכנט מען ארץ ראובן וגד. סאו, how dare you ווי וואגט איינער צו זאגן אז ס׳איז א פאעצעדענטלאזער פאלקס-מארד?
איך בין נישט קיין באזונדערער אוהב ישראל, אבער קיין שקר קען איך נישט פארליידן. דער זעלבער נאטור פון מאניפולאציע קען נאך דיר פאטשן אין פנים ווען דו דארפסט זיך פארטיידיגן פון א קייט פון האס און בילבולים
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
אין די ענגליש טײַמס נעכטן.
1000012462.jpg
 
יא, מענטשן קענען טאקע ווערן פראפאגאנדיזירט צו האסן אנדערע, און ליידער פאסירט דאס ביי די אראבער אויף א מאסשטעבליכער פארנעם (און בכלל נישט נאר קעגן אידן...), ביי די אידן איז עס (דערווייל?) אויף א גאר נידריגע שטאפל, און די אפיציעלע אינסטאנצן שטיצן דאס נישט.
א גרויסן דאנק @שפן הסופר, קומסט אריין זייער קלאר.

אבער ליידער איז יא דא אויף הויכע שטאפל די שנאה אקעגן די אראבער'ס, און אפיציעלע אינסטאנצן שטיצן דא יא. דארפסט נישט מער ווי ליינען און הערן בןגביר'ס דרשות, און זיינע חברים ווי אליהו, סון הר מלך, און סמוטריץ' און נאך.
ס'איז דא א גראוינג מאוומענט ביי די יוגנט, פון פיינט האבן אראבער'ס, און זינגען 'שיישרף לכם הכפר', וכן הלאה וכן הלאה. פרופ' לייבוביץ' האט דאס שוין פאראויסגעזעהן יארן צוריק.
דארפסט נישט אפילו גיין זוכן יוגנטליכע אין איזראעל, ווען דיינע חברים אין קאווע שטיבל זאגן דאס, ווען חברים דא אויף קרעמל גייט זיי גאנץ ווייניג אן ווען קינדער און בעיביס אין עזה ווערן געהרג'עט.
 
די בן גביר פענאמענען איז גראדע איינס פון די זאכן וואס האט מיר איבערצייגט אז דער איד שטייט אויף א גענצליך אנדערע שטאפל ווי דער אראבער.

כולי עלמא מודי אז בן גביר איז דער מערסט עקסטרעמער פארטיי אין ארץ ישראל.
און נישט נאר האט זיין פארטיי נישט אנגעצויגן קיין גאנצע 10 פראצענט פון די ישראלישע באפעלקערונג, נאר אפילו בן גביר אליינס וואס פלעגט שרייען "מוות לערבים", איז ארויסגעקומען עטליכע מאל "ברבים" מיט קלארע ווערטער אז ער האלט אז "מוות לערבים" טאר מען נישט זאגן, נאר ער האלט אז מען דארף טוישן דעם סלאגאן צו "מוות למחבלים".

(ס'איז ארום געפארן א קלארע ווידעאוי פון זיין'ס א ראלי ווי ער שטילט איין מענטשן וואס האבן געשריגן מוות לערבים).

צו איך נעם אן אז בן גביר'ס טויש איז א לעגיטימער, דאס וועל איך לאזן פאר א צווייטע מאל, אבער דאס אז ער -דער מערסטע עקסטרעמער פאליטיקאנט- האט עס געדארפט זאגן, דאס אליינס שרייט אויף הויכע טענער אז די מצב איז נישט אזוי ווי דו לייגסט עס אראפ.

ווען דער מערסט עקסטרעמער אראבישער פאליטישן וועט זאגן אזעלכע ווערטער אויף די אידן, וועט זיין שלום אויף דער וועלט.

בנוגע דיין טענה פון היימישע אידן וואס ס'פאראינטערסירט זיי נישט די טויט פון דעם פאלעסטינער:

פאראן א ריזיגע נפקא מינא צווישן פיינט האבן איינעם ווייל יענער וויל מיך הארגענען, ווס פיינט האבן איינעם ווייל יענער איז די ראנג פאלק, אדער די ראנג רעליגיע.

פאראן א באקאנטע ווארט פון גאלדע מאיר:
אז דער אראבער לייגט אראפ דאס געווער איז מארגן דא שלום.
אז דער איד לייגט אראפ דאס געווער איז מארגן מער נישטא קיין מדינת ישראל.

ס'איז ביי מיר קיין ספק אז אויב דער פאלעסטינער געבט אויף טעראר, וועט מיטאמאל די תאווה פאר טויטע פאלעסטינער גענצליך פארשוואונדן ווערן פונעם עווערדזש איד'ס שפראך.

איך בין מסכים אז ס'איז פאראן א מסוכן'דיגער מיעוט צווישן אידן וואס האסן יא פארנאטיש דעם אראבער, ס'איז אבער א גאר קליינער פראצענט אפילו צווישן די רעכטע.
 
ס׳איז אמת אז די פאלעסטינער און כאמאס ווילן בשום אופן נישט קיין שלום און זיי פירן א ״האָלי וואָר״ מיט ישראל.
ס׳קוקט אבער אויס ווי די נתניהו רעגירונג האט מחליט געוועהן נאך אקטאבער 7 אז זיי גייען אינטערברענגען כאמאס at all cost, און וויבאלד סאיז זיי דערווייל נישט געלונגען נוצן זיי אלע מיטעלן אין די וועלט צולייגן דרוק אויף די פאלעסטינער, און זיי ווארטן אז כאמאס זאל זיך אינטערגעבן אדער אז די ציווילע מענטשען אין עזה זאל מאכן א אויפשטאנד קעגן זיי. - איך בין נישט זיכער אין דעם, נאר אזוי קוקט עס אויס.

וואס איז פשט אין די שיסערייען אויף מענטשען וואס ווארטן אויף די ליין צובאקומען עסען? קודם האב איך עס בשום אופן נישט געגעלייבט אז די מדינה זאל טוהן אזא זאך. סאיז געוועהן קלאנגען אז כאמאס האט עס געטוהן כדאי צוקענען פטור ווערן פון די אמעריקאנע און ישראלישע עסען פראגראמען און עס אליינס קאנטראלירן כדאי זיי זאלן קענען אריינשומגלען וואפן. אבער יעדען טאג קומען ארויס מעהר און מעהר עווידענס וואס זאגט אז די מדינה טוט עס, פון אלע גרופעס בתוכם פון אידישע (לינקע) גרופעס. און אסאך אנדערע מקורות וואס מ׳קען געווענטליך טראסטן, ממילא ווייס איך שוין נישט צי איך קען דעפענדן די מדינה אויב זיי טוהן דאס.

און אויב זיי טוהן עס טאקע נישט, און מדינת ישראל איז אומשולדיג מוז זיין אז זייער פראפאגאנדע מאשין איז אינגאנצען צובראכן. עפעס טוהן זיי נישט גוט! אפילו אין די מדינה אליינס איז די שטיצע פאר די מלחמה אין עזה זייער שטארק געפאלן אפילו צווישן די ישראלים (געפאלן מיט איבער 20 פראצענט זינט אקטאבאר 7) און ממש די גאנצע וועלט איז קעגן זיי, וואס איך האלט אז ס׳איז א טעות פון די וועלט, אויב פראנקרייך מיינט טאקע די גוטס פון די פאלעסטינער, וואלטן זיי געדארפט לייגן דרוק אויף די פאלעסטינער זאלן צוריקגעבן די משכונות און אראפלייגן די געווער און זיך איבערבעטן מיט די מדינה, דאס וואס זיי טוהן יעצט געבן זיי נאר חיזוק פאר א טעראר גרופע און דאס גייט נישט ברענגן קיין שלום און קיין גוטס פאר קיינעם.
 
לעצט רעדאגירט:
מוז זיין אז זייער פראפאגאנדע מאשין איז אינגאנצען צובראכן. עפעס טוהן זיי נישט גוט!

מדינת ישראל טויגט אויף אזאך זאכן, אבער ביי PR סאקן זיי אויף כוחות, זיי זענען פארנומען א גאנצן טאג מסביר זיין פארן וועלט אז זיי זענען גערעכט און פארוואס זיי זענען גערעכט, @ישראל מיט זיין גערעכט געווינט מען נישט קיין פאבליק רילעישענס, פאר קיינעם אינטעאעסירט נישט קיין לאגיק אדער גערעכטיגקייט.

מען דארף קאנעקטן מיטן עולם אויף א עמאושענעל פארנעם, געב ארויס ווידיאוס פון ישראלישע וויקטעם׳ס און אויך פון פאלעסטינער וויקטימס וואס ווערן געניצט אלץ הומען שילדס.
ווערטס אקטיוו אויף אינסטעגרעם און טיק טאק.
זאג נישט קיין לאנגע טעקניקעל תורות (ווייל קיינער האט נישט קיין געדולד) זאג ״מיר באשיצען, זיי הרגנן״ ״עס איז נישט איבער ישראל, עס איז איבער באשיצען קינדער״.

גענוג מיט דיפענס און הייב או מיט אפענס, אנשטאט ווארטן אויף די נעקסטע סקאנדאל זיך צי באשיצען האלט און איין ווייזן פארן וועחט וואס חאמאס איז.
ווייז די עסן און מעדיצינען וואס מען שיקט אריין קיין עזה.
 
די מינוט וואס כ'האב געהערט אז זיי געבן נישט ארויס די חמאס'ס אקטאבער 7 גאוי פראוי ווידעאויס פאר די המון עם צוליב כבוד משפחה און נאך אזעלכע דיבורים, האב תיכף געזאגט המפיל אויף די מדינה'ס פ.ר. מאשין.
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top