דאס שקר און בלוט בילבול גערופן מדינת ישראל גענאציד

קוק אהער, תירוצים פארוואס דער איד איז אלס אנדערש האב איך אויך.
אמאל לוינט אבער צו קוקן אונטער די תירוצים.

נו...! וואס איז טאקע פשט? פארוואס טאקע ליידט דער איד ספעציעל?

פארשטייט זיך אז ס'איז פאראן אסאך תירוצים דערויף (און אוודאי איז פאראן פעלער, וואו די שנאה איז יא עטוואס בארעכטיגט... מיר זענען דאך למעשה מענטשן, און מענטשן קענען טוהן שלעכטע זאכן), אבער די פאלגענדע סעט איז זיכער פון די גרויסע פאקטארן פאר די מאדנע ספעציעלע שנאה קעגן דעם איד:
1. מיר זענען אלס א מינאריטי.
2. מיר זענען אפט סוקסעפול.

אונז קענען דא אריינגיין אין א ריזיגע שמועס פון אלע באזונדערע סארט שנאת ישראל אין די פארשידענע לענדער און אין די פארשידענע זמנים, אבער לאמיר ענדערש פאקוסן אויף יעצט.

ווען א כינעזער גוי גייט אנליין, זיצט ער מיט 2 ביליאן מוסלעמענער און 15 מיליאן אידן... וועמענ'ס זייט הערט ער מער?
וועמענס שקרים ווערט מער פארשפרייט?
וועמענס פאלשע בילדער האט מער לייקס?

אוודאי די זייט מיט די מער מענטשן.

נו, אז ער הערט זיך אן 24/7 מיט די אלע מעשיות וואס כאטש זיי זענען אין בעסטן פאל נאר האלב אמת, פארט האט עס הונדערטער טויזנטער לייקס... דאן מה יעשה הבן...?

ס'איז א פראבלעם וואס מיר דארפן אנערקענען, און טאקע דערפאר באדערט מיר אזוי די שוואכע פ.ר. פון די מדינה.
ווייל אפילו מיט א שטארקע פ.ר. וועט עס נישט זיין א גרינגע מלחמה, ווייל ס'איז נישט גרינג צו געווינען קעגן אזויפיל מענטשן. אבער אן א פ.ר. אינגאנצן????
א וואונדער אז פראנקרייך און ענגלאנד פלאנען צו אנערקענען א פאלעסטינער לאנד און דערמיט ענדגילטיג געבן א זיג פאר חמאס'ס אקטאבער 7 אטאקע?...
 
די ניו יארק טיימס פינף טעג צוריק האט ארויסגעלייגט א דראמאטישע פראנט קאווער פון א קינד אנגעבליך דאר און פאקרומט פון הונגער. שטעלט זיל ארויס אז דאס קומט בכלל פון פריערדיגע געזונטהייט פראבלעמען.

יעצט האבן זיי זיך דערמאנט צוצולייגן א קליינע עדיטאר נאוט צום סוף פון די ארטיקל אויפן וועבסייט.

און דאס איז די "Most prestigious" צייטונג אין די וועלט 🤦‍♂️

1000105106.jpg
 
יא עס באדערט מיר אויך זייער דו ליגנט'ס.

הגם עס איז זיכער דא א מאנגל אין עסן והא ראיה - מענטשן שטעלן זיך איין דאס לעבן פאר עסן. הונדערטער זענען שוין געשאסן צום טויט ביי די עסן צענטערן.

אבער ניין מענטשן פאלן נישט אראפ טויט פון הינגער ווי אין די לאגערן. ווען יא וואלט די מאמע אינעם בילד אויך געווען אויסגעדארט...
 
די מינוט וואס כ'האב געהערט אז זיי געבן נישט ארויס די חמאס'ס אקטאבער 7 גאוי פראוי ווידעאויס פאר די המון עם צוליב כבוד משפחה און נאך אזעלכע דיבורים, האב תיכף געזאגט המפיל אויף די מדינה'ס פ.ר. מאשין.
😂

ס'איז א ביטער געלעכטער.

קלוג ווען ס'קומט צו מעדיצין, טעכנעלאגיע און וואס נישט?, טיפשום ווען ס'קומט צו פּ. ר.
 
אפשר כאפ איך נישט צו וואס דו באציעסט דיך, אבער בכלליות איז היפש נארמאל אפילו פאר דעמאקראטישע לענדער צו נישט זיין ממש אינגאנצן אמת'דיג בשעת מלחמה.

ס'איז באקאנט מערערע דוגמאות דערפון אפילו ביי אמעריקאנע מלחמות.
איך ווייס נישט אויב עס איז אנגענומען אין אנדערע דעמאקראטיעס, אבער נארמאל איז עס זיכער נישט.

איך רעדט נישט פון באהאלטן דעם אמת אדער אפילו זאגן ליגענט פאר א סטראטעגישע געווינס (ווי למשל דעם פארלייקענען די עקזיסטענץ פון אטאמישע וואפן), איך רעדט פון פארדרייען פאקטן פשוט ווייל זיי זענען אומבאקוועם פאר דיין זייט.

הגה בעצמך, ווען די מדינה שרייט אז די טויט-צאל פון די עזה העלט מיניסטעריום איז נישט באגלייבט ווייל זיי זענען א ''חאמאס געפירטע מיניסטעריום'', וואס פונקטליך טענה'ן זיי? זיי טענה'ן אז אנדערש ווי אונז, וואס אונז זענען א פרייע דעמאקראטישע מדינה און זענען מקפיד אויפ'ן אמת אפילו ווען עס איז אומבאקוועם, איז חאמאס אין קאנטראסט,א טעראר ארגאניזאציע וואס וועט פשוט פאבריצירן פאקטן וואס העלפן זייער נאראטיוו.

אויב האלסטו אבער אז עס איז געהעריג לעגעטים פאר די מדינה צו פאבריצירן פאקטן, דאן אין לך היפאקריטיע גדול מזה.
 
די ניו יארק טיימס פינף טעג צוריק האט ארויסגעלייגט א דראמאטישע פראנט קאווער פון א קינד אנגעבליך דאר און פאקרומט פון הונגער. שטעלט זיל ארויס אז דאס קומט בכלל פון פריערדיגע געזונטהייט פראבלעמען.

יעצט האבן זיי זיך דערמאנט צוצולייגן א קליינע עדיטאר נאוט צום סוף פון די ארטיקל אויפן וועבסייט.

און דאס איז די "Most prestigious" צייטונג אין די וועלט 🤦‍♂️

View attachment 7672
View: https://x.com/ishayshnerb/status/1950423596255392072?s=46

איך האב געווארט און געווארט....
 
די ניו יארק טיימס פינף טעג צוריק האט ארויסגעלייגט א דראמאטישע פראנט קאווער פון א קינד אנגעבליך דאר און פאקרומט פון הונגער. שטעלט זיל ארויס אז דאס קומט בכלל פון פריערדיגע געזונטהייט פראבלעמען.

יעצט האבן זיי זיך דערמאנט צוצולייגן א קליינע עדיטאר נאוט צום סוף פון די ארטיקל אויפן וועבסייט.

און דאס איז די "Most prestigious" צייטונג אין די וועלט 🤦‍♂️
סאיז א אלטע מהלך, איך געדענק זען א בילד וואס זיי האבן ארויסגעלייגט ביי די אינטעפאדא פון א צוהאקטע פארבלוטגדע מענטש און אונטער דעם איז געשטאנען אז סאיז א פאליסטינער אראבער אויפן הר הבית נאכן ווערן צושלאגן דורך יודן, אבער און די בעקראונד האט מען געזען א געז סטעישאן און קיינער האט נישט געוויסט צו זאגן אז סעגזעסטירט איינס אויפן הר הבית, ביז סהאט זיך ארויסגעשטעלט אז סאיז אן אמעריקאנער בחור וואס איז צוהאקט געווארן דורך אראבער.
 
איך ווייס נישט אויב עס איז אנגענומען אין אנדערע דעמאקראטיעס, אבער נארמאל איז עס זיכער נישט.

איך רעדט נישט פון באהאלטן דעם אמת אדער אפילו זאגן ליגענט פאר א סטראטעגישע געווינס (ווי למשל דעם פארלייקענען די עקזיסטענץ פון אטאמישע וואפן), איך רעדט פון פארדרייען פאקטן פשוט ווייל זיי זענען אומבאקוועם פאר דיין זייט.

הגה בעצמך, ווען די מדינה שרייט אז די טויט-צאל פון די עזה העלט מיניסטעריום איז נישט באגלייבט ווייל זיי זענען א ''חאמאס געפירטע מיניסטעריום'', וואס פונקטליך טענה'ן זיי? זיי טענה'ן אז אנדערש ווי אונז, וואס אונז זענען א פרייע דעמאקראטישע מדינה און זענען מקפיד אויפ'ן אמת אפילו ווען עס איז אומבאקוועם, איז חאמאס אין קאנטראסט,א טעראר ארגאניזאציע וואס וועט פשוט פאבריצירן פאקטן וואס העלפן זייער נאראטיוו.

אויב האלסטו אבער אז עס איז געהעריג לעגעטים פאר די מדינה צו פאבריצירן פאקטן, דאן אין לך היפאקריטיע גדול מזה.
יעדע זאך האט א באלאנס (און פרעג מיר נישט ווי ליניע איז, ווייל איך ווייס נישט...)

אבער אדרבה, דיין נומערן משל ברענגט שטארק ארויס די חילוק.

ביי די אקטאבער 7 אטאקע האט מען גאנץ שנעל געוואוסט וויפיל פון די ישראלישע קרבנות זענען געווען ציווילע, וויפיל סאלדאטן, וויפיל פאליציאנטן אאז"וו.

משא"כ חמאס האט א לאנגע היסטאריע פון שווינדלען מיט זייערע קרבנות און פרובירן אויפבלאזן ציווילע קעגן זייערע קעמפער.
דאס האט מען געזעהן ביי יעדע פון זייערע מלחמות זייט 2007.
זיי פלעגן אלס שרייען בשעת מעשה אויף דראסטישע הויכע נומערן ציווילע און נאר מודה זיין צו א גאר קליין נומער קעמפער, און בלויז היפש שפעטער האט מען זיך איבערצייגט אז זייערע נומערן זענען געווען פאלש, און צווישן די טויטע האט זיך געציילט א פיל גרעסערע נומער פון זייערע קעמפער.

בקיצור, פרובירן פארדרייען פאקטן בשעת מלחמה איז היפש נארמאל, חמאס נעמט עס אבער צו א נעקסט לעוועל.

(די סיבה פאר די חילוק איז די מעגליכע קאנסעקווענצן.
באמת וואלט יעדער געקענט באשטיין צו זאגן די מערסטע ליגנט פאססיבל...
מיט ליגנט קענסטו דיך מאכן אויסזעהן ממש ווי מושלם, און דער פיינט פאר ממש ווי א מאנסטער.
דעמאקראטיעס אבער קענען נישט גיין ביזן עקסטרעם, ווייל זייערע אייגענע בירגער קענען זיך דערנאך נוקם זיין אין די פאליטיקאנטן ווען מען וועט זיי כאפן ביי די ליגנטס, משא"כ דיקטאטורן, טעראריסטן וכדומה וואס האבן גאנץ ווייניג פון וואס זיך צו זארגן ווען מען כאפט זיי ביי א ליגנט)
 
Back
Top