דאס שקר און בלוט בילבול גערופן מדינת ישראל גענאציד

די מינוט וואס כ'האב געהערט אז זיי געבן נישט ארויס די חמאס'ס אקטאבער 7 גאוי פראוי ווידעאויס פאר די המון עם צוליב כבוד משפחה און נאך אזעלכע דיבורים, האב תיכף געזאגט המפיל אויף די מדינה'ס פ.ר. מאשין.
איך בין חושד אז זיי זענען מער מקפיד אויף כבוד המדינה.

ווי סקוקט מיר אויס, ווייזן נישט די ווידעאס די אלע שוידערליכע עוולות וואס די מדינה באשולדיגט חאמאס מיט. ודו''ק.
 
אין די ענגליש טײמס הײנט:
1753802135727.png
 
ווער זאגט אז דאס איז מדינת ישראל׳ס פראבלעם איז זיי הונגערן? פון אנפאנג פון די מלחמה האב איך געהערט די זעלבע זאך. די וועלט שיקט זיי ביליאנען שוין דרייסיג יאהר, זיי האבן באקומען די מערסטע געלט אויף די וועלט פון אלע לענדער. זייערע פירער זענען באדעקט מיט גאלד און זילבער אין קאטאר און אין אייראפע, זיצן על סיר הבשר, בויען טונעל נאך טונעל פאר רציחה און פריוואטע ביזנעס און געבן קיינמאל נישט די געלט פאר די מענטשען.

איך בין נאכנישט איבערצייגט אז מדינת ישראל איז שולדיג אין דעם! דאס אז זיי הונגערן איז נישט די פראבלעם פון מדינת ישראל, נאר זייערע אייגענע פירער!!!

אין וועלכע מלחמה האט זיך איין זייט געדארפט זארגן אז זייערע קעגענער זאלן האבן צועסן?

אז מיין שכן האלט מיך אין איין אטאקירן, און הארגעט מיינע קינדער דארף איך אים שטילערהייט ברענגן עסען פאר זיינע קינדער אינמיטן די נאכט? וואס נאך? איך פארשטיי עס נישט!
די זעלבע האבן די לינקע געשריגן נאך פאַר אקטאבאר 7, אז די מדינה בלאקט זיי, אבער עזה האט א גרעניץ מיט מצרים און אז זייער אייגענע ברודער בלאקירן זיי מיינט עס אז די ישראלים זענען גערעכט! הערטס אויף ארויסצושיסן ראקעטס אויף ציוויליע מענטשען וועט מען ענק נישט בלאקירן!

אויב ס׳איז אמת אז די מדינה זענען טאקע רוצחים און למעשה זענען זיי שטערקער ווי די אראבער אין עזה, וואלט יעדע נארמאלע גאווערמענט זיך אינטערגעגעבן כדאי צו ראטעווען זייערע מענטשען. זיי האבן א ברירה! געב צוריק די מענטשען וואס דו האסט פארכאפט, זאג אז דו וועסט עס נישט טוהן נאכאמאל, הער אויף אריינצושיסן ראקעטס קיין ישראל יעדער פיר מינוט און געב אויף דיינע געווער, אזוי ארבעט מלחמה, אז זיי זענען שטערקער מוזן די פאלעסטינער זיך אינטערגעבן, אויב נישט זענען זייערע פירערס שולדיג! וואו קען מען דעס צוגלייכן צו וואס די נאציס האבן געטוהן מיט די אידן, די אידן האבן נישט געהאט קיין שום ברירה ארויס. זיי האבן זייערע א שיינע וועג ארויס, אבער זיי האלטן נישט דערביי! דאס מיינט אז זיי קעירן נישט פאר זייערע אייגענע מענטשען! סאיז פונקט ווי איין מענטש מיט זיינע קינדער שטעלן זיך מלחמה האלטן מיט די ניו יארק פאליס דעפארטמענט און שרייען אז מ׳הארגעט זייערע קינדער! האלט נישט קיין מלחמות וואס דו קענסט נישט געוואונען! אויב יא ביסטו א רוצח פאר דיינע אייגענע קינדער.

כך נראה לי.
 
לעצט רעדאגירט:
און דאס מיינט נישט אז איך האב נישט קיין רחמנות אויף די פאלעסטינער קינדער וואס הונגערן, איך האב יא רחמנות אויף זיי, אבער פארוואס איז מדינת ישראל שולדיג אין דעם? זייערע פירער זענען שולדיג אין דעם, נישט די מדינה! אויב זיי וואלטן נישט אטאקירט מדינת ישראל פאר גארנישט און פאר נישט פאר אזויפיל יאהרן, און זיי וואלטן זיך אויפגעפירט ווי נארמאלע מענטשען וואלטן זיי אלע געקענט לעבן און לאכן, די מלחמה איז נישט איבער קיין עסען, געלט אדער לאנד, סאיז נאר נצחון! א האלי וואר, און א וועג פאר זייערע פירער צושאַרן ביליאנען…
 
וואס איז פשט אין די שיסערייען אויף מענטשען וואס ווארטן אויף די ליין צובאקומען עסען? קודם האב איך עס בשום אופן נישט געגעלייבט אז די מדינה זאל טוהן אזא זאך. סאיז געוועהן קלאנגען אז כאמאס האט עס געטוהן כדאי צוקענען פטור ווערן פון די אמעריקאנע און ישראלישע עסען פראגראמען און עס אליינס קאנטראלירן כדאי זיי זאלן קענען אריינשומגלען וואפן. אבער יעדען טאג קומען ארויס מעהר און מעהר עווידענס וואס זאגט אז די מדינה טוט עס, פון אלע גרופעס בתוכם פון אידישע (לינקע) גרופעס. און אסאך אנדערע מקורות וואס מ׳קען געווענטליך טראסטן, ממילא ווייס איך שוין נישט צי איך קען דעפענדן די מדינה אויב זיי טוהן דאס.
אין דעם שמועס איז ער מסביר די סיטואציע אין עזה פארוואס און וויאזוי עס קען פאסירן אזעלכע זאכן.

אין א פריערדיגן שמועס רעדט ער ארום פון די מדינה'ס שוואכקייט ווען עס קומט צו PR.
 
איך בין חושד אז זיי זענען מער מקפיד אויף כבוד המדינה.

ווי סקוקט מיר אויס, ווייזן נישט די ווידעאס די אלע שוידערליכע עוולות וואס די מדינה באשולדיגט חאמאס מיט. ודו''ק.
די קאנספיראציע ווערט צושטויסן ווען דו הערסט וואס די דזשורנאליסטן זאגן (די וואס האבן יא באקומען עקסעס)
 
אבער עזה האט א גרעניץ מיט מצרים און אז זייער אייגענע ברודער בלאקירן זיי
און ביז אקטאבער 7 זענען טויזענטע אריין אין מד''י פון עזה ארבעטן, אבער אין מצרים איז אפילו נישט איינער אריין!

די מדינה, וואס די עדה באפעלקערונג אנערקענט נישט, און ס'פליט פון דארט טויזענטע ראקעטן א יאר אויף ישראל, זיי נעמען אריין טויזענטע צו ארבעטן יעדען טאג, אויף זיי האבן זיי (לויט געוויסע) געהאט די רעכט צו אטאקירן אקטאבער 7.
אבער די אנדערע שכן, וואס שטעלט גארנישט צו (חוץ וואפן...) דארט איז אלעס פיין...
 
דא קען מען זעהן אז זיי זענען קלאר בייעסט, ווען זיי רעפּארטן אויף די היינטיגע פראנט פעידזש וועגן די שרעקליכע הונגער אין עזה און שרייבן גלייך לעבן דעם אז 60 טויזענט פּאלעסטינער זענען געשטארבן, בשעת צענדליגער טויזענטער פון זיי זענען נישט געוועהן קיין ציווילע מענטשען בכלל.

IMG_2685.jpeg
 
די קאנספיראציע ווערט צושטויסן ווען דו הערסט וואס די דזשורנאליסטן זאגן (די וואס האבן יא באקומען עקסעס)
מיינע חששות האבן זיך אנגעהויבן טאקע נאכ'ן הערן א בריטישע דזשורנאליסט פארציילן וואס ער האט געזען אויף דער ווידעאס (מען האט איהם געוויזן די אומצענזורירטע ווערסיע).

לויט ווי איך פארשטיי זענען רוב פאטאליטעטן פון די אקטאבער 7 טעראר אטאקע, די רעזולטאט פון די שיסערייען און גראנאטן וואס די טעראריסטן האבן געשאסן. עס קען אויך זיין אז אין געוויסע פעלער זענען די קרבנות פארברענט געווארן אין די הייזער וואס די טעראריסטן האבן אונטערגעצינדן (כ'בין אבער נישט באוויסטזיניג פון פעלער ווי די קרבנות זענען געשטארבן פון די פייער).

די אלע ווילדע פראפאגאנדע פון מנחם-מענדל אינקוויזיציע-סטייל פייניגונג איז לכאורה שקר וכזב. אזוי אויך דער נאכאנאנדער באשולדיגונגען וועגן ברייט פארשפרייטע רעיפ פעלער איז בפשטות אן קיין האפט. (גראדע האלט איך אז רעיפ איז א רויטע הערינג ווען מ'רעדט פון קאלט בלוטיגע מערדער, אבער דער אמת דארף נאך אלץ געזאגט ווערן).

אדרבה, אויב איינער האט פארלעסליכע קוועלער (נישט א יעדע בר בי יוטוב דחד יומא, אדער א ישראלישע פרוי וואס זאגט אז קוקן קען אויך פאררעכנט ווערן אלס רעיפ...) וואס ווייזט אויף אנדערש זאל ער ביטע אהערברענגען און מיך מזכה זיין מיטן ווערן בעסער אינפארמירט.
 
יעצט גייט מען אטאקירן יעדער וואס גייט מיט א קאַפּעל?

הער איך…!!!!

אין די היינטיגע נייעס!
IMG_2696.jpeg
 
האסט מיר געזעהן אמאל רעדן פון אינקוויזיציה סטייל פיינונגען?
איך גלייב אויך נישט יעדעס ווארט פון זק"א...

חמאס זענען טעראריסטן נישט ווייל זיי האבן דורכגעפירט אינקוויזיציה סטייל פיינונגען, זיי זענען טעראריסטן ווייל זיי האבן דירעקט געהארגעט ציווילע.
ארויסלייגנדיג די גאו פראו'ס וואלט געוויזן פאר די וועלט ווער די חברה זענען און מיט וואס פארא נחת רוח זיי האבן עס געטוהן.

דאס אליינס וואלט בכלל נישט גענוג געווען אפצושטויסן די אלע פאלשע פראפעגאנדע קעגן די מדינה, אבער אויב דאס טוט די מדינה אויך נישט, דאן ווייזט עס אז זיי פארשטייען נישט צו קיין פ.ר.
זייער אומפארשטאנד צו פ.ר. ברענגט זיי אן אומבאשרייבליכע שאדן סיי יעצט, און סיי אינעם לאנגן טערמין.
 
יעצט גייט מען אטאקירן יעדער וואס גייט מיט א קאַפּעל?

הער איך…!!!!

אין די היינטיגע נייעס!
View attachment 7603
איך פארשטיי דיר בכלל נישט... דו ווייסט דען נישט אז רוסיש-רענדע בירגער, און רוסישע רעסטוראנטן ווערן כסדר אטאקירט אין אייראפע צוליב די מעשים פון פוטין?

דו ווייסט נישט אז כינעזער בירגער ליידן שרעקליך אין אייראפע צוליב די CCP פון כינע?

דו ווייסט נישט? אה... איך אויך נישט.
אזעלכע פאסירן כמעט נישט.

אבער נישט געזארגט, אונזערע מה יפית'ניקעס דא וועלן שוין מסביר זיין אז די שנאה צום איד איז זייער נארמאל צוליב די מדינה.

(קומטס מיר נישט מיט עפעס מעשה ווי אוקריינער האבן אטאקירט די וואס האבן אויסגעדריקט שטיצע צו פוטין, איך רעד פון מענטשן וואס האבן זיך בכלל נישט געלאזט הערן זייער מיינונג אינעם קאנפליקט, און זיי ווערן אטאקירט בלויז צוליב זייער זיין א חלק פון א געוויסער פאלק)
 
האסט מיר געזעהן אמאל רעדן פון אינקוויזיציה סטייל פיינונגען?
איך גלייב אויך נישט יעדעס ווארט פון זק"א...

חמאס זענען טעראריסטן נישט ווייל זיי האבן דורכגעפירט אינקוויזיציה סטייל פיינונגען, זיי זענען טעראריסטן ווייל זיי האבן דירעקט געהארגעט ציווילע.
ארויסלייגנדיג די גאו פראו'ס וואלט געוויזן פאר די וועלט ווער די חברה זענען און מיט וואס פארא נחת רוח זיי האבן עס געטוהן.

דאס אליינס וואלט בכלל נישט גענוג געווען אפצושטויסן די אלע פאלשע פראפעגאנדע קעגן די מדינה, אבער אויב דאס טוט די מדינה אויך נישט, דאן ווייזט עס אז זיי פארשטייען נישט צו קיין פ.ר.
זייער אומפארשטאנד צו פ.ר. ברענגט זיי אן אומבאשרייבליכע שאדן סיי יעצט, און סיי אינעם לאנגן טערמין.
איך הער.

איך בין אבער גאנץ סקעפטיש צו דער ווידעאס וואלטן עפעס אויפגעטון צו טוישן די דעת הקהל (אזוי ווי די שרייבסט שוין). און בכלל, א שנעלע סוירטש אויף יוטוב ברענגט ארויף אסאך פון די ווידעאס וואס יעדער קען זעהן. סקוקט נישט אויס ווי עס האט געטוישט די דעת הקהל.

איך מיין אז דער עיקר פראבלעמען פון די מדינה זענען טיפער און מער פונדאמענטאל ווי א שוואכע פ.ר. סטראטעגיע. אין פאקט, מ'קען זאגן אז זייער פ.ר. איז גאנץ גוט אויב מ'נעמט אין באטראכט וואס זיי דארפן פארקויפן.

צו אנרירן איינס, ווארהייט.
די מדינה'ס צוגאנג (אדער מאנגל...) צו מקפיד זיין אויפן ווארהייט איז שרעקליך.

נעם אקטאבער 7 פאר א משל, די שקרים וואס הויכראנקיגע שטאב מיטגלידער (נישט נאר זק''א וואלענטורן) האבן פארקויפט איז א שרעקליכע עוולה לדעתי.

איינער פון די פונדאמענטאלע חילוקים צווישן א פרייע און א טיראנישע פירערשאפט איז די צוגאנג צו אומבאקוועמער פאקטן. דאס אז דער מדינה האט אזא שוואכע רעקארד דערויף איז לכאורה א שטארקע פאקטאר אין די נעגאטיווע אנזעהן וואס זיי האבן זיך איינגעקויפט.
 
איך פארשטיי דיר בכלל נישט... דו ווייסט דען נישט אז רוסיש-רענדע בירגער, און רוסישע רעסטוראנטן ווערן כסדר אטאקירט אין אייראפע צוליב די מעשים פון פוטין?

דו ווייסט נישט אז כינעזער בירגער ליידן שרעקליך אין אייראפע צוליב די CCP פון כינע?

דו ווייסט נישט? אה... איך אויך נישט.
אזעלכע פאסירן כמעט נישט.

אבער נישט געזארגט, אונזערע מה יפית'ניקעס דא וועלן שוין מסביר זיין אז די שנאה צום איד איז זייער נארמאל צוליב די מדינה.

(קומטס מיר נישט מיט עפעס מעשה ווי אוקריינער האבן אטאקירט די וואס האבן אויסגעדריקט שטיצע צו פוטין, איך רעד פון מענטשן וואס האבן זיך בכלל נישט געלאזט הערן זייער מיינונג אינעם קאנפליקט, און זיי ווערן אטאקירט בלויז צוליב זייער זיין א חלק פון א געוויסער פאלק)

איך בין אויף דיין זייט! קיינער טאר נישט ווערן אטאקירט וועגן זייער לאנד טוט עפעס ראָנג, אבער די משל וואס דו שטעלסט דא צו איז נישט אינגאנצען אויסגעהאלטן לויט לאגיק.
כינע און רוסלאנד ווערן געפירט דורך א דיקטעטארשיפּ, די מענטשען אין רוסלאנד ווילן טאקע נישט די מלחמה און זיי שטיצן עס מסתמא נישט, נאר זיי האבן נישט קיין אנדערע ברירה, משא״כ מדינת ישראל איז א פרייע לאנד, מיט פרייע עלעקשאונס, אלזא זענען די מענטשען מעהר שולדיג.

פארשטייט זיך די צוויי מענטשען אליינס וואס זיי האבן אטאקירט קענען זיין בכלל קעגן די מלחמה אפילו זיי גייען אנגעטוהן מיט קאפּלעך, און אפילו לאמיר זאגן אז זיי שטיצן יא די מלחמה אפענערהייט האט נאכאלץ קיינער נישט קיין רעכט צו זיי אטאקירן אויף די גאס.

אלזא, נאכאמאל, ביסט זיכער הונדערט פראצענט גערעכט אז מ׳קען נישט קיינעם אטאקירן פערזענליך, אבער די משל וואס דו ברענגסט דא קען מען גרינג אפּפרעגן.
 
די וואשינגטאן פאוסט מיט זעלבע פּראפאגאנדע אין די היינטיגע נייעס.

IMG_2697.jpeg
 
דער איד אין איטאליע האט אריינגעוועלט ביבי???

ובכלל דערמאן מיר טאקע מער פון די אטאקעס קעגן אמעריקאנע רעסטוראנטן אין איטאליע ווען אמעריקע האט מיט עטליכע יאר צוריק באמבאדירט מאסול הארגענדיג דערביי שווערע טויזנטער ציווילע. (און איך רעד בדייקא פון אטאקעס דורך דעם המון עם, און נישט דורך טעראר גרופעס).

קוק אהער, תירוצים פארוואס דער איד איז אלס אנדערש האב איך אויך.
אמאל לוינט אבער צו קוקן אונטער די תירוצים.

ביי די בלוט-בלבולים, הייליגע-ברויט-פארשוועכונגען, ברונעם-פארסאמונגען, נביא-באלעסטונגען איז אלס געווען תירוצים. מיין רבי פלעגט מיר אבער זאגן "זאג מיר נישט קיין תירוצים, זאג מיר דעם אמת"....
 
Back
Top