איך בין אויף דיין זייט! קיינער טאר נישט ווערן אטאקירט וועגן זייער לאנד טוט עפעס ראָנג, אבער די משל וואס דו שטעלסט דא צו איז נישט אינגאנצען אויסגעהאלטן לויט לאגיק.
כינע און רוסלאנד ווערן געפירט דורך א דיקטעטארשיפּ, די מענטשען אין רוסלאנד ווילן טאקע נישט די מלחמה און זיי שטיצן עס מסתמא נישט, נאר זיי האבן נישט קיין אנדערע ברירה, משא״כ מדינת ישראל איז א פרייע לאנד, מיט פרייע עלעקשאונס, אלזא זענען די מענטשען מעהר שולדיג.
פארשטייט זיך די צוויי מענטשען אליינס וואס זיי האבן אטאקירט קענען זיין בכלל קעגן די מלחמה אפילו זיי גייען אנגעטוהן מיט קאפּלעך, און אפילו לאמיר זאגן אז זיי שטיצן יא די מלחמה אפענערהייט האט נאכאלץ קיינער נישט קיין רעכט צו זיי אטאקירן אויף די גאס.
אלזא, נאכאמאל, ביסט זיכער הונדערט פראצענט גערעכט אז מ׳קען נישט קיינעם אטאקירן פערזענליך, אבער די משל וואס דו ברענגסט דא קען מען גרינג אפּפרעגן.