די תירוצים ווער עס האט קודם געהארגעט מאכט ביי מיר נישט אויס. איינער וואס צילט צעווילע איז אפגעפרעגט ביי מיר. די אלע תירוצים ווי ארויפגעקוקט אדער אראפגעקוקט איז נישט זייער אינטערעסאנט צו מיר בעיקר ווייל ס'איז שווער צו מעסטן.
איך האב בלית ברירה געדארפט יעצט גיין צוריקקוקן אלע פון די לעצטע תגובות זיכער מאכן אז איך רעד צום זעלבן מענטש.
זאג, מיט דיין ווייב דעבאטירסטו אויך אזוי???
דו הייבסט אן מיט שרייען פאשיסטן, און אז מען מאכט אנדערע פילן פאר ווייניגער יומען, און ווען מען זאגט דיר אז די ציווילע וואס זענען געהארגעט געווארן (דורך אן אפגעפרעגטער מיעוט), זענען
נישט געהארגעט געווארן צוליב פאשיזם אדער מאכן אנדערע פאר ווייניגער יומען, נאר בלויז פאר נקמה אויף די כסדרדיגע אטאקעס אויף ציווילע וואס מען האט געהארגעט ביי זיי, שרייסטו "דאס האב איך געמיינט"...
ערעב איד, ביטע קלאר אויס דיין מיינונג פאר מיר גייען ווייטער.
מיין מיינונג איז האפנטליך היפש קלאר:
1. די ציונים פירן נישט דורך קיין שואה אין עזה.
2. די וואס פארגלייכן די שואה צו עזה זענען אדער איגנאראנט, אדער שטופי שנאה (קעגן ביבי/אידן/אמעריקע/מערב וועלט וכדומה).
3. זאגן אז די אראבער פירן דורך זייערע אקטן צוליב אקופאציע גייט קעגן יעדעס ביסל היסטאריע.
4. די ציונים זענען קיינמאל נישט געווען אויף די זייט פון סתם אויסהארגענען אראבער וויבאלד זיי זענען אן אנדער פאלק/רעליגיע.
5. די שנאה און טענות וואס די וועלט האט קעגן דעם איד איז א יוניק שנאה וואס מען טרעפט כמעט נישט ערגעץ אנדערש.
6. די ציונים זענען ווייט פונעם אדם המושלם, און גענוי ווי איבעראל האבן זיי נאך אסאך וואס צו ארבעטן אויף זיך.
איך מיין אז דאס איז א גוטער סיכום אויף מיינע ארגומענטן אין ריגארדס צו דעם דאזיגן שנירל.
אז דו ווילסט דעבאטירן ווייטער, ביטע זאג מיר קלאר קעגן וועלכע פונקט מיינער דו דינגסט זיך, אדער זיי קלאר מסביר דיינע פונקטן וואס האט דיר אהערגעברענגט צו שרייבן אין דעם שנירל.