איינער האט דא פארפירט אז מיטן נישט מיטברומען מיט זיינע קוויטשעדיגע פייפערייען מיינט דאס אז איך לעב אין א באבל...
לאמיר צונעמען די זאך דא אביסל:
דער חכם שטייט און פארגלייכט די מדינת ישראל/פאלעסטינער מלחמה מיט די שואה, און ער וואונדערט זיך וויאזוי איז מעגליך אז אייניקלעך פון שואה-געליטענע זאלן נישט זעהן וואס דא קומט פאר....
ערעב איד, פאלט אייך נישט ביי אז די מעשה גייט פארקערט?
טאקע וויבאלד מיר האבן דורכגעמאכט א שואה, ווייסן מיר וואס דאס מיינט, און מיר ווערן מיר נישט איבערגענומען פון פוסטע און נערישע לאזונגען.
אט האב איך צוזאמען געשטעלט פאר דיר א ליסט פון עטליכע קליינליכע נערישע חילוקים צווישן אונזער שואה, און די ישראל/עזה קריג, מעגליך אז ס'וועט דיר עטוואס פארשטיין געבן פארוואס מיר זענען נישט ממש אזוי איבערצייגט אז דא קומט פאר דאס וואס מיר האבן געליטן.
-די שואה קעגן די אידן האט זיך נישט אנגעהויבן נאך נאכאנאדע טעראר אטאקעס אין וואס אידן האבן בלוט דארשטיגערהייט אויסגערצחט אומשולדיגע קליינע דייטשן.
-די שואה האט זיך נישט אנגעהויבן נאכדעם וואס אידן האבן פאר יארן לאנג אריינגעשאסן מיסילס קיין ברלין.
-די פראבלעם פון די שואה איז נישט געווען אז ס'איז נישט אנגעקומען גענוג הילפס פעקלעך (איך שעם זיך אז איך דארף דאס שרייבן...).
-די פראבלעם פון די שואה איז אפילו נישט געווען דאס אז די נאציס האבן באמבאדירט מערערע שטעט (באקאנסטע איז לאנדאן) הארגענדיג דערביי טויזנטער ציווילע (דאס איז געטוהן געווארן דורך אלע זייטן פונעם קריג).
-די יוניק זאך וואס מען האט געטוהן ביי די שואה וואס האט עס געמאכט אזוי פראבלעמאטיש, איז א געוויסע פראסעס וואס איז דאן דורכגעפירט געווארן איבער דאס אידישער פאלק.
די פראסעס האט פארמאגט עטליכע סימפל חלקים:
צוזאמען נעמען ציווילע אידן, זיי טראגן אין לאגערן, זיי דארט מסודר'דיגערהייט אויסמארדן איינס ביי איינס.
אז איינער זאל דאס קענען פארגלייכן צו אן ארמיי וואס לאזט נישט אריין (לשיטתו) גענוג קאלאריעס צו א פיינטליכע באפעלקערונג וואס האט אנגעהויבן א קריג, איז פאר מיר ממש
מיינד-באגלינג.
ליידער איז אבער באשמוצן די מדינה מיט כל ערליי אויפגעבלאזענע באשולדיגונגען עפעס וואס איז א חלק פונעם סדר היום פון די באבל-חברה (אה... ניין! זיי לעבן
נישט אין קיין באבל

). גענוי ווי מען האט באשולדיגט דעם איד אין בלוט ביי די מצות, און פארסאמען די ברונעמער.
צו די מדינה איז פערפעקט? זיכער נישט! זיי זענען דאך מענטשן ווי מיר און דיר, און אז זיי האנדלען מיט א בלוט דארשטיגע מערדערליכע פאלק איז מעגליך אז זיי זענען נישט גענוג מקפיד אויפן געזעץ. אבער צו זענען די ווילדע דראמאטישע געשרייען קעגן זיי בארעכטיגט? פוסטע מעשיות!
די וועלט איז פארנומען צו פארדאמען מדינת ישראל אויף שטאפלען וואס מען זעהט נישט ביי קיין שום אנדער פלאץ (אפילו ביי פיל ערגערע אומשטענדן), און דער פארשטייט, אז דאס קומט טאקע צוליב די יוניק שלעכטקייט פון די מדינה.
בלויז איין וואך צוריק האט מען געזעהן
ווידעאויס ווי סיריער שטייען העכער אומשולדיגע דרוזן וואס ליגן שוין אויף דער ערד און מען שיסט זיי אויס איינס ביי איינס, און קיינער האט קיין פיפס נישט געגעבן. אבער אונזער חכם דא (וואס לעבט "נישט" אין קיין באבל), פארשטייט אז די סיבה פון די קולות קעגן די מדינה איז וויבאלד זיי -די מדינה- זענען די געפערליכע חברה.