דאס שקר און בלוט בילבול גערופן מדינת ישראל גענאציד

וועגן דעם האב איך געזאגט אז אפי'

איז עס אזוי. אויב עכט איז עס ווייניגער, איז אסאך מער לעכערלעך צו שרייען דזשענעסייד.
ס'איז אסאך ווייניגער.
די העכער 60 טויזנט נומער איז א סך הכל. צענדליגער טויזנטער דערפון זענען חאמאס קעמפער.

איך האלט גראדע אז די מדינה האט זיך נאך וואו צו פארבעסערן ווען ס'קומט צו דיציפלין, ס'האט אבער קיין שייכות מיט דזשענאסייד.
 
סאו, באמבעס וואטשן זיי יא און בולעטס נישט? דאס אז ביי באמבעס איז דא אזוי ווייניג פאטאלעטעיטן, מיינט אז אין אלגעמיין זענען זיי עקקסטריעמלי פארזיכטיג, און ווען זיי נוצן בולעטס איז עס אויך נאר ווען זיי פראבירן צו זיין פארזיכטיג, ווען נישט וואלטן זיי קיינמאל נישט פארניצט אזוי פיל וואפן פאר אזוי ווייניג מענטשן, אוודאי שטארבן אויך ציווילע, אבער זאגן אז דאס איז בכוונה, זעהט מיך אויס לעכערלעך.
(און אגב, די 62,000 טויטע איז אויך אריינגערעכנט די וואס זענען געשטארבן פון בולעטס, סאו באמת איז עס אסאך ווייניגער ווי איין און א פערטל מענטש פער באמבע...)
די ציל פון די באמבעס
1000076091.png
1000076092.jpg
 
100 פראצענט מדינת ישראל האט א רעכט צירוקציפייטען די קשיא איז נאר וויפול מעגן זיי צירוקפייטען אין די ראם פין מענטשליכקייט. אויף דעים האב איך געזאגט אויב די חשבון איז דא אז מ׳דארף הארגענען יעדען טעראריסט דעמאלטס איז קלאר אז ס׳גיייט קיינמאל נישו געשעהן ס׳פשוט אז פריינט אדער קינדער פין טערראריסטן גייען קיינמאל מוחל זיין ישראל אין העלן נאכאמאל אויפבויען די טערראריסטישע נעטווארק איינמאל די מלחמה איז גענדיגט. נאכאמאל מדינת ישראל קען טעהנען אז זיי מעיגען ביז איבער מארגען באט לאזען פאלן באמבעס פאר 5 אדער 10 יאר טוט שרעקליך וויי די אימעדש וואס אידן האבן אויף די וועלט. אויסראטן די געפאר אנטקעגן מדינת ישראל העט קיינמאל נישט געשעהן במציאות. לאמיר זיך נישט נארען אין אויב יא האב איך געזאגט אין מיין פרידיגע מעסעדש זאל מדינת ישראל קלאר זאגן ווען אין וויאזוי גייט הייסען א סוקסעס.

ניין זיכער נישט. אבער ס׳פשוט נישט מעגליך אויציראטען אלע נישט אלע וואונען אפילו אין גאזא אין מיט יעדע פארבייענדע מינוט טוט מדינת ישראל באקומען א מער שרקליכע אימעדש אויפן וועלט די קשיא איז צי נקמה לוינט פאר דעי פרייז.

ס׳קלאר אויך שנאת ישראל באט אויכעט ס׳פארשטענדליך דא א חילוק פין סיריע ביז מדינת ישראל כ׳בין זיכער אויב ענגלאנד נעמט זיך אויסהארגענען א דענרבעדיגע שוואכע לאנד וואלט מען גערעדט דערפין אזויפיל ווי מ׳רעדט יעצט פין די גאזא מלחמה ווייל מדינת ישראל אין ענגלאנד זענען ביידע ציווילזירטע לענדער סא מ׳ערווארט פין זיי א העכערע סטענדערט אין מענטשליכקייט.
נאך א מאל די גייסט ארום און רינגען א גאנצן צייט,ַסאיז עכט נישט משנה די בליק פון די אלגעמיינע וועלט עי"ט די"ס פיונ"ט, אח און ווי אויב מד"י וואלט זיך גערעכענט מיט די וועלט! זיי וואלטן שוין פון לאנג נישט עקזיסטירט!! מען מוז זיך שלאגן און אויסראטן טעראר אויב נישט מיינט עס אז טעראר האט געוואונען, נישט קיין חילוק ווי לאנג ס'נעמט, אין אפגאניסטאן האט עס געדארט 20 יאר און מ'האט נישט מצליח געווען, זאל נעמען ווי לאנג ס'נעמט, דאס איז די פרייז וואס טעראר צאלט, למען ישמעו ויראהו.
 
און בדרך אגב, גענאציד מיינונג איז נעמען א פאלק און פארטיליגן, דאס וואס איז פאר געגאנגען אין סיריע פאריגע וואך, נישט וואס מד"י טוט אין עזה, מען שיקט אריין טויזנטער טרעקלעך א וואך פאר די אזוי גערופענע ציווילע מענטשן ( איך ווייס טאקע נישט פארוואס זיי טוהן עס.. אבער דאס איז די פאקט), ס"א פאר קיין געלט אין די וועלט גייט זיך נישט די מציאות בייגן אויף די וועג וויאזוי די אלע אנטיסעמיטין ווילן.
 
צו ס'איז יא דא א גענאסייד צו נישט, איז א שמועס פאר זיך.
אבער די נזק וואס די אומבאלומפערטע ממשלה טוט צו כלל ישראל בכל מקום שהם, איז א בראך לדורות:
GwzIONlWMAAb5GI.jpg

קעפלעך פון צייטונגען איבער די וועלט, איבער די הונגער אין עזה.
 
אבער די נזק וואס די אומבאלומפערטע ממשלה טוט צו כלל ישראל בכל מקום שהם, איז א בראך לדורות
און די בלוט בילבולים פון טויזענט יאר פארדעם, איז אויך די שולד פון די ממשלה?

Wake up and smell the coffee מיין פריינד
אנטיסעמיטיזם איז העיר טו סטעי. נעכטן בלוט אין די מצות, אייערנעכטן פארסמן די וואסערן, און היינט גענעסייד
 
נעכטן בלוט אין די מצות, אייערנעכטן פארסמן די וואסערן, און היינט גענעסייד
למעשה איז עס די מדינה'ס אחריות נישט צו זיין דער וואס פיטערט אריין די סיבה (אונז פיינט צו האבן) פאר די אנטיסעמיטן.
 
וואס דארף איך צו זעהן דא? וואס איז נוגע צו וואס איך האב געזאגט?
דו זאגסט די באמבעס הארגעט רעלעטיבלי ווייניג מענטשן. דאס איז וועגן זיי צילן נישט דווקא נאר מענטשן.

אויב ווערן רוב באמבעס געצילט צו חרוב מאכן ליידיגע בילדונגס, דאן די באמבעס צו געהארגעטע רעשיאו איז אינגאנצן אנדערש.
 
לעצט רעדאגירט:
איך כשלעצמי בין מער איבערצייגט אז ס'איז נישטא קיין ג'נאסייד אין עזה, און איך האף אז איך בין גערעכט.

אבער ווען פון איין זייט שטייען אן א שיעור פון די פאליטיקאנטן אין ישראל, און זאגן אזעלכע סטעיטמענט'ס ווי כאמאס איז עמלק (וואס כאמאס אליין איז איין זאך, די פראבלעם איז אז עמלק דארף מען אויסמעקן מענער פרויען קינדער בהמות און אלעס), אדער מ'דארף אויסמעקן עזה, מ'דארף ווארפן א אטאם באמבע אויף עזה, מ'דארף אויסהונגערן די פאפולעישן דארט, מ'דארף פארקלענערן די פאפולעשין דארט, ועוד ועוד.
איז זייער גרינג צו שרייען 'אנטיסעמיטיזם' 'שנאת ישראל' וכו' וכו', אנשטאט זיך קוקן אין שפיגל, און פרעגן פון ווי נעמט זיך די אלע קלעימס, פון ווי נעמט זיך אז אונזערע בעסטע פריינד דרייען פלוצלונג איבער די דאשיק.
ווען מ'לאזט נישט אריין קיין דזשורנאליסטן אין עזה, פאר וועלכע בארעכטיגטע תירוץ ס'זאל נאר נישט זיין, שטינקט עס עד לשמים.
 
דו זאגסט די באמבעס הארגעט רעלעטיבלי ווייניג מענטשן. דאס איז וועגן זיי צילן נישט דווקא נאר מענטשן.

אויב ווערן רוב באמבעס געצילט צו חרוב מאכן ליידיגע בילדונגס, דאן די באמבעס צו געהארגעטע רעשיאו איז אינגאנצן אנדערש.
אבער אזוי ווי די זעלביגע וואס שרייען אז עס איז דא דזשענעסייד, שרייען אויך אז קיין איין געגנט וואס ישראל באמבעדירט איז נישט ליידיג, נאר עס איז פיל מיט מענטשן, ממילא קענען זיי נישט טאנצן אויף ביידע חתונות, אין פון איין זייט שרייען צו די מידיע, אז עזה איז פול איבעראל מיט מענטשן, און יעדע באמבעדירונג הארגעט צענדליגע ציווילע, און פון די אנדערע זייט שרייען אז די סיבה פארוואס עס איז דא אז קליינע באמבע צו טויטע רעשיא, איז וויבאלד רוב באמבעדירונגען פאראורזאכן נישט קיין טויטע.
 
Back
Top