דו פלאנסט צו פאסטן?

דו פלאנסט צו פאסטן?

  • איך וועל פאסטן פשוט ווייל כ'בין צוגעוואוינט און ס'מיר נישט שווער

    Votes: 16 34.0%
  • איך לאז נישט מיינע טעכטער פאסטן און מיין ווייב פאסט אויך נישט

    Votes: 22 46.8%
  • איך האב נישט קיין פראבלעם אז מיין ווייב אדער חברים זעהן אז איך פאסט נישט

    Votes: 8 17.0%
  • דעי יאר איז די ערשטע מאל וואס איך וועל נישט פאסטן שבעה עשר בתמוז

    Votes: 1 2.1%

  • Total voters
    47

Lio

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
יוני 16, 2024
מעסעדזשעס
124
רעאקציע ראטע
549
פונקטן
123
אזויווי מ׳האט שוין אסך ארומגערעדט דא און אויך אויף ק״ש ז״ל -
אז פיל גדולי ישראל זענען געווען דערגעגן פאסטן,
וויל איך וויסן וויפיל חברים דא טוען ווי מיין פעטער, און פארבאטן די פרויען און מיידלעך פאסטן,
ווייל ״קאשויער רב ז״ל האט געזאגט זיי טארן נישט פאסטן…״

און וויפיל דא ערלויבן זיך אפן אליין נישט צו פאסטן
ווייל זיי דארפן נישט זיין פרומער פון דער מלאך פון אמעריקע און פון די פילצאליגע גדולים וואס האבן געהאלטן מ׳זאל נישט פאסטן
 
איך אליינס פלאן אי''ה צו פאסטן (אויב משיח וועט נאך נישט דא זיין), נישט וויל איך בין צוגעוואוינט און ס'איז מיך נישט שווער, נאר ווייל חז''ל האבן אונז געהייסן אזוי, פאלג איך

מיין ווייב גייט דאס יאר נישט פאסטן, ווייל זי איז א מניקת, און חז''ל זאגן אז א מניקת זאל נישט פאסטן

איך האב נאכנישט קיין טעכטער העכער בת מצוה, אבער ווען כ'וועל האבן, וועל איך זיי הייסן פאסטן, אזויווי חז''ל האבן מתקין געווען
 
נאר ווייל חז''ל האבן אונז געהייסן אזוי, פאלג איך
עכט האבן זיי נישט געהייסן אזוי, אבער דאס איז א זייטיגע שמועס א מ'קען עס אנהענגן אויף חז"ל וויי נאט
עיין מסכת ר"ה דף י"ח איז פארהאן א גאנצע סוגיא דערוועגן
 
אינטערעסאנט פארוואס ביי די ליטווישע פאסטן יא די פרויען מער ווי די חסידישע
נישט נאר ליטווישע, אויך ליובאוויטש און ספרדים,
בקיצור אלע פרומע פרויען אויסער חסידים.
 
פאר פעטע פישלעך ווי אייך איז אפשר געזונט צו פאסטן
נאר טרינק וואסער לכה״פ 😅

דו ווילסט אבער נישט זען מיין אויספאסטן...

אויסצופאסטן נאך א לאנגע תענית כאפענדיג א מעריב ביי די זעכציג:LOL:
 
א מין פאררוקטע אנקעטע.
עס פעלן מיליאנען אפציעס:
  • איך פאסט ביז צוויי אזייגער און דעמאלטס פאסט איך אויס אויף ראגעלעך.
  • איך פאסט ביז דריי אזייגער און דעמאלטס טרונק איך א קאווע.
  • איך לאז מיין עלטסטע טאכטער פאסטן, אבער נישט מיין יונגערע ווייל זי האט פיבער.
  • איך פאסט ווייל איך האב נישט וואס צו עסן.
  • וכו' וכו'.
צום אנקטעט, פאסט איך ווייל איך וויל אויסדרוקן סאלידאריטעט מיט די צרות און פיין וואס מיין פאלק איז אריבער.
 
Back
Top