עדוקאציע, עדוקאציע, עדוקאציע

Reb Yid

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
סעפ. 8, 2024
מעסעדזשעס
134
רעאקציע ראטע
545
א גוטע וואך טייערע ברודער, זינט מיר האבן קיינמאל נישט געהאט קיין פארמאלע עדוקאציע, איך רעד פון א געווענליכע עדוקאציע, הלוואי איך קען רעדן פון א קאלידזש עדוקאציע. מיר זענען באטיטלט אן חכם ונבון,

אבער ליידער זענען מיר ממש אן איליטעראט, אומגעבילדעטער פאלק. מיר האבן קיינמאל געלערנט וואס א ערשט-קלאס תלמיד פון א low-income neighbourhood משפחה לערנט, די יסודותדיקע וויכטיגע וויסנשאפט וואס מען דארף וויסן ווי א מענטש אן איינוואוינער אין א ציוויליזירטע וועלט.

אויב זאל מען וועלן אויסלאזן טעאריעס ווי ביג בענג אדער עוועלוציע, קען מען נאך אפשר שווייגן, ווייל עס זענען דאך נאר טעאריעס. אבער די בעסיק פאקטן נוגע צום טאג טעגליכע לעבן וואס א מענטש דארף וויסן – וואס מיר זענען נישט געלערנט, און וויבאלד מיר ווייסן עס נישט, דערפאר פארשטייען מיר נישט איר נויטיגקייט און וואס מיר פארפאסן, אין ממילא דערפאר פארפעלן מיר דאס אלעס איבערצוגעבן פאר אונזערע קינדער. און דאס בלייבט א vicious cycle.

מיר קענען ווייטער קלאגען און באשולדיקן די פריערדיגע דורות קומענדיגע אין יעצטיגן דור, אנגעהויבן פון די רבנים, עסקנים, אין געענדיגט ביים שניידער'ן, אבער געדענקט ווי וועם וועלן מיר האבן א פנים, גענוי ווי די פאלעסטינער.

די איינציגסטע עצה איז, אויב מיר, די עלטערע, וועלן זיך נעמען לערנען, אנגעהויבן פון ערשטע קלאַס, ארויף ביז צו הויעך שולע, אין אזוי וועלן מיר משיג זיין וואס מיר פעלן, און וועלן נישט איבערחזרן דאס צו אונזערע קינדער. אין צום סוף וועט מקיום ווערן א דור פון "וילמדו תוהים בינה."

איך קום דא מיט א בקשה צו די חברי קרעמל, אויב איז דא עמיצער וואס איז גרייט צו נעמען אויף זיך צו פאר לערנען דא אויף קרעמל מיט מאמע לשון, מעגליך מיט בחינות, פון ערשטע קלאס ביז הויכשולע גראדואציע. אשרי חלקו.

א גוט וואך.
 
איך דארף וויכטיג א mathematics course פאר אדאלטס, כ'האב פשוט קיינמאל נישט געלערנט Math, ס'איז א חרפה או בושה איך ווייס. Kahn academy איז צו קינדעריש און אזוי אלעס אנדערשט וואס כ'האב געזען,

קום אריין מיט א גוטע course.
 
איך דארף וויכטיג א mathematics course פאר אדאלטס, כ'האב פשוט קיינמאל נישט געלערנט Math, ס'איז א חרפה או בושה איך ווייס. Kahn academy איז צו קינדעריש און אזוי אלעס אנדערשט וואס כ'האב געזען,

קום אריין מיט א גוטע course.
אנכי האב זוכה געווען צו האבן א געהעריגע קאלעדזש עדיוקעישאן פון איבער 5 יאהר. איך וואלט דיר געזאגט צו זיך איין שרייבן אין א GED טרעינינג פראגראם. די סיבה איז ווייל אזוי וועסטו האבן א התחייבות פון דעדליינס מיט טעסטס.

בד”וו, kahnacademy איז זייער גוט פאר ערוואקסענע אויכט. ספעציעל פאר די העכערע חשבון. זיי האבן היינט אויף סייענס און ענגליש אויך. איך בין געגאנען אין א חסידישע חדר און kahnacadeny האט מיר געהאלפן אין קאלעדזש.
 
ווילסט זיך אויסלערנען ענגליש אויף אידיש?
דיסקלעימער, איך קען ב"ה א גוטע ענגליש.

די סיבה וואס איך בעט עס זאל זיין אויף אידיש איז איינס, פשוט, וויבאלד קרעמל איז א אידישע סייט.
צוויי, יא, עס זענען דא אסאך וואס ליידער קענען נישט קיין ענגליש.
 
Back
Top