דאווענען פאר די וואס גלייבן נישט

איך גיי נישט אריינגיין צו איך גלייב אדער נישט, אבער למען האמת האט גאט מיר קיינמאל נישט געבעטן צו דאווענען פאר אים, איך וויל נישט א גאט וואס דארף צוקומען צו מיינע הודאות..
די גאנצע מציאות התפלה דארף צו זיין פאר מיר, אסאך מאל נוצט מען עס זיך צוטרעפן מיט זיך, און ווען איך וויל נוץ איך עס זיך צוטרעפן מיט גאט,
אבער איך גיי זיך נישט נער׳ן ווען איך בין נישט און די מאד גיי איך נישט שטיין און שול ווי א נער ווייל סיסטע׳׳ם האט געהייסן דאווענען, און ווען איך פיל יא צו דאווענען דאווען איך, אבער לאו דוקא און ביהמ״ד און לאו דוקא אלעס וואס שטייט און סידור,
איך קוק דאס אן סאך מער אמתדיג ווי דאווענען אייביג, ווען גאט האט קיינמאל נישט געבעטן אזא זאך, און אויב דו טוסט עס אן כוונה ביסטו לדעתך א מורד במלכות, תפלה ״דארף״ צו זיין א התחברות צו גאט און אויב טוט מען עס כמצות אנשים מלמדה האסטו פארלוירן די גאנצע פוינט.
 
לפי מיין פארשטאנד - הבינותי בספרים- איז תפילה
נישט דוקא , אז גאט זאל מיך הערן , און גאט זאל
מיר געבן - א ראיה איז אז די גמרא האלט עיון תפילה פאר א פעהלער , אין מסכת ברכות - כל
המאריך בתפילתו ומעיין בה סוף בא לכאב לב ,
זעהט מען אז עס איז א חסרון ,
אין בבא בתרא , ווערט ״עיון תפילה״, אויס גירעכנט
ביי די עבירות שאין אדם ניצול מהם בכל יום
( דרך אגב זעהט מען אז חז״ל האבן פארשטאנען
מענטשהייט , עס איז דא א באגריף פון עבירות
שאין אדם ניצול מהם בכל יום , דור דור ופשעיו ,
אין כל חדש תחת השמש )
פון די אנדערע זייט , ווערט עיון תפילה ,דערמאנט
צווישן די אלו דברים , לטובה ולברכה ,
איז דער פשט אזוי , גאט פירט , גאט מענעדשט
( אזוי איז די אמונה פון תורת ישראל ) ער דארף
נישט דיין תפילה , ער ווייסט וואס צו טהון ,
די ״ מה חובתו בעולמו״ ( אויב מען גלייבט אז א
אדם , א מענטש ,האט עפעס א חוב אויף די וועלט
און אז דער מענטש איז מער ווי סתם א מאלפע,
דעס גופא איז שנוי במחלוקת ) איז דא א באגריף
אז דער מענטש , וויל זיין דבוק אין עפעס העכער,
דהיינו ער טהוט פעולות און מעשים , וואס באהעפט
איהם צו גאט ,
די ווארט תפילה איז טייטש אויך , ״ באהעפטונג״
לשון נפתולי אלהים נפתלתי, די חוב פון דריי
תפילות בכל יום ערב ובקר וצהרים , דאס איז
פאר זיך ״דביקות״, נאך פאר כוונה ,
אפילו אהן כוונה ,איז דביקות
עס זאגט דער פסוק , ובו תדבק , איז דאס א
שטארקע התחלה ,כנלענ״ד
 
די שאלה אנהייב האט מיר דערמאנט א שטיקל און איינע פון אלי ויזל׳ס מעמוארן ווי ער שרייבט זיינע מחשבות אויף זיין טאטע׳ס יארצייט צו ער זאל גיין זאגן קדיש אדער נישט, ער גלייבט דאך נישט און גאט… אזוי גייט ער דארט דורך זיין גאנצע אינערליכע שמועס, און ער ענדיגט אז עם כל זה גייט ער.
 
איך דאווען שוין לאנג נישט אין די וואכן, ס'איז נישט קיין זאך וואס איך קאננעקט צו, אבער שבת און בפרט פרייטיג צונאכטס גיי איך ווייל איך קאננעקט צו דעם, ס'איז א וועג ווי איך קאנעקט צו די גרעסערע consciousness, די divine nature פון די universe, איך קען פילן ווי די universe טאנצט.

און יא מענטשן דארפן Spirituality, ס‘איז א פסיכאלאגישע פאקט, און טאמער איינער קען אריין טאפן צו זיין unconscious וועט ער שפירן אז ס'איז דא א divine נאטור צו די universe און consciousness, און אונז זעמער א vessel פאר גאט.

הגם דאס איז זיכער אז רעליגיע איז געמאכט געווארן דארך מענטשן, און איז נישט דירעקט די ווארט פון גאט, אבער אין די שכל האנושי איז דא א חלק וואס רופט זיך געפילן, וואס איז נישט ווייניגער א פאקט ווי די חלק פון טראכטן, און דעם חלק זאגט אונז האמער א soul, וואס איז מחובר צו די collective און אז ס'איז דא א unity וואס איז מחבר אלע conscious beings.

סאיז די פילינג וואס דו האסט אפשר געפילט ווען ביסט געזעצן ביים ים און געקוקט אויפן גרויסן הימל און געשפירט עפעס גרעסער עפעס וואס האט נישט קיין ווערטער צו מסביר זיין, אדער קען זיין האסט עס געפילט אין אן אנדערן אופן.

אבער כ'ווייס אז אנדערע גייען זאגן אז לאגיק רעכענט מען נישט מיט פילינגס, אבער איך זאג אז סאיז אויך אמת אז פילינגס רעכענט מען נישט מיט לאגיק, פונקט ווי קענסט האבן א פילינג אז איינער איז נישט צופרידן אפילו אויב דו קענסט נישט מסביר זיין פארוואס, און פונקט ווי מ'קען נישט מסביר זיין די געפילן פון מוזיק.

כוועל פראבירן איין טאג צו מסביר זיין די זאך באריכות, אבער בקיצור, גאט (the collective unconscious) האט נישט מיט רעליגיע איינגעשטויסן, נאר פארקערט, רעליגיע נעמט אוועק די נאטורליכע געפילן פון וואס די אייגענע אמת און געפילן זאגן, רעליגיע דארף נאר זיין א מעטאפאר פאר וואס מענטשליכע געדאנקען און פילינגס זאגן, און פאר קאלטור מיט טראדיציעס וואס שפירן זיך ווערדפול פאר זיך אליינס.
 
לעצט רעדאגירט:
איך וואונדער מיך, אויב אלעס וואס דער באשעפער טוט איז סיי ווי די בעסטע פאר מיך, וואס האב איך פון דעווענען? אויב עס איז דא עפעס וואס איז בעסער פאר מיך ווי דאס וואס גייט זיין אויב איך דאווען נישט, פארוואס געט מיך עס נישט די באשעפער סתם אזוי? ער טוט דאך נאר וואס איז די בעסטע פאר מיך? אויב איז נישטא עפעס וואס איז בעסער פאר מיך, וואס דארף איך דעווענען? עס איז דאך שוין סיי ווי די בעסטע וואס קען זיין?
ער וויל דיר עס געבן אבער ער דארף דיין תפילות דיר עס צו געבן
 
איך דאווען שוין לאנג נישט אין די וואכן, ס'איז נישט קיין זאך וואס איך קאננעקט צו, אבער שבת און בפרט פרייטיג צונאכטס גיי איך ווייל איך קאננעקט צו דעם, ס'איז א וועג ווי איך קאנעקט צו די גרעסערע consciousness, די divine nature פון די universe, איך קען פילן ווי די universe טאנצט.

און יא מענטשן דארפן Spirituality, ס‘איז א פסיכאלאגישע פאקט, און טאמער איינער קען אריין טאפן צו זיין unconscious וועט ער שפירן אז ס'איז דא א divine נאטור צו די universe און consciousness, און אונז זעמער א vessel פאר גאט.

הגם דאס איז זיכער אז רעליגיע איז געמאכט געווארן דארך מענטשן, און איז נישט דירעקט די ווארט פון גאט, אבער אין די שכל האנושי איז דא א חלק וואס רופט זיך געפילן, וואס איז נישט ווייניגער א פאקט ווי די חלק פון טראכטן, און דעם חלק זאגט אונז האמער א soul, וואס איז מחובר צו די collective און אז ס'איז דא א unity וואס איז מחבר אלע conscious beings.

סאיז די פילינג וואס דו האסט אפשר געפילט ווען ביסט געזעצן ביים ים און געקוקט אויפן גרויסן הימל און געשפירט עפעס גרעסער עפעס וואס האט נישט קיין ווערטער צו מסביר זיין, אדער קען זיין האסט עס געפילט אין אן אנדערן אופן.

אבער כ'ווייס אז אנדערע גייען זאגן אז לאגיק רעכענט מען נישט מיט פילינגס, אבער איך זאג אז סאיז אויך אמת אז פילינגס רעכענט מען נישט מיט לאגיק, פונקט ווי קענסט האבן א פילינג אז איינער איז נישט צופרידן אפילו אויב דו קענסט נישט מסביר זיין פארוואס, און פונקט ווי מ'קען נישט מסביר זיין די געפילן פון מוזיק.

כוועל פראבירן איין טאג צו מסביר זיין די זאך באריכות, אבער בקיצור, גאט (the collective unconscious) האט נישט מיט רעליגיע איינגעשטויסן, נאר פארקערט, רעליגיע נעמט אוועק די נאטורליכע געפילן פון וואס די אייגענע אמת און געפילן זאגן, רעליגיע דארף נאר זיין א מעטאפאר פאר וואס מענטשליכע געדאנקען און פילינגס זאגן, און פאר קאלטור מיט טראדיציעס וואס שפירן זיך ווערדפול פאר זיך אליינס.
זייער שיין געשריבן ,
אבער מען קען ארויסלייענען אז דאס איז ,בדרך אם תמצי לומר , ווייל 100% ווייסטו דאך אויך נישט
אויב רעליגיע האט מיט גאט אדער נישט
דער אמת איז קיינער ווייסט נישט 100%
עס איז אן דעת נוטה , איינער איז מער נוטה צו איין
צד , צווייטער צו די אנדער צד .
עכ״פ ברענגסט ארויס איין צד שטארק .
 
די ווארט תפילה איז טייטש אויך , ״ באהעפטונג״
לשון נפתולי אלהים נפתלתי, די חוב פון דריי
תפילות בכל יום ערב ובקר וצהרים , דאס איז
פאר זיך ״דביקות״, נאך פאר כוונה ,
אפילו אהן כוונה ,איז דביקות
עס זאגט דער פסוק , ובו תדבק , איז דאס א
שטארקע התחלה ,כנלענ״ד
פארדעם קען מען מאכן מעדיטעישאן אדער התבוננות. מען דארף נישט דאװענען די נוסח אדער בכלל זאגן װערטער. די זאגן מאַנטראַס זענען באמת א שװאכערע גריעות'דיגע װערסיע פון מעדיטעישאן.
 
װאס איך האב באמערקט איז דאס זינגען און אפילו דאס זאגן װערטער מאכט עקסערסײז אױף די שטים בענדער און נאך א שטיק צײט נישט דאװענען, װען איך גײ צוריק אין בית-כנסת און דאװן אױפ'ן קול, טוהען מיך מײנע שטים בענדער װײ אהנהױב, אזױ װי א מענטשן'ס בײנער און מוסקלען טועהן װײ נאכ'ן נישט מאכן עקסערסײז פאר א שטיק צײט און צוריק גײן צו די דזשים. בכלל, אױך, שטאָלפער איך מיר מער אהן אױף די װערטער, אפילו אױב איך קען זײ שױן פון די דרײ יאהר, נאך א שטיק צײט זײ נישט זאגן. דאס זינגען כסדר און דאװענען אױפ'ן קול, פארשענערט דעם קול און ס'מאכט די װערטער זאלן זײן מער שגור בפיו. אזא נופל על הלשון, מײן איך דער צונג.

אױך האב איך באמערקט למשל אױף מײן ראבײ, װאס דאװנט אסאך פאר'ן עמוד און בכלל נוצט זײן קול אסאך, אז זײן חיתוך הדיבור איז דאַרום זײער קלאר און שײן געשניטן, אזױ אז אפילו סתם װען ער רעדט א דרשה אדער רעדט מיט מענטשן, קומען זײנע װערטער שײן ארױס פון מױל. מ'קען בחוש הערן װי די װערטער קומען ארױס פון זײן מויל כמי שמונה מעות.
אױך, די טאן, די מעלאדיע אין זײן דיבור האט א חן; ס'איז מער רעפײנד. סאױ מײן פױנט: ס'איז פארשטענדליך פארװאס די אנשי כנסת הגדולה אדער חזל האבן געהאלטן פון דאװענען װײל זײ האבן פארשטאנען אז חוץ װאס ס'פארשטארקערט מענטשן'ס אמונה -- װײל אז מ'דאװנט אפאר שעה יעדן טאג, הױבט מען לבסוף אהן גלײבן אז אײנער הערט טאקע אױס און עֶקט דערױף -- איז עס אױך א גוטע עקסערסײז, און ס'ענהענסד א מענטשן'ס קאמיוניקעישאן מיט אנדערע מענטשן. אזאך װאס איז דאך זײער א װיכטיגע זאך פאר יעדע געזונטע סאושעל סאסײעטי.
 
פארדעם קען מען מאכן מעדיטעישאן אדער התבוננות. מען דארף נישט דאװענען די נוסח אדער בכלל זאגן װערטער. די זאגן מאַנטראַס זענען באמת א שװאכערע גריעות'דיגע װערסיע
מעדיטעישן קען זיין אהן גאט
עס איז א זאך פאר זיך , און עס קען ווערן גענוצט
פאר דביקות בו - אזוי ווי אין ברסלב לייגט מען א גרויסע דגוש אויף התבודדות , וואס איז מ׳כלומר׳שט מעדיטעישן ווער עס האט א געשמאק
צו דעם מה טוב ומה נעים
אונז רעדן מיר , אהן מעדיטעישן , נאר אז מען האלט זיך צו די תקנת אבות - דאווינען דריי מאהל-
דאס בעצם , זיך צושטעלן צו דעם עול און מנהג
איז א קיום פון דביקות , אפילו אהן כוונה
נאר דאווינען איז קיום דביקות בה׳
 
איך בין נישט זיכער איך פארשטײ. לױט דיך איז נישט קײן חילוק צװישן דאװענען און מקײם זײן די מצװת. בײדע איז א עול און א מנהג און זײ מקײם זײן דארף לפיך פירן זײן א 'קיום פון דביקות בה''. איך כאפ נישט פונקטליך פארװאס סתם מאלן װערטער, און דײקא אהן א כװנה, פירט צו דביקות?

איך פערזענליך שפור אסאך טיפער א דביקות װען איך מעדיטעיד, אטעם ארײן און ארױס, פיהל מײן הארץ און מײנע גלידער, אבזערװיר מײן אטעם וכו', פאר א שעה, װי װען איך קום אין שוהל און זאג אפ דאס דאװענען אין לױף פון א שעה.

האט דאס צוטוהן מיט דאס אז מען פײניגט זיך מיט'ן מאלן װערטער װען מען פיהלט נישט אז ס'האט א זין?
 
Back
Top