די דאגמע פון מאדערניזם

דעבאטירער

פרישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
אקט. 22, 2025
מעסעדזשעס
10
רעאקציע ראטע
150
פונקטן
23
זינט די צייטן פון גאלילעא - וועלכע האט אנגעבליך געמורמלט "און פארט באוועגט זיך עס יא", נאך וואס ער איז געצוואונגען געווארן דורך די קירכע צוריקצוציען אין דער עפנטליכקייט פון זיין שיטה אז די וועלט באוועגט זיך ארום די זון - האבן מיר מאדערניסטן עטוואס פארגעטערט דעם איינצלנעם סקעפטיקער וועלכע וואגט זיך ארויסצוטרעטן קעגן דורות פון אנגענומענע חכמה ומדע.

דעקארט און הום זענען גאנצע העלדן פאר'ן זיך וואגן צו צווייפלען און זיין סקעפטיש צו וואס אימער. ווער עס קען אויסרייסן גרעסערע שטיקער אור אלטע פאפירוסן פון די פארצייטישע פילאזאפיע, דער איז גלייכצייטיג דער רעספעקטירטער אמת זוכער.

אבער וואס טוט זיך מיט עמיצער וועלכער שטייט אויף איין טאג און איז מחליט צו זיין סקעפטיש אין מאדערניזם? וואס זאגט די אויפגעקלערטע וועלט אויף עמיצן וועלכע קומט אויף מיט א צווייטע סארט ראדיקאלע געדאנק, אז די מיטל אלטערליכע פילאזאפן זענען מעגליך מער גערעכט ווי די מאדערניסטן? דא ענדיגט זיך סקעפטיציזם?

פארשטייט זיך אז דו מוזסט נישט מסכים מיט יעדן וואס קומט און טענה'ט אז לדעתו איז אריסטו מער גערעכט ווי ניוטאן, אבער פון וואו נעמט זיך דאס באלדיגע ביטול און אוועקמאכעריי?

די מאדערנע וועלט באטראכט די רענעסאנס און אויפקלערונג נישט ווי אן אנהויב פון אן אומענדליכע סקעפטיציזם, נאר ווי א באפרייאונג. דאס באדייט אז איינמאל מיר האבן זיך "באפרייט" פון די קייטן פון אריסטו און זיין סקאלאסטישע פילאזאפיע, ווערט יעדער פרואוו צוריקצוגיין באטראכט נישט ווי סקעפטיציזם, נאר ווי א ריקצוג.

דער מאדערנער מענטש גלייבט שטארק אין פארשריט. לויט דעם בליק, איז די חכמה פון אמאל ווי אן אלטע מאפע: זי איז געווען נוצליך ביז מיר האבן אנטדעקט די נייע וועלט, אבער היינט איז זי אומערגענצט, אויב נישט פאלש דורכאויס. דעריבער, ווען עמיצער פרובירט צו פארטיידיגן אריסטו איבער ניוטאן, ווערט עס נישט אויפגענומען ווי א לעגיטימע מחלוקת, נאר ווי איינער וואס וויל צוריקדרייען דעם זייגער.

דא ליגט גרויסער איראניע. מאדערנע וויסנשאפט און פילאזאפיע האבן זיך אויפגעבויט אויף דעם יסוד פון צווייפלען אין די אנגענומענע ווערטער פון די פריערדיגע, אבער מיט דער צייט איז דער סקעפטיציזם אליין געווארן א דאגמע.

גאלילעא איז א גאנצער העלד ווייל ער האט געצווייפלט אין אן אלטן סיסטעם, אבער דער וואס צווייפלט אין דעם נייעם סיסטעם, ווערט באטראכט ווי א כופר אין דעם מאדערנעם רעליגיע פון ניוטאן און דעקארט.

מיר זענען גרייט צו הערן יעדן סקעפטיקער, אבער בלויז ווי לאנג ער ניצט אונזערע כלים, ווי עמפירישע באווייזן אדער מאטעמאטיק. ווען א מאדערנער סקעפטיקער קומט און זאגט אז די מיטל-אלטערליכע מעטאפיזיק איז טיפער און נענטער צום אמת, ניצט ער כלים וואס די מאדערנע וועלט האט שוין אפגע'פסל'ט, און דאס פירט צו א באלדיגע ביטול.

עס איז לכאורה נישט בלויז די גאוה און איבערצייגונג אז מיר זענען בייגעקומען די אמאליגע אומוויסנדיגקייט. עס ליגט עפעס אמת'דיג דא אויך.

דער אמת איז, אז מאדערנע וויסנשאפט "ארבעט". מיר האבן געבויעט עראפלאנען, קאמפיוטערס און געפלויגן צו דער לבנה. דאס פאראורזאכט אז יעדער וואס קלערט בלויז פון זאגן אז די אלטע פילאזאפיע איז אמת, ווערט באטראכט ווי אן אומפראקטישער פאנטאזירער.

דער פראבלעם איז בלויז, אז אריסטו און דער רמב"ם האבן בכלל נישט געזוכט צו בויען ערעפלאנען אדער זיכער מאכן אז אין וויקיפעדיע שטייען ריכטיגע פאקטן. זיי האבן געצילט אויף עפעס טיפער, און דארט איז וואו זיי זענען אנגעקומען אסאך ווייטער ווי הום און דעקארט.

עס איז זייער גרינג צו לאכן פון דעם וואס גלייבט אז די זון דרייט זיך ארום דער וועלט. עס איז אסאך שווערער צו ענטפערן פאר דעם אויבער חכם וואס פרעגט צי אונזערע טעכנאלאגישע דערגרייכונגען האבן אונז טאקע געמאכט קלוגער אדער פרייליכער.
 
סייענס איז געווארען א רעליגיע, און די כוזרי ארגומענט איז אז מען זעט עראפלאנען פליען, די טענה גייט מיר אזוי אויף די נערווען, עס ווייזט אויף פארמאכטקייט.
יא סייענס איז אמת, און יא עראפלאנען פאלן נישט אראפ בדרך כלל, אבער עס קען נאכאלץ זיין העכערע כוחות וואס זענען נישט משועבד צי סייענס, העק די העכערע כוחות קען זיין ער האט אפילו געשריבען די געזעצען פון סייענס.
ווען איינער זאגט מיר אז עראפלאנען נישט פאלן איז די פיינעל פסק אז סייענס איז אלעס, ניין אינגערמאן, סייענס איז נישט קיין גאט, סייענס איז א מעטאד זייער א גוטע מעטאד והראיה אז עראפלאנען פאלן נישט. אבער עס בלייבט ביי דעם עס איז א מעטאד.
סייענס איז בהנחה אז די וועלט ארבעט אויף א סיסטעם, און אז לאגיק איז די וועג צו גיין.
סייענס קען נישט מסביר זיין די ערשטע זאך פון וואס די וועלט האט זיך אנגעהויבן (יש מאין) סייענס קען נישט מסביר זיין וואס איז געווען פאר די וועלט.
זאגן אז סייענס איז be all and end all ווייל עראפלאנען קראכן נישט, איז ווי צי זאגן אז עראפלאנען זענען גאט וויבאלד זיי קראכן נישט.
 
קניפער טייערע, קענסט האבן וויפיל העכערע כוחות דו ווילסט, ווילאנג די כוחות מישן זיך נישט אריין אין די טבע. צו פארשטיין די טבע דארף מען צוקומען צו די סייענטיפיק מעטאד.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
סייענס איז געווארען א רעליגיע, און די כוזרי ארגומענט איז אז מען זעט עראפלאנען פליען, די טענה גייט מיר אזוי אויף די נערווען, עס ווייזט אויף פארמאכטקייט.
יא סייענס איז אמת, און יא עראפלאנען פאלן נישט אראפ בדרך כלל, אבער עס קען נאכאלץ זיין העכערע כוחות וואס זענען נישט משועבד צי סייענס, העק די העכערע כוחות קען זיין ער האט אפילו געשריבען די געזעצען פון סייענס.
ווען איינער זאגט מיר אז עראפלאנען נישט פאלן איז די פיינעל פסק אז סייענס איז אלעס, ניין אינגערמאן, סייענס איז נישט קיין גאט, סייענס איז א מעטאד זייער א גוטע מעטאד והראיה אז עראפלאנען פאלן נישט. אבער עס בלייבט ביי דעם עס איז א מעטאד.
סייענס איז בהנחה אז די וועלט ארבעט אויף א סיסטעם, און אז לאגיק איז די וועג צו גיין.
סייענס קען נישט מסביר זיין די ערשטע זאך פון וואס די וועלט האט זיך אנגעהויבן (יש מאין) סייענס קען נישט מסביר זיין וואס איז געווען פאר די וועלט.
זאגן אז סייענס איז be all and end all ווייל עראפלאנען קראכן נישט, איז ווי צי זאגן אז עראפלאנען זענען גאט וויבאלד זיי קראכן נישט.
איך מיין אז דו זאגסט בכלל נישט די זעלבע זאך ווי @דעבאטירער, ער רעדט פון אלטע פילאזאפיעס לעומת נייע סייענס וואס זענען ביידע לאגיק און דו רעדטס פון זאכן וואס זענען נישט לאגיק בכלל
 
שטארקע נקודה.
מען זעט אן ענליכע ערשיינונג אין פאליטיק ווי די אנטי עסטאבלישמענט איז געווארן א עסטאבלישמענט פאר זיך. וואס האט זיך אנגעהויבן אלס אן מאוומענט פון נישט טראסטן די גאווערמענט איז פארוואנדלט געווארן אין בלינדע טראסט אין יעדע קאנספיראציע געליפטערט דורך די פאדקעסט ברא'ס.
ענליכע געדאנק איז צומאל מיט ליבעראליזם, װי מען ווערט אזוי פארגלייבט דערין אז מען וויל דאס שוין ארויפצווינגן אויף יעדן...
 
לעצטנס איז מער אויסגעקומען צו ליינען אביסל אין די בוך The World of Yesterday פון Stefan Zweig איבער די תקופה פאר די האלאקאוסט. איך מיין אז די שטיקל קען זיין אינטערסאנט דא.
 
בייגעלייגטע פיילס

  • Polish_20260310_141605189~2.webp
    Polish_20260310_141605189~2.webp
    1.1 MB · געזען: 10
זינט די צייטן פון גאלילעא - וועלכע האט אנגעבליך געמורמלט "און פארט באוועגט זיך עס יא", נאך וואס ער איז געצוואונגען געווארן דורך די קירכע צוריקצוציען אין דער עפנטליכקייט פון זיין שיטה אז די וועלט באוועגט זיך ארום די זון - האבן מיר מאדערניסטן עטוואס פארגעטערט דעם איינצלנעם סקעפטיקער וועלכע וואגט זיך ארויסצוטרעטן קעגן דורות פון אנגענומענע חכמה ומדע.

דעקארט און הום זענען גאנצע העלדן פאר'ן זיך וואגן צו צווייפלען און זיין סקעפטיש צו וואס אימער. ווער עס קען אויסרייסן גרעסערע שטיקער אור אלטע פאפירוסן פון די פארצייטישע פילאזאפיע, דער איז גלייכצייטיג דער רעספעקטירטער אמת זוכער.

אבער וואס טוט זיך מיט עמיצער וועלכער שטייט אויף איין טאג און איז מחליט צו זיין סקעפטיש אין מאדערניזם? וואס זאגט די אויפגעקלערטע וועלט אויף עמיצן וועלכע קומט אויף מיט א צווייטע סארט ראדיקאלע געדאנק, אז די מיטל אלטערליכע פילאזאפן זענען מעגליך מער גערעכט ווי די מאדערניסטן? דא ענדיגט זיך סקעפטיציזם?

פארשטייט זיך אז דו מוזסט נישט מסכים מיט יעדן וואס קומט און טענה'ט אז לדעתו איז אריסטו מער גערעכט ווי ניוטאן, אבער פון וואו נעמט זיך דאס באלדיגע ביטול און אוועקמאכעריי?

די מאדערנע וועלט באטראכט די רענעסאנס און אויפקלערונג נישט ווי אן אנהויב פון אן אומענדליכע סקעפטיציזם, נאר ווי א באפרייאונג. דאס באדייט אז איינמאל מיר האבן זיך "באפרייט" פון די קייטן פון אריסטו און זיין סקאלאסטישע פילאזאפיע, ווערט יעדער פרואוו צוריקצוגיין באטראכט נישט ווי סקעפטיציזם, נאר ווי א ריקצוג.

דער מאדערנער מענטש גלייבט שטארק אין פארשריט. לויט דעם בליק, איז די חכמה פון אמאל ווי אן אלטע מאפע: זי איז געווען נוצליך ביז מיר האבן אנטדעקט די נייע וועלט, אבער היינט איז זי אומערגענצט, אויב נישט פאלש דורכאויס. דעריבער, ווען עמיצער פרובירט צו פארטיידיגן אריסטו איבער ניוטאן, ווערט עס נישט אויפגענומען ווי א לעגיטימע מחלוקת, נאר ווי איינער וואס וויל צוריקדרייען דעם זייגער.

דא ליגט גרויסער איראניע. מאדערנע וויסנשאפט און פילאזאפיע האבן זיך אויפגעבויט אויף דעם יסוד פון צווייפלען אין די אנגענומענע ווערטער פון די פריערדיגע, אבער מיט דער צייט איז דער סקעפטיציזם אליין געווארן א דאגמע.

גאלילעא איז א גאנצער העלד ווייל ער האט געצווייפלט אין אן אלטן סיסטעם, אבער דער וואס צווייפלט אין דעם נייעם סיסטעם, ווערט באטראכט ווי א כופר אין דעם מאדערנעם רעליגיע פון ניוטאן און דעקארט.

מיר זענען גרייט צו הערן יעדן סקעפטיקער, אבער בלויז ווי לאנג ער ניצט אונזערע כלים, ווי עמפירישע באווייזן אדער מאטעמאטיק. ווען א מאדערנער סקעפטיקער קומט און זאגט אז די מיטל-אלטערליכע מעטאפיזיק איז טיפער און נענטער צום אמת, ניצט ער כלים וואס די מאדערנע וועלט האט שוין אפגע'פסל'ט, און דאס פירט צו א באלדיגע ביטול.

עס איז לכאורה נישט בלויז די גאוה און איבערצייגונג אז מיר זענען בייגעקומען די אמאליגע אומוויסנדיגקייט. עס ליגט עפעס אמת'דיג דא אויך.

דער אמת איז, אז מאדערנע וויסנשאפט "ארבעט". מיר האבן געבויעט עראפלאנען, קאמפיוטערס און געפלויגן צו דער לבנה. דאס פאראורזאכט אז יעדער וואס קלערט בלויז פון זאגן אז די אלטע פילאזאפיע איז אמת, ווערט באטראכט ווי אן אומפראקטישער פאנטאזירער.

דער פראבלעם איז בלויז, אז אריסטו און דער רמב"ם האבן בכלל נישט געזוכט צו בויען ערעפלאנען אדער זיכער מאכן אז אין וויקיפעדיע שטייען ריכטיגע פאקטן. זיי האבן געצילט אויף עפעס טיפער, און דארט איז וואו זיי זענען אנגעקומען אסאך ווייטער ווי הום און דעקארט.

עס איז זייער גרינג צו לאכן פון דעם וואס גלייבט אז די זון דרייט זיך ארום דער וועלט. עס איז אסאך שווערער צו ענטפערן פאר דעם אויבער חכם וואס פרעגט צי אונזערע טעכנאלאגישע דערגרייכונגען האבן אונז טאקע געמאכט קלוגער אדער פרייליכער.
דו ביסט מכוון צו די ווערטער פון רבי ישראל פרידמן מרוזין, וואס האט מגדיר געוועהן די מאדערנע סייענס
״דארטען ווי זיי ענדיגען ,הייבט זיך אהן די חקירה פון אלוהות .
 
בכלל נישט. נאר ביי @ריבי ארבעט עס אז אנשטאט הערן וואס יענער זאגט זוכט מען יעדע מאל אינעם של ראש אויב איז דא עפעס מענין לקנין וואס מ'קען אריינווארפן
 
Back
Top