די דרוקעריי איז געווען נאר דער אנהייב: די פרומער׳ס בליק אויף די פריע דרוקעריי און דער איצטיגע אינטערנעט

די המצאה פון דער דרוקעריי אין מיטן פופצנטן יארהונדערט איז געווען א רעוואלוציע פאר דער וועלט — און א גייסטליכער ווענדפונקט פארן אידישן פאלק. עס האט אנגעהויבן די רענעסאנס, וואס איז געווען די יסוד פאר דער שפעטערדיגער enlightenment ere, א טויש אין ציוויליזאציע און דעמאקראטיע; עס האט געמאכט וויסן צוטריטלעך פאר יעדן, און געלאזט מאסן-קאמוניקאציע אויף א מאס וואס מען האט קיינמאל פריער נישט געזען. רוב געזעלשאפט איז געווען אומבאלערנט און נישט געקענט לייענען, נאר געוויסט צו קעמפן אין הרגנ׳ען איינער דעם צווייטן, עס האט אנגעהויבן א נייע עפאכע פון די “שעקלען” פון מיטל אלטער צו א וועלט פון קונסט, מוזיק, וויסנשאפט, פרייהייט און אנטוויקלונג. אבער מיט דעם איז געקומען א טיפע רעליגיעזע זארג.

פאר טראדיציאנעלע אידישע פירער איז די דרוקעריי נישט געווען סתם א געצייג — עס איז געווען א סכנה.

אבער טראץ זייערע פחדים איז די אידישע וועלט ווי מיר קענען זי — און אין פולע זינען, דווקא צוליב דעם — אַזוי רייך אנטוויקלט געווארן דורך דער זעלבער דרוקעריי מאשין.

דער אויפקום פון בוך-קולטור: א שווערד מיט צוויי שפיצן

פאר דער דרוקעריי זענען ספרים געווען געשריבן מיט דער האנט, תורה איז אריבערגעגעבן געווארן פון רבי צו תלמיד, מיט גאר שטארקע באגרעניצינגען. די דרוקעריי האט דעם פראצעס געביטן. אבער אויכעט האט מען געדריקט די תלמוד און סידור, תהילים זייט ביי זייט מיט׳ן ברית חדשה, סעקולערע פילאסאפיע, סאטירע און עראטישע ליטעראטור — אין אלץ אינצווישן מיט ציטריט צום המון.
פאר פילע רעליגיעזע פירער איז דאס געווען שרעקעדיג 🤯.

די מנהיגים וואס האבן זיך אפגעזאגט צו דרוקן — און זענען פארגעסן געווארן

טייל פון די פערזענלעכקייטן פון יענער צייט האבן גענומען א ראדיקאלע שטעלונג: זיי האבן זיך אפגעזאגט צו דרוקן זייערע ווערק. צווישן זיי איז געווען רבי הלל בעל שם, א רעליגיעזע, איינפלוסרייכע פיגור וועמענס לערנונגען זענען מערסטנס פארלוירן געגאנגען אין היסטאריע — וויבאלד ער איז געווען אנטקעגן בוך-קולטור און דער דרוקעריי.

און ער איז נישט געווען אליין. אנדערע רעליגיעזע פירער, וואס האבן געפארכט פון די גייסטליכע קאנסעקווענצן פון מאסן-דרוקן, האבן אויסגעקליבן פראטעסטירן אדער שווייגן איבער פארשפרייטונגן.
זייער פראטעסט איז געווען ערליך — אבער זייער ירושה איז פארשוואונדן. ווייל סוף-כל-סוף, די געשיכטע געדענקט וואס איז געשריבן. די וואס זענען קיינמאל נישט אריין אין דער בוך-וועלט, זענען פשוט איבערגעלאזט געווארן.
זייער זארג איז נישט געווען אומזיסט — די פילע משומדים און אסימילירטע צוליב די געדרוקטע ווערסיע פונעם ברית חדשה , פילאסאפיע - וואס האט דאן ווידעראמאל אויפגעבליעט אין האט געטרענד נומער איינס - ווי אויך אנדערע
סעקולערע, צו עראטישע ביכער. אין אלץ אינצווישן.

השכלה, אסימילאציע, די ביכער, באווייזן אז בוך-קולטור האט געהאט א השפעה.

אבער בשעת פילע פרומע זענען געשטאנען צוריק, האבן אנדערע גענוצט די נייע ערפינדונג אין גאנצן.
אין גאליציע, ליטע, און פרייסישע געגנטן — מקומות מיט מער רייכקייט און בילדונג — האט דרוקן געפלאנצט די זוימען פון דער וואלאזשינער ישיבה.

משכילים האבן טאקע אויכעט געדרוקט סעקולערע ווערק, סאטירע, מאדערנע וויסנשאפט, און בייסענדע שפאס פון טראדיציע. ווי אויך די ביכער האבן זיך פארשפרייט ווי א פייער, געשריבן אין באקאנטע אידישע אותיות, ניצנדיק אידיש אדער לשון קודש.

די גרענעצן זענען געבראכן געווארן. די זעלבע פרעסע וואס האט געדרוקט ספרים האט אויך איבערגעפלייצט די גאסן מיט שפאט, אין צווייפל.

דער בעל שם טוב: צווישן דעם קולטורעלן שטורעם, איז רבי ישראל בעל שם טוב אויפגעקומען מיט א רעוואלוציאנערן ענטפער. אבער עס האט בעיקר געהאלפן נאר פאר די ארומע, אומבאלערנטע אידן וואס זענען געבליבן אונטערשטעליג סיי פון די תורה וועלט און סיי פון דער משכיל, האט ער געאפערט א אידישקייט פון הארץ — עמאציאנעל, צוטריטלעך, און טיף גייסטלעך.
ער האט גערעדט צו דער נשמה. דורך געזאנג, געשיכטע, און פערזענליכע פארבינדונג, האט ער אויפגעלעבט אידישקייט אן זיך אנליינען אויף אינטעלעקטועלע עליטיזם.

יעצט שטעלט זיך פאר א אידישקייט אן דעם שולחן ערוך, אן דער משנה ברורה, אן די ווילנער ש”ס, אן א חומש א סידור א תהלים, אן ראשונים און אחרונים. ווען דער “אנטי-דרוקעריי” טיעם וואלט געוואונען, וואלטן מיר געווען אדער הייל-מענטשן אן קיין פאראייניגטע הלכה’דיגע אדער חינוך’דיגע סטרוקטור., אדער זיך אסימילירט מיט די מאסן.

איראניש, די זעלבע תורה וועלט וואס האט מורא געהאט פון דער דרוקעריי , איז יעצט אנגעוואדען אינגאנצן אויף איר. די היינטיגע “אמת’ע” אידישקייט איז געבויט אינגאנצן אויף דרוק קולטור.

דער שולחן ערוך וואס ליגט ביי יעדעם אין שאנק, אין די סידור וואס ערמעגליכט דאווענען דריי מאל א טאג מיט מנין, חדרים, ישיבות, כוללים, אין בעלי בתים קובע עתים. אלץ צו פאר דאנקן דעם ״שענדליכן דרוקעריי״

פון דרוקעריי צו אינטערנעט: היינטיגער שפיגל

יעצט שטייען מיר אינמיטן א נייע גרויסע רעוואלוציע. דער אינטערנעט איז די דרוקעריי פון אונזער צייט. און ווידער, די תורה שטייט נעבן סעקולעריזם, שפאט, בלבול, עקספליציטע אינהאלט, אן קיין גרענעצן צווישן חול און קודש.

ווי אזוי משכילים האבן אמאל אנגעפילט גאליציע מיט געדרוקטע סאטירע, אזוי איז אין טיק-טאק, אינסטאגראַם אלל דעי וועי צו Purnhub אין צוריק אלל דעי וועי צו אוצר החכמה אין קרעמל, און בשעת רוב תורה שטימעס זענען דארט פארשטעלט, אין דער מערהייט פון אינהאלט איז אלץ אנדערש.

די היינטיגע שולחן ערוך: יו-טוב, אינסטאגראַם, טיק-טאק, פאדקאסטס, לייוו׳ס, Ai און ווייטער

לאמיר זיין ערליך: די היינטיגע דור לערנט דורך סקרינס. דער קומענדיגקען “שולחן ערוך” קען זיין א גוט-פראדוצירטער פאדקאסט, אינסטאגראַם לייוו, יו-טוב ווידעא - you name it. און אויב תורה איז נישט דאָרט, וועט די אידישע מעסעדזש נישט ארויסקומען.

מחאות, ווידער, איז נישט קיין ברירה. פונקט ווי די דרוקעריי האט אונז געגעבן דעם שולחן ערוך אין אונזער אידישע סטרוקטור, אזוי מוז אויך דער אינטערנעט זיין די פלאטפארמע פארן נעקסטן שטאפל פון תורה-איבערגעבן אין צוקנופטיגע אידישקייט.

יעצט איז אונזער רייע.

מיר זענען אלץ שולדיג צו די וואס האבן איבערגעקומען זייערע פחדים און האבן אויסגעקליבן צו נוצן דעם דרוקעריי — טראץ די סכנות. זייער קוראזש האט אונז געגעבן צוטריט צו דער אידישע סטרוקטור וואס מיר שאצן היינט.

אויב תורה וועט נישט רעדן די שפראך פון אונזער דור, וועט זי גאר נישט רעדן.

ווייל די דרוקעריי איז געווען נאר דער אנהייב.
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top