- זיך איינגעשריבן
- יולי 4, 2025
- מעסעדזשעס
- 93
- רעאקציע ראטע
- 815
- פונקטן
- 103
די וועלט, דער מענטש און אידישקייט, חלק י"ד - די געשיכטע פון דער אנטוויקלונג פון לעבן און באווייזן פאר עוואלוציע
מען קען טרעפן אלע פאריגע ארטיקלען אין דער סעריע דא.
אונזער ערדקוגל האט זיך געפארעמט מיט ארום פיר און א האלב ביליאן יאר צוריק. וויאזוי און וויאזוי מיר ווייסן דאס איז א געשיכטע פאר זיך און האט צו טון מיט די געזעצן פון פיזיק, נישט עוואלוציע. עס איז אבער וויכטיג צו פרובירן זיך פארצושטעלן וואס דאס מיינט ביליאנען יארן און ווי אומבאגרייפליך לאנג דאס איז. איין ביליאן איז טויזנט מיליאן, ד.ה. 1,000,000,000 יאר. דאס איז אזא אומגעהויער לאנגע צייט אז במשך איר קענען פארקומען געשעענישן וואס זענען גאר אומפראבאליסטיש, פשוט ווייל עס איז פאראן אזויפיל צייט אין וואס אלע סארטן קאמבינאציעס פון געשעענישן קענען פארקומען.
מיט בערך פיר ביליאן יאר צוריק זענען ערשינען די ערשטע מאלעקיולן וואס האבן זיך געקענט קאפירן און רעפּליקירן. דאס איז א כעמישע אנטוויקלונג פון א ספעציעלן מאלעקיול וואס קען זיך אליין קאפירן צו שאפן נייע פונקט ווי זיך. עס איז וויכטיג צו פארשטיין אז עוואלוציע קען זיך נישט אנהייבן איידער די זעלבסט־רעפּליקירנדע מאלעקיולן עקזיסטירן. דאס מיינט אז די אנטוויקלונג פון אט די מאלעקיולן קען נישט ערקלערט ווערן דורך עוואלוציע, נאר איז א כעמישער פראצעס, וואס ווערט אנגערופן אַביאָגענעסיס (abiogenesis). פינקטליך וויאזוי דאס איז פארגעקומען איז נאך טיילווייז אן אפענע פראגע, הגם אז עס עקזיסטירן מסתבר'דיגע היפאטעזן באזירט אויף אנגענומענע סייענטיפישע געזעצן.
ווי נאר די ערשטע זעלבסט־רעפליקירנדע מאלעקיולן זענען ערשינען, האט זיך געקענט אנהייבן דער פראצעס פון עוואלוציע, דורך די פריער־אוועקגעשטעלטע יסודות פון רעפראדוקציע, וואריאציע, און סעלעקציע.
איבער ביליאנען יארן זענען ארגאניזמען געווען נישט מער ווי מיקראסקאפישע איינצלנע צעלן ווי באקטעריע. ארגאניזמען מיט מערערע צעלן זענען ערשט ערשינען מיט ארום 800 מיליאן יאר צוריק. מיט ארום א האלב ביליאן יאר צוריק הייבן זיך אן צו אנטוויקלען ארגאניזמען וואס דערקענען זיך שוין ווי באשעפענישן וואס מיר קענען. צו ערשט איז דאס אלץ אין וואסער: עס ערשינען פיש, דאן פיש מיט רוקן־ביינער; אויגן ווערן מער קאמפליצירט און סאפיסטיקירט; מיילער און פארדיי־סיסטעמען אנטוויקלען זיך. דאן ערשינען די ערשטע פלאנצונגען אויף דער יבשה. פיש קריכן ארויס פון וואסער; פון פלוס־פעדערן ווערן פיסעלעך; לונגען אנטוויקלען זיך. פון די ערשטע לאנד־באשעפענישן אנטוויקלען זיך די רעפטילן (קראקאדילן וכדו'). זיי לייגן נאך אייער ווי פיש, און זיי לעבן נאך לעבן וואסער. צווישן זיי זענען די דינאזורן וועלכע זענען די דאמינירנדע בעלי־חיים פאר איבער הונדערט מיליאן יאר. הגם אז די דינאזורן שטארבן אפ מיט דער צייט, זענען זיי נאך בעצם צווישן אונז דורך זייערע אפשטאמיגע – די פייגל. פייגל זענען די אייניקלעך פון באפליגלטע דינאזורן.
מיט ארום 65 מיליאן יאר צוריק, ווי נאר די דינאזארן שטארבן אפ, עפנט זיך א פלאץ פאר אן אנדער סארט באשעפעניש זיך צו אנטוויקלען און איבערנעמען די הערשאפט פון דער יבשה. דאס זענען די זויגערס (mammals), וועלכע פראדוצירן מילך פאר זייערע יונגע און געבוירן לעבעדיגע קינדער, אנשטאט לייגן אייער ווי די בעלי־חיים ביז אהער. געוויסע זויגערס, ווי וואלפישן און דאלפינען, גייען צוריק אריין אין וואסער פון דער טריקעניש. הגם אז זיי שווימען ווי פיש, אטעמען זיי לופט, זייגן און לייגן נישט קיין אייער. זיי פארמאגן נאך אפילו רעשטלעך פיס, הגם אז עס ניצט זיי שוין נישט צום גיין. די סטרוקטור פון זייערע איברים זענען קלארע אנטוויקלונגען פון לאנד־באשעפענישן, נישט פון פיש.
מיר מענטשן זענען אויך זויגערס און אונזערע אור־עלטערן, די האמינינס, האבן זיך אנגעהויבן אנטוויקלען פון די אַפּען מיט ארום 7 מיליאן יאר צוריק. פארשידענע ספישיס פארצייטישע האמינינס האבן קא־עקזיסטירט, אבער אונזער אייגענע ספישיז, האָמאָ סאַפּיענס, האט זיך אנטוויקלט מיט בערך 300,000 יאר צוריק אין אפריקע. די רעשט, ווי מ'זאגט, איז היסטאריע.
נאטור איז פול מיט עמפירישע באווייזן פאר עוואלוציע. צום ערשט קען מען אבזערווירן אינעם פאסיל־רעקארד (פאסילס זענען פארשטיינערטע געביינער פון אור־אלטע ארגאניזמען פארהאטערוועט אין פעלדזן) אז עלטערע און פשוט'ערע ארגאניזמען געפינען זיך אין עלטערע געאלאגישע שיכטן פון פעלדזן. ווי טיפער מען גראבט אין עלטערע שיכטן טרעפט מען אלץ עלטערע און ווייניגער־אנטוויקלטע בעלי־חיים. מען טרעפט אויך איבערגאנג־פארמען, וואס זענען ארגאניזמען צווישן די גרופעס בעלי־חיים וואס מיר קענען, צום ביישפיל צווישן פיש און רעפטילן, רעפטילן און פייגל, אא"וו. אינעם פאסיל־רעקארד קען מען זען, צב"ש, וויאזוי א פליגל האט זיך אנטוויקלט פון איינפאכערע איברים וואס קענען נישט ממש פליען, אבער קענען דאך צוהעלפן דעם בעל־חי צו שוועבן אביסל אין דער לופט. אויף אזא אופן האבן זיך קאמפליצירטע איברים אנטוויקלט גאר צוביסלעך, איבער מיליאנען יארן, פון איינפאכערע אנטוויקלונגען.
נאך אן עמפירישער באווייז פאר עוואלוציע איז דער פאקט אז איברים וואס האבן גאר פארשידנארטיגע ניצן האבן אן ענליכע סטרוקטור וואס ווייזט אויף א געמיינזאמן אפשטאם. מיר האבן שוין דערמאנט די רודערפיס פון די וואלפישן און דאלפינען וואס זענען נישט ענליך אין סטרוקטור צו די פלוספעדערן פון פיש, נאר צו די פאדערשטע פיס (אדער 'הענט') פון זויגערס. דאס זעלבע מיט די פליגלען פון דער פלעדערמויז: זיי זענען נישט ענליך אין סטרוקטור צו די פליגעלן פון פייגל, נאר צו די פאדערשטע פיס פון זויגערס, וויבאלד פלעדערמייז זענען זויגערס, נישט פייגל. דאס ווייזט אז סיי וואלפישן און פלעדערמייז שטאמען פונעם זעלבן זויגערישן אפשטאם, פונקט ווי אלע אנדערע זויגערס, אריינגערעכנט מענטשן. ווי שוין דערמאנט, האבן וואלפישן און דאלפינען רעשטלעך אונטערשטע פיס וואס זיי ניצן שוין נישט. די איינציגע סיבה פארוואס זיי האבן דאס, איז וויבאלד מיט מיליאנען יארן צוריק, האבן זיי נאך געלעבט אויף דער יבשה און האבן דאס גענוצט אויף צו גיין. פיל אנדערע איברים אין סטרוקטורן אין בעלי־חיים, אריינגערעכנט אונז מענטשן, דינען שוין נישט היינט קיין צוועק, נאר זענען רעשטלעך פון פארגאנגענע ניצן.
מען טרעפט אויך אז בעלי־חיים מיט ענליכע כאראקטעריסטן געפינען זיך אינעם זעלבן געאגראפישן ראיאן, אויב דער ראיאן איז געווען אפגעזינדערט פון אנדערע ראיאנען, צום ביישפיל אלס אינדזל. צום ביישפיל, די מארסופיאלן – בעלי־חיים וואס האלטן זייערע אומאנטוויקלטע פיצלעך אין א ספעציעלן בייטל אויפן בויך – זענען א פארשידנארטיגע סוב־גרופע פון זויגערס, פונעם קאנגארו ביז דער קאָאַלע. דאך געפינען זיי זיך אלע אינעם זעלבן געאגראפישן ראיאן – בעיקר אויסטראליע – וויבאלד זיי האבן זיך אנטוויקלט צוזאמען און זיך נישט געקענט פארשפרייטן איבער דער וועלט. דארווין אליין האט אבזערווירט אין די גאַלאַפּאַגאָס אינדזלען אז פארשידענע ספישיס פינקען (א סארט פויגל; finch) געפינען זיך יעדערע באזונדער אויף פארשידענע אינדזלען, צוגעפאסט צו די ספעציפישע אומשטענדן פון איעדן אינדזל. אט די אבזערוואציע האט אים טאקע צוגעברענגט צו טעאריזירן די יסודות פון עוואלוציע דורך נאטירליכער סעלעקציע, אז איבער לאנגע שטרעקעס צייט פאסן זיך ספישיס צו צו די אומשטענדן פון זייערע האַביטאַטן (סביבות) דורך די יסודות פון רעפראדוקציע, וואריאציע און סעלעקציע.
נאך א שטארקער באווייז פאר עוואלוציע איז דאס וואס בעלי־חיים וואס זענען נענטער איינער צום אנדערן אין אנטוויקלונג־היסטאריע טיילן אויך מיט מער פון זייערע גענעס. פונקט אזויווי מען קען דורך א די־ען־עי טעסט געפינען קרובים, קען מען אויך זען וויאזוי בעלי־חיים זענען ביאלאגיש און גענעטיש נאנט איינער צום צווייטן. און דא שטעקט אויך א טיפערע נקודה: וויבאלד גענעס זענען פאראנטווארטליך פאר די כאראקטעריסטן פון ארגאניזמען, וואלט מען ערווארטעט אז ענליכע בעלי־חיים זאלן האבן ענליכע גענעס. אבער ארגאניזמען טראגן אויך פילע גענעס וואס ארבעטן שוין נישט, צי ווייל זיי זענען געשעדיגט, צי פאר אנדערע סיבות. די גענעס ווערן אויך גע'ירש'נט פון עלטערן צום קינד, אבער זיי טוען גארנישט. די איינציגע סיבה פארוואס צוויי בעלי־חיים זאלן האבן די זעלבע אומאקטיווע גענעס איז וויבאלד זיי האבן דאס גע'ירש'נט פון א געמיינזאמן שטאמפאטער. און דאס איז טאקע וואס מען טרעפט אז גאר פארשידנארטיגע בעלי־חיים טיילן מיט אט די גענעס אין פראפארציעס לויט ווי נאנט זיי זענען אין היסטארישער עוואלוציאנערישער אנטוויקלונג. דאס איז א גאר שטארקער באווייז אז מיר בעלי־חיים שטאמען פון געמיינזאמע, איינפאכערע שטאמפאטערס און אז מיר האבן זיך פונאנדער־אנטוויקלט איבער מיליאנען יארן.
מען קען אויך אבזערווירן עוואלוציע פון איין ספישיז צו דער אנדערער אין אונזערע אייגענע לעבנס און אין לאבאראטאריעס. אמת אז מען קען נישט דירעקט אבזערווירן די עוואלוציע פון גרויסע ספישיס, ווי צום ביישפיל פון אַפּען צו מענטשן, פון פיש ביז רעפטילן, וויבאלד דאס געדויערט מיליאנען יארן, אבער געוויסע קלענערע ארגאניזמען האבן פיל שנעלערע לעבנס־ציקלען און קערצערע דורות און מיר קענען אבזערווירן זייער עוואלוציע אין לאבאראטאריעס. אנדערע ענדערונגען און צופאסונגען וועלכע נעמען נישט אזויפיל דורות קען מען אויך אבזערווירן אינדרויסן אין דער וועלט. א באקאנטער ביישפיל איז ווי דער קאליר פון שמעטערלינגען האט זיך פארענדערט פון ווייס צו שווארץ אין אינדוסטריעלע שטעט וואס זענען געווארן מער פאררויכערט, וויבאלד די אומשטענדן פון קאמופלאזש האבן זיך געביטן. איידער דער אינדוסטריעלער רעוואלוציע האבן די שמעטערלינגען פארמיטן פון ווערן אנטציקט דורך פייגל דורך זיין העל קאלירט. אבער ווען די שטאט האט אנגעהויבן ווערן פאררויכערט פון אינדוסטריע, איז געווען לייכטער זיך צו קאמופלאזשירן דורך זיין טונקל. און טאקע, איבער א פאר צענדליג יאר זענען פון ווייסע שמעטערלינגען געווארן טונקעלע.
יעדער פון די באווייזן באזונדער וואלט מען נאך אפשר געקענט פארענטפערן. אבער דאס אז די אלע באווייזן פירן צו דער זעלבער מסקנה, אז זיי אלע זענען איינשטימיג איבער וועלכע באשעפענישן זענען עלטער און איבער דעם סדר פון וועלכע ארגאניזמען האבן זיך אנטוויקלט פון וועלכע, דאס ווייזט גאר שטארק אז מיר האבן זיך טאקע אנטוויקלט פון א געמיינזאמן אפשטאם איבער ביליאנען יארן. אט די אלע פארשידנארטיגע און אומאפהענגיגע באווייזן – און מיר האבן נאר דערמאנט עטליכע אויפן שפיץ גאפל – קאמפלימענטירן איינער דעם אנדערן און פירן אומאפהענגיג צו דער זעלבער היסטאריע און כראנאלאגיע פון דער עוואלוציע פון לעבנספארמען אויף אונזער וועלט.
אבער וויאזוי האבן זיך טאקע די ערשטע זעלבסט־רעפליקירנדע מאלעקיולן אנטוויקלט, איידער די פרינציפן פון עוואלוציע זענען געווען גילטיג? און ווייטער, וואס זאגט אונז די טעאריע פון עוואלוציע איבער אונזער וועלטבאנעם מער בכללות? דאס און מער אין די קומענדיגע ארטיקלען.