די געשיכטע וואס וועט אייך ברענגען שלאפלאזע נעכט! 😶‍🌫️

לייביש הכהן

אלטגעזעסענער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
יולי 11, 2024
מעסעדזשעס
330
רעאקציע ראטע
1,202
אריינפיר: פאר די אלע וואס קענען לייביש בלויז פון ״קרעמל״, אבער האבן נאך קיינמאל ביפאר נישט געהערט פון מיר פון פארדעם, איז כדי אויסציטשעקן א געשיכטע וואס כהאב געשריבן אויפן ״לייביש עפיזאדס״ קאנאל א שטיק צייט צוריק.

צו אביסל פארשטיין געבן פארן ציבור פון וואס איך רעד דא: אויפן טעלעגראם עפפ פארמאג איך א פאפולערע מעשה קאנאל ווי איך שרייב גאר אינטערעסאנטע און דראמאטישע געשיכטעס. איך שרייב דארט אינאלגעמיין מעשות צו וואס מען קען רילעיטאן אין ריעל לייף.

פאר עטליכע חדשים צוריק האב איך באשלאסן צו נעמען א טוויסט, און צום ערשטן מאל זייט איך האב געעפנט דעם ״לייביש קאנאל״, מחליט געווען צו טוישן די סטייל פון שרייבן א געשיכטע, דהיינו; ביז דאן פלעג איך שרייבן מעשות וואס האבן על פי רוב געקענט פאסירן אין ריעל לייף, צימאל אפי אביסל איבער געטריבן, אבער פארט א געשיכטע צו וואס מענטשן האבן געקענט רילעיטן אינעם טאג טעגליכע לעבן.
דאס מאל האב איך אבער באשלאסן צו שרייבן ״מיסטיקעל דארק פענטעסי״, א געשיכטע איבער א איד וואס באקומט א מיסיע פון די חיצונים צו דערמארדן משיח בן דוד…

איידערן שרייבן די געשיכטע איז מיר בייגעפאלן צו עקספערימענטן די באקאנטן מאמר חז״ל פון; “כשם שאין פרצופיהן שוין, כך אין דעותיהן שוין.” דהיינו; כדי צו מאכן די מעשה אינטערעסאנט, האב איך באשלאסן צו מאכן א פארמעסט מיט עטליכע טעלעגראם שרייבער וואס פארמאגן אלע אייגענע קאנאלן, א פארמעסט וואס האט געארבעט ווי פאלגענד: איך האב געגעבן א נאמען פון א געשיכטע, אין אונזער פאל די טייטל ״א שליחות״. אלע שרייבער האבן געדארפט בויען אויף דעם טייטל א לענגערע פארזעצונג געשיכטע, אן וויסן וואס דער צווייטער העט שרייבן.
איך האב דאן געשריבן איז געשיכטע מיט הימל שרייענדע פאנטאזיעס, אזש, היינט ציטאגס ווען איך ליין דאס איבער, בין איך אליינס נתפעל ווי ווייט מיין דימיון האט מיר געטראגן…

זעענדיג די הצלחה פון די געשיכטע, האט מיר א איד געקאנטאקט צו ער מעגן נעמען די מעשה, איבער צו זעצן אין ענגליש, מאכן דערפון א פראפעשענל אודיאו מיט סאונד עפעקטס, מיטן ציהל עס צו פאוסטען אויף יוטוב.
איך האב אים געגעבן די פולע אקעי. דער איד האט טאקע דערליווערט א העכטס געלונגענום פראדוקט, און ארויף געלייגט דעם ערשטן עפיזאד אויף יוטוב.

הכלל, היות די ארבעט איז געווען א שווערע, און קיין געלט האט ער נישט באקומען דערפאר, האט דער איד אויפגעגעבן נאך די דריטע עפיזאד.

ס׳איז כדי אויסציטשעקן סיי די געשריבענע געשיכטע, און סיי די אודיאו אויף ענגליש.

ווארענונג: די מעשה איז אזוי שרעקעדיג אז ס׳קאן זיין איר וועט האבן פילע שלאפלאזע נעכט.

ליינט און האט הנאה
👇👇👇

א שליחות-1

גדליה איז געליגן אין בעט כחצות הלילה. ס׳איז געווען שא שטיל, בלויז א שטילע גערידער האט זיך געהערט פונעם פורהאנג וואס האט זיך געשאקלט ביים האלב אפענעם פענסטער פונעם ווינט.

גדליה האט פרבירט איינצושלאפן אבער עפעס א מיסטריעזע גייסט האט ער געשפירט הויערט העכער אים… ער האט אפי׳ עטליכע מאל געעפנט די לעקטער צי זעין אויב ס׳איז א דימיון וואס ער שפירט, אדער איז עפעס ערנסט פאהאנען אין זיין צימער. אבער יעדעס מאל עקסטער האט ער קוקענדיג גארנישט געזען חוץ די פיר ווענט.

גדליה איז אבער נאכאלץ געווען זייער אומרואיג, ער האט טאקע נישט געקענט אנצייכענען וואס עס מאכט זיך אים דאכטן אזעלכע פאנטאזיעס, אבער ענדערשט ווי עס ״זעין״ מיט די אויגן, האט ער געשפירט עפס מאדנע שוועבט אין זיין שלאף שטוב…

וואס מער ער האט פראבירט צו דערשטיקן זיינע געפילן אז ס'איז סתם א פאלשע פחד און א איינרעדעניש, אלץ מער האט עס געווירקט פונקט דאס פארקערטע. זיין מוח האט אים פיבערהאפטיג ארויף געשרויפט זיין עקזייעטי צו די נעקסטע לעוועל, א בחינה ווי ווען א מענטש לייד פון או.סי.דו., וואס מער ער זוכט צי דערשטילן זיינע מחשבות, אלץ מער פאלט ער אריין אינעם פלאנטער.

גדליה האט מער נישט געקענט פארנעמען די סטרעס, ס׳האט גערינען פון אים שווייס ״כנחל מים״.
שטילערהייט שארט ער זיך צו צום פארהאנג און עפנט דאס אויף, ווען פלוצלינג זעיט ער אנטקעגן אים א שרעקעדיגע גייסט וואס מען קען ניטאמאל מסביר זיין מיטן גשמיות׳דיגן פעדער!!!

גדליה האט געוואלט געבן א שפרינג אויף צוריק, אבער דאס גייסט איז געווען פלינקער ווי אים, ער האט אים א כאפ געטאן דורך די שמאלע פענסטער עפענונג מיט זיין דינעם ״דיינעסאר״ האנט, און אים א ווארף געטאן צווישן זיינע צוויי מאנסטערישע פיסלעך, זיך הייבנדיג הויך אין די לופטן…

א שליחות-2

גדליה איז געווען פארפרוירן פאר שרעק, זיינע ציינער האבן זיך ציזאמגעקלאפט מיט אן אויסטערלישן שנעלקייט… אבער מיט דעם אלעמען האט ער פרבירט צו זיין א ״מוח שליט על הלב״ און טראכטן וואספארא ״סגולות״ עס איז פארהאנען צו פארטרייבן ״רוחות רעות״.

מיטאמאל דערמאנט ער זיך אז זאגן ״ויהי נועם״ איז א סגולה צו פארטרייבן מזיקים. אבער ווי נאר ער וויל א שאקל טאן זיינע ליפן ארויס צו זאגן אט די הייליגע פסוקים, געבט אים דער גייסט א כאפ ארויס פון צווישן זיינע קאטשקע פיס, מיט זיינע שרעק אנווארפענדע דיינעסאר הענט, און קוקט אים אין פנים אריין מיט בליקן טויזענט מאל שארפער ווי א משגיח וואס האט נארוואס געכאפט צוויי מניבלים רויטהאנטיג ביי די מעשה, און שרייט צו אים; אויב זאגסטו ארויס א הייליג ווארט פון דיין מויל וועל איך דיר ציברעקלן לעבעדיגערהייט, אבער דיין טויט וועט זיין א שטייטע און א לאנגזאמע!

גדליה האט זיך אבער נישט פארלוירן, ער האט מיט זיין ריין תמימות׳דיגע אמונה זיך געמאכט דעם חשבון אז דער מזיק וועט סייווי בטל ווערן די רגע וואס ער זאגט ״ויהי נועם״, ממילא איז דאס טאקע די סיבה פארוואס דער גייסט סטראשעט אים מיטן ארגסטן.

גדליה האט פרבירט נאכאמאל צו שעפשענן ״ויהי נועם״, אבער ״באותו רגע״ האט דער גייסט ארויס געצויגן פון הינטערוויילאכטס זיין עקרב וויידל וואס האט פארמאגט א גאר שארפע שפיץ ביים עק אין דערינען שוידערליכע ״סם הרחני״, די גייסט האט דאס ברוטאלערהייט אריין געשטאכן אין גדליה׳ס קאפ ביים ״מקום התפילין״, וואס האט גענצליך פאלעזירט אלע זיינע אברים, אינקלאדעט זיין מוח מיט אלע מחשבות, נישט קענענדיג טראכטן קיין שום פריערדיגע אדער פרישע מחשבה… גדליה׳ס מוח האט זיך געשפירט גענוי ווי א קאמפיוטער וואס פריזט...

אזוי איז דער רוח רעה געפלויגן אינאיינעם מיט גדליה, פארביי פליענדיג צענדליגע טויזענטער עולמות איבער א שטרעקע פון ביליאנען ליכט יארן! ווען פלוצלינג האט זיך דער גייסט אנגעהויבן אראפ לאזן מיט א משונעדיגע קראפט צו א פלאנעט וואס רופט זיך ״בית חבל״, אן ארט ווי עס ווערן געבוירן און געהאדעוועט אלע ״מלאכי חבלה״.

א שליחות-3

די ״גייסט״ מיט גדליה האבן געלאנדעט אינמטן א ווילד געדעכטן דזשאנגל, פארנט פון א האלב ציפאלענם שדים הויז, וואס קוקט אויס ממש ארויס ווי פון א ׳הארהאר מאווי…

די ארומיגע ביימער האבן פארמאגט אויגן פון א לעמפערט און מיילער ווי א גייסט.

אנשטאטס בלעטלעך, האט יעדע שפיץ פון א צווייג פארמאגט גאָרילע הענט זיך צו קענען באוועגנען אנציכאפן באשעפענישן און עס אזוי צילייגן צום מויל…

אלע טייכען אינעם געגנט זענען געווען פול מיט טונקעל רויטע מענטשליכע בליט, בשעת וואס אלעס ארום ברימט און זיפצעט מיט א ווידער קול…

די גייסט האט אראפ געלייגט גדליה אויף א פעך שווארצע באנק אפגעברענט פון קוילן, בשעת וואס עטליכע קליינע פינקען פייער צאנקען נאך…
די גייסט האט פרבירט צו ערוועקן גדליה, אבער אן ערפאלג. די סם האט אים אזוי פאלעזירט אז די איינציגסטע אפציע אים צו מאכען געהעריג ארבעטן און נישט פריזן, איז געווען גענצליך ארויס צי נעמען זיין נשמה און עס דערנאך ציריק לייגן, א בחינה ווי מען ריסטארט א קאמפיוטער…
דאס אבער ציטאן האט די גייסט געברויכט הילף פון נישט קיין צווייטער ווי סמא״ל דער שטן, א זאך וואס אין ״בית חבל״ איז געווען א נארמאלע ערשיינונג.

והנה, די שטן המשחית שטורעמט אריין מיט זיין פארכטיגע צורה, זיין גוף ד.ה. די קאפ און בויך האט אויסגעזעהן ווי א האריגע שווארץ און ברוינע ספיידער, באדעקט מיט שרעקעדיגע אויגן. די פיס ווי א בת היענה, בשעת וואס די פליגלן זיינע זעען אויס ווי שווארצע אפענע תכריכים ארום גענומען מיט טויזענטער קליינע פעדערן, נישט פארמאגענדיג די טיפיקל מלאכים פליגלען...

די שטן האט ארויס געצויגן א אויסגעשארפטע מעסער פון צווישן זיינע פליגלען און געשאכטן גדליה ביים קאפ, וואס פארשטייט זיך אין יענע רגע איז זיין נשמה גלייך ארויס געפלויגן…

די שטן האט דערנאך צוריק באהאפטן דאס קאפ צום האלדז, ארום שמירענדיג אזא רחניות׳דיגע שפייאכטס, און אים תיכף צוריק לעבעדיג געמאכט.

ווי נאר גדליה האט צוריק באקומען זיין נשמה, און געזען ווי ער געפינט זיך, איז זיין נשמה שיעור צוריק ארויס געפלויגן פאר שרעק!!! די גייסט האט זיך פשוט געברויכט קאמאפלאדזשען מיט אן אנדערע סארט גוף וואס ענדלט צו א בשר ודם, כדי צו ראטעווען גדליה…

גדליה איז געווען אינגאנצן צימישט נישט וויסענדיג ווי ער געפינט זיך.

די גייסט לאזט אים אבער נישט טראכטן, און רופט זיך אן בזה הלשון: גדליה גדליה, איך האב פאר דיר גאר א פארבארגענם שליחות…

א שליחות-4

די גייסט רעד ווייטער: כלל ישראל שטייט יעצט אין א מצב ווי קיינמאל ביפאר, די עולם איז פיין אויפגעקלערט, מען לאזט זיך נישט אזוי גרינג פארפירן פון די ״נביאי הבעל״. די רבנים זענען מתיר בירט קאנטראל, מוסדות לאזן נאך פון זייערע ״וועד האישור״ כלפי סמארט פאון׳ס. און ״ועל כולם״ לייביש ווערט מער און מער מרוצה ביים קהל, מ׳נעמט אים צי שרייבן כל עלעריי ארטיקלן, ווי מאגעזינען וכו׳. ממילא גרייט זיך משיח אט אט צו קומען, וואס דאס מיינט אז ״בית חבל״ גייט גענצליך חרוב ווערן אינאיינעם מיט סמא״ל דער שטן!
נישט געזארגט אבער, מיר קענען דאס אלץ ציריק האלטן אויב וועלן מיר קידנעפן משיח אהער קיין ״בית חבל״, אבער דאס ציטאן ברויך מען אים פאר׳נער׳ן מיט א ״בשר ודם״ א איד.
״על כן״ שטעלן מיר דיר אלץ א שליח דאס אויס ציפירן, מיר געבן דיר נישט קיין אפציע, אדער פירסטו אויס וואס מיר הייסן דיר אן קיין פשרות, אדער וועלן מיר דיר פארווארפן פון אלע וועלטן און דערנאך דיר באגראבן לעבעדיגערהייט אין א ״צואה רותחות״.

גדליה ווייסט נישט וואס ציטאן, פון איין זייט אויב לאזט ער זיך נישט פון דער מלאך המשחית און וועט פארווארפן ווערן, וועט משיח אים זיכער קומען ראטעווען ציליב די גרויסע מסירת נפש׳דיגע אקט וואס ער האט געטאן למען כלל ישראל. ווידעראום פון די צווייטע זייט ליגט אים נאך די קאשמארן וואס ס׳האט פאסירט נאכן ווארענונג ווען ער האט פרבירט איבער צי קליגען דער גייסט זאגן ״ויהי נועם״, טא אפשר איז מען יעצט אין א מצב פון ״אונס רחמנא פטריה״ און אויספירן די שליחות פונעם גייסט.

גדליה האט באשלאסן אנצינעמען די תירוץ אונס, מיטן אויסרייד אז די זעלבע גאט וואס האט אים אהער געברענגט, די זעלבע גאט מאכט ער זאל פארכאפן משיח… ממילא זאגט ער אויפן ארט פארן גייסט ״הננו״!

זאג מיר נאר וואס איך ברויך טאן, און איך טוה עס, זאגט גדליה פארן גייסט.

די גייסט האט געשמייכלט גוטמוטיג, גיבנדיג אים א קניפ אין בעקל, דערנאך זיך תיכף געהויבן אינאיינעם צוריק צום ״עולם השפל״…

א שליחות-5

איינער אליין, צווישן ריזיגע בערג און טאלן צוריק אויף אונזער וועלטל, שפאצירט גדליה.
זיין הארץ קלאפ אים ווילד, ער געדענקט נאך גוט ווי אזוי דער ״גייסט״ האט אים באשוואוירן אויסציפירן זיין שליחות, וואס טאמער וועט ער עס נישט אויספירן הונדערט פראצענטיג, וועט ער אים פארוואגלען פון אלע וועלטן ״לעולמי עד ולנצח נצחים״ טיעף אינעם אפגרינד פון שלעכטס…!

די ״גייסט״ האט אים געגעבן א ספציעלע מאשינקע מיט אינסטרוקציעס ווי ער קען מאנטירן כלל ישראל׳ס מצוות און עבירות, א בחינה פון א סטאַק טשארט וואס ווייזט א שאקעלדיגע ליניע לויט ווי די סטאַק האלט, אמאל ארויף און אמאל אראפ.
די גייסט האט אים אבער געווארנט אז ער ברויך שנעל אויספירן זיין שליחות נאך איידער כלל ישראל׳ס עבירות גייט אראפ צו זירא, אזאך וואס האט דאן געהאלטן ביי 10,000…

ענדליך קומט גדליה אן צו א הייל, ער זעהט ביים אריינגאנג א אייזל הויערן, דאס איז פאר אים געווען א קלארע סימן אז ער געפינט זיך אינעם ריכטיגן פלאץ.

שטילערהייט באהאלט זיך גדליה צווישן ריזן ווילד באוואקסענע גראזן און ווארט צו זעהן ווער עס דרייט זיך דארט.

———————-

די נאכט איז ציפאלן אבער קיין נברא האט ער נישט באמערק אינעם געגנט.

צו די זעלבע צייט זעהט גדליה ווי די עבירות אויפן טשארט האלט און איין פאלן… ער הייבט אן ערנסט נערוועז ווערן, מורא האבן׳דיג אז משיח וועט אים אויסכאפן נאך איידער ער עספיעט אים צו טרעפן.

פלוצלינג הערט ער שרעקליכע רעש, ער זעהט פון דער הייל א פייער ביעם וואס גייט ארויף צום הימל, מיט הימלישע פליגלען וואס שלענגלען זיך אינעם פייער זויל.

דאן הערט הער א קול פון געוויין, ער פרבירט זיך אנצישטרענגן די אויגן זעהן צו ס׳דא פאר אים עפעס נוצליכע אינפא, אבער זיינע אויגן ווערן ממש בלינד פון די אויסערגעווענליכע ליכטיקייט…

ער פרבירט כאטש צי ער קען הערן עפעס וואס די שטומע זאגט דארט, אבער אויך דאס איז אים געווען זייער אומקלאר...

גדליה באשלוסט צו צי ווארטן ביז עס ווערט לעכטיג, אפשר אזוי וועלן זיך זאכען אויסקלארען.

ויהי ממחרת, ער גלייבט נישט וואס ער זעהט!!!!

א שליחות-6

גדליה הערט א שטומע וואס רופט אויס: ״מאכטס פלאץ פאר אברהם, יצחק, יעקב אבינו, און אלע אושפיזין…

גדליה קוקט שנעל אויף זיין מאנערטינג עפפ, האפנדיג אז כלל ישראל׳ס עבירות האלט נאך אין די הויכע ציפערן, אים גיבנדיג צייט אויסציפירן רויאיגערהייט זיין שליחות. אבער צו זיין שאק זעהט ער א דראמאטישע טראסק! די נומערן ריקן זיך נאנטער צו טויזנט, דאס מיינט אז אט אט גרייט זיך משיח מקיים צי זיין דעם ״ויקבץ נדחינו מארבה כנפות הארץ״…

פלוצלינג זעהט ער א מיטליעריגע איד באנדעדזשירט פון קאפ ביז פיס, שפאצירט ארויס פונעם הייל מיט א אויפגעהויבענם קאפ, זיין גאנצע קאפ איז געווען ווילד באוואקסן מיט א לאנגע גרויע האר און א ציקניפטע בארד. פון אינטען אים שפאצירן נאך 7 מענטשן, אלע פון זיי מיט ״הדרת פענימער״.

יאפס, גוט געזעהן, ס׳איז קענטליך דאס איז משיח! דער פארוואנדעטע מאן שלייכט זיך ארויף אויפן אייזל, בשעת וואס צוויי מענטשן האלטן אים אינטער.

אזוי זיצנדיג אויפן אייזל הייבט דער מאן אן אראפ צי נעמען בענדעדזש נאך בענדעדזש, אלע זיינע וואונדן זענען שוין כמעט פארהיילט!

גדליה פארבינד זיך שנעל מיטן גייסט, בעטנדיג ער זאל אים ביטע לאזן גיין, ווייל עס ליגט מער נישט אין זיינע הענט אפציהאלטן די גאולה…

די גייסט ענטפערט אים אבער קאלט בליטיג; אויב וועסטו נישט אויספירן די שליחות גענוי ווי איך האב דיר געהייסן, וועלן דיינע שמערצן זיין טויזנט מאל שטערקער ווי אויף די וועלט, ולנצח נצחים!

גדליה שטארק זיך, ער שפרינגט ארויס פון באהעלטעניש, לויפט צו צי משיח, און שרייט ער זאל אים זאפארט ארויף לאזן אויפן אייזל ווייל די חיצונים ווילן אים פארכאפן!!

משיח האט גארנישט פארדעכטיגט, ער ווייזט אים ער זאל ארויף גיין פון אינטען. גדליה זעצט זיך טאקע ארויף פון אינטען, און מיט אן אויגנבליק איז ער מטמא משיח, זייענדיג אים פוגע בבריתו!!!!😮

א שליחות-7

ווי נאר גדליה האט געטאן ״מעשה זמרי״ מיט משיח׳ן, האט די זיידע ״אברהם אבינו״ זיך א צישריי געגבן: ״וויי פאר א טאטע וואס דערקענט נישט זיין קינד״!!!

די ערד האט זיך געטרייסלט, און א טונקלקייט האט פארשטעלט דעם זון.

דאן זענען די אבות הקדושים מיטאמאל פארשוואונדען געווארן ווי אין וואסער אריין, איבער לאזנדיג גדליה מיט משיח׳ן אליין ״פנים לפנים…

משיח האט דאס בשום אויפן נישט געקענט אראפ שלינגן, דערביי שרייענדיג מיט יאמערליכע קולות צו גדליה: ווי האסטו דאס געקענט טאן צו מיר? ווייסטו דען נישט וויפיעל פיין און ליידן כ׳האב מיר ציזאם געליטן ביז אהער אלץ פאר יודנס וועגן? פארוואס דארף יעצט כלל ישראל ווייטער ליידן אינעם פינסטערן גלות צוליב דיינע שמיציגע זונד?

גדליה האט זיך אוועק געדרייט, זיך אינטער לאכענדיג מיט א פויערישע געלעכטער, ווי צו זאגען: הע ס׳איז געלונגן…!

גדליה האט אויפגעהויבן זיינע צוויי מיטעלסטע פינגער צום הימל, ווייזנדיג דאס אלץ א צייכן ווי כאילו ער וויל איינעם ווינקען.
ס׳האט טאקע נישט גענומען קיין רגע, ווען א שרעקליכע מאנסטער גייסט האט זיך באוויזן פון אינטער משיח מיט זיין אייזל…
פאר גרויס שרעק האט משיח פרבירט צו אנטלויפן אינאיינעם מיטן אייזל, דערביי שרייענדיג ער זאל לויפן שנעלער, האפענדיג דערמיט אז דער אייזל וועט פארשטיין וואס ער זאגט, טא אפשר איז ער א אייניקל פון בלעם׳ס אייזל…

ס׳האט אבער גארנישט געהאלפן, ווען אין א אויגן בליק האט דער גייסט זיך אראפ געלאזט צו משיח׳ן, און מיט זיין לאנגע שווערד אים געשאכטן אויפן ארט!🫣

צום שלוס: ליידער ליידער האט גדליה נישט געקענט עובר בניסיון זיין, און מיט דעם אינגאנצן פארשפילט די גאולה…

און טאקע יעצט, שטייענדיג נאכן טויט פונעם משיח ה׳, זעהט כרגע אויס ווי מיר וועלן שוין פאר אייביג בלייבן אין גלות😭

או גלות גלות ווי גרויס ביסטו…

ענדע

בקשה ואזהרה ⛔

אלץ אן איש אמת וויל איך דאס שרייבן פאר די קומענדיגע דורות:
״ליבי אומר לי״ אז אין טויזנט יאר ארום וועט קומען עפעס א ״מנהיג ישראל״ וואס וועט דערציילן אז ער האט געטראפן א ספר מיטן נאמען ״לייביש עפיזאדס״, ער וועט דאס פארהייליגן ווי כאילו דאס איז א המשך פון תנ״ך. דאן וועט ער עפענען ישיבות וואס וועלן הארעווען דערינען, און אריין טייטשן ווי למשל; ״כל האומר גדליה חטא אינו אלא טועה״…

אדער וועט ער ברענגן א ראיה אויף חז״ל אז ״אלו ואלו דברי אלוקים חיים״ אויף דאס וואס די גמרא ברענגט א תנא אין סנהדרין צט עמוד א: ר' הילל אומר אין להם משיח לישראל, מכאן ראיה ווייל מען זעהט דאך קלאר אז גדליה האט געהארגט משיח…

אדער אז מען וועט מתקן זיין א פרישע תענית גדליה…

וויל איך קלאר זאגן פאר די ״דורות הבאות (צוקומפטיגע דזשענרעשן) ״אשר לא ידע את לייביש״; גדליה האט באמת געזונדיגט, און פון די מעשה איז בכלל נישט קיין ראיה אז ״אלו ואלו דברי אלוקים חיים״, צוליב וואס די מעשה איז נישט געשטויגן און געפלויגן...

מען זאל בשום אין אויפן נישט דרשנן דערינען וואס מען חלום׳ט, נאר מען זאל אננעמען די מעשה ״כמו שכתוב״ אז דאס וואס איך שרייב דאס איז וואס איך האב אינזינען געהאט...
איך האלט אבער נישט צוריק קיין יחידים פון פאסטן אויב קומט דאס ״מרצון הטוב…

נ.ב. מיר האפן די עולם האט הנאה געהאט פון פרשת גדליה. הדרן עלך והדרך עלן…
 
לעצט רעדאגירט:

גדליה האט פרבירט איינצושלאפן אבער עפעס א מיסטריעזע גייסט האט ער געשפירט הויערט העכער אים… ער האט אפי׳ עטליכע מאל געעפנט די לעקטער צי זעין אויב ס׳איז א דמיון וואס ער שפירט, אדער איז עפעס ערנסט פאהאנען אין זיין צימער. אבער יעדעס מאל עקסטער האט ער קוקענדיג גארנישט געזען חוץ די פיר ווענט.

געלאכט א גוטס 😂 אבער גאר א גרויסע געוויין אז א אידישע? קאפ, קען אזאנס טראכטן let alone שרייבן 😭😢😭 שעם דיך
 
זייער שיין. געטשענעלט סטיפען קינג.

עס איז מיר פארגעקומען אן אינטרעסאנטע געדאנק וואס די סיפור קען אָנרירן אויף. והיינו, ווייל ווי דא ארויסגעברענגט איז עס א פילאזאפישע שאלה צי די מענטשהייט זאל ענדערשער ארבעטן אויף ברענגען א סוף כרגע ובלי צער לכל היקום, כדי צו אויסמעקן די צער וואס מענטשן ליידן, אדער ענדערשער ארבעטן אויף ווערן מער און מער נתפתח צו פארמערן מער און מער תענוג בהאי עלמא לכל אדם ע״י טעכנאלאגיע. אויב ״משיח״ איז פשוט די סמל פאר התפתחות האנושי והטוב בהאי עלמא (און נישט דער עני ורוכב על החמור במובן הפשוט כמו בהסיפור), דאן איז די פארקערטע גישה דערצו זיך צו קעגנשטעלן דערצו אז דאס איז די עיקר מטרה האנושית; ובפרט אז יש לטעון אז א יוּטאָפּיע איז מן הנמנע לבני אדם (ועיין ערך ייתי ולא אחמיניה). ונמצא מזה אז די חטא פון גדליה הגם אין די סיפור איז פשוט אז מיט זיין אקט איז דאס מענטשהייט געבליבן פארשפילט: נישט א סוף צו די רעות בעולם, אין נישט קיין יוּטאָפּיע של תענוג. (און דערפאר האט אברהם אבינו אין די סיפור, וועלכעס איז דער וואס נעמט ארויס די גע׳מל׳טע פון גיהנום, נישט דערקענט גדליה; ווייל גדליה האט טאקע דורך זיין אקט געלאזט די וועלט ביי איר מצב פון צער וגיהנום). האט דאך רע טאקע געוואונען. (ער האט נישט גענומען די ברירה ווי טעד אין הארלאן עליסאן׳ס סיפור.)

כמובן קען מען סתם אזוי זאגן אז אטע דאס לאזן די וועלט ווי זי איז, מיט די נאטורליכע התפתחות בני אדם לאט, איז אטע דאס ״ביאת המשיח״. וידועים דברי פּראפעסאר ישעיהו ליבוביץ אז במחשבת יהדות המשיח לעולם יבא, און די שטרעבונג איז כסדר צו פארבעסערן די וועלט נאך און נאך; ער כסדר ״קומט שוין אט אט״. און אויב א משיח קומט, איז מיט דעם אליינס אז ער איז שוין געקומען, מיט דעם אליינס ווייסט מען אז ער איז א משיח שקר.

(אין דעם גאנער פונעם סיפור, איז אויך מן הראוי צוצוצייכענען צו וואס איך האב צוגעברענגט פון דר. נאָעל קעראל אז די געדאנק פונעם האַראַר גאנער איז אז מ׳פרובירט צו גיין ווייטער ממה שהרשית לבני אדם להתבונן.)

*

לגבי די געשריבענע באווארענונג אז דער מחבר מיינט דאס ממש כפשוטו, איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז דער עיקרים (מאמר ד פל״ה) שרייבט אז מ׳נעמט אָן אז די מעשה פון יחזקאל וואס האט מחיה מתים געווען די עצמות היבשות, איז נאר א משל. און דאס וואס עס שטייט בסנהדרין צב:
עמד ר׳ יהודה בן בתירא על רגליו ואמר אני מבני בניהם של המתים שהחיה יחזקאל והללו תפילין שהניח לי אבי אבא מהם
איז נאר א גוזמא ע״ש (בתוך זיין ברייטערע שיטה אז אמונה במשיח ותחיית המתים, הגם זיי זענען אמת לדעתו, זענען אבער נישט קיינע עיקרי אמונה).

קומט דאך אויס לפי״ז אז אפילו מ׳שרייט בפירוש עפעס א פאזיציע, ווי ר׳ יהודה בן בתירא, קען מען עס דאך אליינס אפלערנען און אויסטייטשן…

(וידועין הענינים של ״מיתת המחבר״ אין ליטערערי שטודיעס, און פּוֺי׳ס געזעץ. זעהסט דאך אז איך האב אריינגעלערענט אין דיין מעשה וואס איז ל״ד כוונתך.)
 
לעצט רעדאגירט:
@לייביש הכהן 🤪די האסט א פאני קאפ...

סארי אבער איך האב עס נישט געקענט ליינען אינגאנצען אפשר איז די דזשענרע נישט פאר מיך. די אריינפיר האב איך ליב געהאט.
 
לגבי די געשריבענע באווארענונג אז דער מחבר מיינט דאס ממש כפשוטו, איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז דער עיקרים (מאמר ד פל״ה) שרייבט אז מ׳נעמט אָן אז די מעשה פון יחזקאל וואס האט מחיה מתים געווען די עצמות היבשות, איז נאר א משל. און דאס וואס עס שטייט בסנהדרין צב:
פון אזעלעכע גאונים ווי דו איז מיין פחד אין די פיוטשער…😂🤪

דו ביסט אייזן! כ׳האב שטארק הנאה פון דיין קאמענט.
 
לעצט רעדאגירט:
שטרענג זיך אן, ס׳איז זייער אינטערעסאנט מיט א זיסע ענדע.
די אנפאאנג און די ענדע האב איך געכיפערט, פאר די אנפאנג וואלסטו נאך נישט בקומען אזא קאמלימענט. עס וואלט געקענט זיין ביסט א גוטע שרייבער און די קענסט אריינגיין און פאנטאזיע לאנד, פאר די ענדע האסטו באקומען די קאמפלימענט, די מיטן פון די מעשה איז מיך נישט אינטערסאנט איך אינזשוי נישט די דזשענרע.

טענקס פאר עס פאסטען.
 
איך אינזשוי נישט די דזשענרע.
כ׳האב יעצט געפרעגט chatGPT וואס דאס מיינט, זאגט ער מיר ס׳מיינט אז לכאורה האסטו נישט ליב; ביכער, מוזיק, פילם וכדומה. איז דאס טאקע וואר? טא וואס גלייכסטו יא? כ׳זעי דו שרייבסט און ליינסט אסאך אויף קרעמל.
 
Genre refers to a category or type of artistic, literary, or musical work characterized by a particular style, form, or content. In simpler terms, it is a way to classify different types of media based on common characteristics.

Examples of genres include:

1. Fiction: Novels, short stories, and plays that are not based on real events.
2. Non-fiction: Biographies, essays, and documentaries that are based on real events and facts.
3. Mystery: Books, movies, or TV shows that involve solving a crime or puzzle.
4. Science fiction: Stories that involve futuristic technology or otherworldly settings.
5. Romance: Works that focus on love and relationships.

Understanding genres can help readers and viewers choose media that aligns with their preferences and interests. It also helps creators to target specific audiences and convey their intended message effectively

אין יעדע אפטיילונוג איז דא נאך סוב אפטיילונגען וואס איינע למשל קען יא גלייכען געוויסע סייענס פיקשן וואס רעדט פון טיים טרעוועל אבער נישט פון טרעוועל צו אנדערע יונעווערסן.
 
אריינפיר: פאר די אלע וואס קענען לייביש בלויז פון ״קרעמל״, אבער האבן נאך קיינמאל ביפאר נישט געהערט פון מיר פון פארדעם, איז כדי אויסציטשעקן א געשיכטע וואס כהאב געשריבן אויפן ״לייביש עפיזאדס״ קאנאל א שטיק צייט צוריק.

צו אביסל פארשטיין געבן פארן ציבור פון וואס איך רעד דא: אויפן טעלעגראם עפפ פארמאג איך א פאפולערע מעשה קאנאל ווי איך שרייב גאר אינטערעסאנטע און דראמאטישע געשיכטעס. איך שרייב דארט אינאלגעמיין מעשות צו וואס מען קען רילעיטאן אין ריעל לייף.

פאר עטליכע חדשים צוריק האב איך באשלאסן צו נעמען א טוויסט, און צום ערשטן מאל זייט איך האב געעפנט דעם ״לייביש קאנאל״, מחליט געווען צו טוישן די סטייל פון שרייבן א געשיכטע, דהיינו; ביז דאן פלעג איך שרייבן מעשות וואס האבן על פי רוב געקענט פאסירן אין ריעל לייף, צימאל אפי אביסל איבער געטריבן, אבער פארט א געשיכטע צו וואס מענטשן האבן געקענט רילעיטן אינעם טאג טעגליכע לעבן.
דאס מאל האב איך אבער באשלאסן צו שרייבן ״מיסטיקעל דארק פענטעסי״, א געשיכטע איבער א איד וואס באקומט א מיסיע פון די חיצונים צו דערמארדן משיח בן דוד…

איידערן שרייבן די געשיכטע איז מיר בייגעפאלן צו עקספערימענטן די באקאנטן מאמר חז״ל פון; “כשם שאין פרצופיהן שוין, כך אין דעותיהן שוין.” דהיינו; כדי צו מאכן די מעשה אינטערעסאנט, האב איך באשלאסן צו מאכן א פארמעסט מיט עטליכע טעלעגראם שרייבער וואס פארמאגן אלע אייגענע קאנאלן, א פארמעסט וואס האט געארבעט ווי פאלגענד: איך האב געגעבן א נאמען פון א געשיכטע, אין אונזער פאל די טייטל ״א שליחות״. אלע שרייבער האבן געדארפט בויען אויף דעם טייטל א לענגערע פארזעצונג געשיכטע, אן וויסן וואס דער צווייטער העט שרייבן.
איך האב דאן געשריבן איז געשיכטע מיט הימל שרייענדע פאנטאזיעס, אזש, היינט ציטאגס ווען איך ליין דאס איבער, בין איך אליינס נתפעל ווי ווייט מיין דימיון האט מיר געטראגן…

זעענדיג די הצלחה פון די געשיכטע, האט מיר א איד געקאנטאקט צו ער מעגן נעמען די מעשה, איבער צו זעצן אין ענגליש, מאכן דערפון א פראפעשענל אודיאו מיט סאונד עפעקטס, מיטן ציהל עס צו פאוסטען אויף יוטוב.
איך האב אים געגעבן די פולע אקעי. דער איד האט טאקע דערליווערט א העכטס געלונגענום פראדוקט, און ארויף געלייגט דעם ערשטן עפיזאד אויף יוטוב.

הכלל, היות די ארבעט איז געווען א שווערע, און קיין געלט האט ער נישט באקומען דערפאר, האט דער איד אויפגעגעבן נאך די דריטע עפיזאד.

ס׳איז כדי אויסציטשעקן סיי די געשריבענע געשיכטע, און סיי די אודיאו אויף ענגליש.

ווארענונג: די מעשה איז אזוי שרעקעדיג אז ס׳קאן זיין איר וועט האבן פילע שלאפלאזע נעכט.

ליינט און האט הנאה
👇👇👇

א שליחות-1

גדליה איז געליגן אין בעט כחצות הלילה. ס׳איז געווען שא שטיל, בלויז א שטילע גערידער האט זיך געהערט פונעם פורהאנג וואס האט זיך געשאקלט ביים האלב אפענעם פענסטער פונעם ווינט.

גדליה האט פרבירט איינצושלאפן אבער עפעס א מיסטריעזע גייסט האט ער געשפירט הויערט העכער אים… ער האט אפי׳ עטליכע מאל געעפנט די לעקטער צי זעין אויב ס׳איז א דימיון וואס ער שפירט, אדער איז עפעס ערנסט פאהאנען אין זיין צימער. אבער יעדעס מאל עקסטער האט ער קוקענדיג גארנישט געזען חוץ די פיר ווענט.

גדליה איז אבער נאכאלץ געווען זייער אומרואיג, ער האט טאקע נישט געקענט אנצייכענען וואס עס מאכט זיך אים דאכטן אזעלכע פאנטאזיעס, אבער ענדערשט ווי עס ״זעין״ מיט די אויגן, האט ער געשפירט עפס מאדנע שוועבט אין זיין שלאף שטוב…

וואס מער ער האט פראבירט צו דערשטיקן זיינע געפילן אז ס'איז סתם א פאלשע פחד און א איינרעדעניש, אלץ מער האט עס געווירקט פונקט דאס פארקערטע. זיין מוח האט אים פיבערהאפטיג ארויף געשרויפט זיין עקזייעטי צו די נעקסטע לעוועל, א בחינה ווי ווען א מענטש לייד פון או.סי.דו., וואס מער ער זוכט צי דערשטילן זיינע מחשבות, אלץ מער פאלט ער אריין אינעם פלאנטער.

גדליה האט מער נישט געקענט פארנעמען די סטרעס, ס׳האט גערינען פון אים שווייס ״כנחל מים״.
שטילערהייט שארט ער זיך צו צום פארהאנג און עפנט דאס אויף, ווען פלוצלינג זעיט ער אנטקעגן אים א שרעקעדיגע גייסט וואס מען קען ניטאמאל מסביר זיין מיטן גשמיות׳דיגן פעדער!!!

גדליה האט געוואלט געבן א שפרינג אויף צוריק, אבער דאס גייסט איז געווען פלינקער ווי אים, ער האט אים א כאפ געטאן דורך די שמאלע פענסטער עפענונג מיט זיין דינעם ״דיינעסאר״ האנט, און אים א ווארף געטאן צווישן זיינע צוויי מאנסטערישע פיסלעך, זיך הייבנדיג הויך אין די לופטן…

א שליחות-2

גדליה איז געווען פארפרוירן פאר שרעק, זיינע ציינער האבן זיך ציזאמגעקלאפט מיט אן אויסטערלישן שנעלקייט… אבער מיט דעם אלעמען האט ער פרבירט צו זיין א ״מוח שליט על הלב״ און טראכטן וואספארא ״סגולות״ עס איז פארהאנען צו פארטרייבן ״רוחות רעות״.

מיטאמאל דערמאנט ער זיך אז זאגן ״ויהי נועם״ איז א סגולה צו פארטרייבן מזיקים. אבער ווי נאר ער וויל א שאקל טאן זיינע ליפן ארויס צו זאגן אט די הייליגע פסוקים, געבט אים דער גייסט א כאפ ארויס פון צווישן זיינע קאטשקע פיס, מיט זיינע שרעק אנווארפענדע דיינעסאר הענט, און קוקט אים אין פנים אריין מיט בליקן טויזענט מאל שארפער ווי א משגיח וואס האט נארוואס געכאפט צוויי מניבלים רויטהאנטיג ביי די מעשה, און שרייט צו אים; אויב זאגסטו ארויס א הייליג ווארט פון דיין מויל וועל איך דיר ציברעקלן לעבעדיגערהייט, אבער דיין טויט וועט זיין א שטייטע און א לאנגזאמע!

גדליה האט זיך אבער נישט פארלוירן, ער האט מיט זיין ריין תמימות׳דיגע אמונה זיך געמאכט דעם חשבון אז דער מזיק וועט סייווי בטל ווערן די רגע וואס ער זאגט ״ויהי נועם״, ממילא איז דאס טאקע די סיבה פארוואס דער גייסט סטראשעט אים מיטן ארגסטן.

גדליה האט פרבירט נאכאמאל צו שעפשענן ״ויהי נועם״, אבער ״באותו רגע״ האט דער גייסט ארויס געצויגן פון הינטערוויילאכטס זיין עקרב וויידל וואס האט פארמאגט א גאר שארפע שפיץ ביים עק אין דערינען שוידערליכע ״סם הרחני״, די גייסט האט דאס ברוטאלערהייט אריין געשטאכן אין גדליה׳ס קאפ ביים ״מקום התפילין״, וואס האט גענצליך פאלעזירט אלע זיינע אברים, אינקלאדעט זיין מוח מיט אלע מחשבות, נישט קענענדיג טראכטן קיין שום פריערדיגע אדער פרישע מחשבה… גדליה׳ס מוח האט זיך געשפירט גענוי ווי א קאמפיוטער וואס פריזט...

אזוי איז דער רוח רעה געפלויגן אינאיינעם מיט גדליה, פארביי פליענדיג צענדליגע טויזענטער עולמות איבער א שטרעקע פון ביליאנען ליכט יארן! ווען פלוצלינג האט זיך דער גייסט אנגעהויבן אראפ לאזן מיט א משונעדיגע קראפט צו א פלאנעט וואס רופט זיך ״בית חבל״, אן ארט ווי עס ווערן געבוירן און געהאדעוועט אלע ״מלאכי חבלה״.

א שליחות-3

די ״גייסט״ מיט גדליה האבן געלאנדעט אינמטן א ווילד געדעכטן דזשאנגל, פארנט פון א האלב ציפאלענם שדים הויז, וואס קוקט אויס ממש ארויס ווי פון א ׳הארהאר מאווי…

די ארומיגע ביימער האבן פארמאגט אויגן פון א לעמפערט און מיילער ווי א גייסט.

אנשטאטס בלעטלעך, האט יעדע שפיץ פון א צווייג פארמאגט גאָרילע הענט זיך צו קענען באוועגנען אנציכאפן באשעפענישן און עס אזוי צילייגן צום מויל…

אלע טייכען אינעם געגנט זענען געווען פול מיט טונקעל רויטע מענטשליכע בליט, בשעת וואס אלעס ארום ברימט און זיפצעט מיט א ווידער קול…

די גייסט האט אראפ געלייגט גדליה אויף א פעך שווארצע באנק אפגעברענט פון קוילן, בשעת וואס עטליכע קליינע פינקען פייער צאנקען נאך…
די גייסט האט פרבירט צו ערוועקן גדליה, אבער אן ערפאלג. די סם האט אים אזוי פאלעזירט אז די איינציגסטע אפציע אים צו מאכען געהעריג ארבעטן און נישט פריזן, איז געווען גענצליך ארויס צי נעמען זיין נשמה און עס דערנאך ציריק לייגן, א בחינה ווי מען ריסטארט א קאמפיוטער…
דאס אבער ציטאן האט די גייסט געברויכט הילף פון נישט קיין צווייטער ווי סמא״ל דער שטן, א זאך וואס אין ״בית חבל״ איז געווען א נארמאלע ערשיינונג.

והנה, די שטן המשחית שטורעמט אריין מיט זיין פארכטיגע צורה, זיין גוף ד.ה. די קאפ און בויך האט אויסגעזעהן ווי א האריגע שווארץ און ברוינע ספיידער, באדעקט מיט שרעקעדיגע אויגן. די פיס ווי א בת היענה, בשעת וואס די פליגלן זיינע זעען אויס ווי שווארצע אפענע תכריכים ארום גענומען מיט טויזענטער קליינע פעדערן, נישט פארמאגענדיג די טיפיקל מלאכים פליגלען...

די שטן האט ארויס געצויגן א אויסגעשארפטע מעסער פון צווישן זיינע פליגלען און געשאכטן גדליה ביים קאפ, וואס פארשטייט זיך אין יענע רגע איז זיין נשמה גלייך ארויס געפלויגן…

די שטן האט דערנאך צוריק באהאפטן דאס קאפ צום האלדז, ארום שמירענדיג אזא רחניות׳דיגע שפייאכטס, און אים תיכף צוריק לעבעדיג געמאכט.

ווי נאר גדליה האט צוריק באקומען זיין נשמה, און געזען ווי ער געפינט זיך, איז זיין נשמה שיעור צוריק ארויס געפלויגן פאר שרעק!!! די גייסט האט זיך פשוט געברויכט קאמאפלאדזשען מיט אן אנדערע סארט גוף וואס ענדלט צו א בשר ודם, כדי צו ראטעווען גדליה…

גדליה איז געווען אינגאנצן צימישט נישט וויסענדיג ווי ער געפינט זיך.

די גייסט לאזט אים אבער נישט טראכטן, און רופט זיך אן בזה הלשון: גדליה גדליה, איך האב פאר דיר גאר א פארבארגענם שליחות…

א שליחות-4

די גייסט רעד ווייטער: כלל ישראל שטייט יעצט אין א מצב ווי קיינמאל ביפאר, די עולם איז פיין אויפגעקלערט, מען לאזט זיך נישט אזוי גרינג פארפירן פון די ״נביאי הבעל״. די רבנים זענען מתיר בירט קאנטראל, מוסדות לאזן נאך פון זייערע ״וועד האישור״ כלפי סמארט פאון׳ס. און ״ועל כולם״ לייביש ווערט מער און מער מרוצה ביים קהל, מ׳נעמט אים צי שרייבן כל עלעריי ארטיקלן, ווי מאגעזינען וכו׳. ממילא גרייט זיך משיח אט אט צו קומען, וואס דאס מיינט אז ״בית חבל״ גייט גענצליך חרוב ווערן אינאיינעם מיט סמא״ל דער שטן!
נישט געזארגט אבער, מיר קענען דאס אלץ ציריק האלטן אויב וועלן מיר קידנעפן משיח אהער קיין ״בית חבל״, אבער דאס ציטאן ברויך מען אים פאר׳נער׳ן מיט א ״בשר ודם״ א איד.
״על כן״ שטעלן מיר דיר אלץ א שליח דאס אויס ציפירן, מיר געבן דיר נישט קיין אפציע, אדער פירסטו אויס וואס מיר הייסן דיר אן קיין פשרות, אדער וועלן מיר דיר פארווארפן פון אלע וועלטן און דערנאך דיר באגראבן לעבעדיגערהייט אין א ״צואה רותחות״.

גדליה ווייסט נישט וואס ציטאן, פון איין זייט אויב לאזט ער זיך נישט פון דער מלאך המשחית און וועט פארווארפן ווערן, וועט משיח אים זיכער קומען ראטעווען ציליב די גרויסע מסירת נפש׳דיגע אקט וואס ער האט געטאן למען כלל ישראל. ווידעראום פון די צווייטע זייט ליגט אים נאך די קאשמארן וואס ס׳האט פאסירט נאכן ווארענונג ווען ער האט פרבירט איבער צי קליגען דער גייסט זאגן ״ויהי נועם״, טא אפשר איז מען יעצט אין א מצב פון ״אונס רחמנא פטריה״ און אויספירן די שליחות פונעם גייסט.

גדליה האט באשלאסן אנצינעמען די תירוץ אונס, מיטן אויסרייד אז די זעלבע גאט וואס האט אים אהער געברענגט, די זעלבע גאט מאכט ער זאל פארכאפן משיח… ממילא זאגט ער אויפן ארט פארן גייסט ״הננו״!

זאג מיר נאר וואס איך ברויך טאן, און איך טוה עס, זאגט גדליה פארן גייסט.

די גייסט האט געשמייכלט גוטמוטיג, גיבנדיג אים א קניפ אין בעקל, דערנאך זיך תיכף געהויבן אינאיינעם צוריק צום ״עולם השפל״…

א שליחות-5

איינער אליין, צווישן ריזיגע בערג און טאלן צוריק אויף אונזער וועלטל, שפאצירט גדליה.
זיין הארץ קלאפ אים ווילד, ער געדענקט נאך גוט ווי אזוי דער ״גייסט״ האט אים באשוואוירן אויסציפירן זיין שליחות, וואס טאמער וועט ער עס נישט אויספירן הונדערט פראצענטיג, וועט ער אים פארוואגלען פון אלע וועלטן ״לעולמי עד ולנצח נצחים״ טיעף אינעם אפגרינד פון שלעכטס…!

די ״גייסט״ האט אים געגעבן א ספציעלע מאשינקע מיט אינסטרוקציעס ווי ער קען מאנטירן כלל ישראל׳ס מצוות און עבירות, א בחינה פון א סטאַק טשארט וואס ווייזט א שאקעלדיגע ליניע לויט ווי די סטאַק האלט, אמאל ארויף און אמאל אראפ.
די גייסט האט אים אבער געווארנט אז ער ברויך שנעל אויספירן זיין שליחות נאך איידער כלל ישראל׳ס עבירות גייט אראפ צו זירא, אזאך וואס האט דאן געהאלטן ביי 10,000…

ענדליך קומט גדליה אן צו א הייל, ער זעהט ביים אריינגאנג א אייזל הויערן, דאס איז פאר אים געווען א קלארע סימן אז ער געפינט זיך אינעם ריכטיגן פלאץ.

שטילערהייט באהאלט זיך גדליה צווישן ריזן ווילד באוואקסענע גראזן און ווארט צו זעהן ווער עס דרייט זיך דארט.

———————-

די נאכט איז ציפאלן אבער קיין נברא האט ער נישט באמערק אינעם געגנט.

צו די זעלבע צייט זעהט גדליה ווי די עבירות אויפן טשארט האלט און איין פאלן… ער הייבט אן ערנסט נערוועז ווערן, מורא האבן׳דיג אז משיח וועט אים אויסכאפן נאך איידער ער עספיעט אים צו טרעפן.

פלוצלינג הערט ער שרעקליכע רעש, ער זעהט פון דער הייל א פייער ביעם וואס גייט ארויף צום הימל, מיט הימלישע פליגלען וואס שלענגלען זיך אינעם פייער זויל.

דאן הערט הער א קול פון געוויין, ער פרבירט זיך אנצישטרענגן די אויגן זעהן צו ס׳דא פאר אים עפעס נוצליכע אינפא, אבער זיינע אויגן ווערן ממש בלינד פון די אויסערגעווענליכע ליכטיקייט…

ער פרבירט כאטש צי ער קען הערן עפעס וואס די שטומע זאגט דארט, אבער אויך דאס איז אים געווען זייער אומקלאר...

גדליה באשלוסט צו צי ווארטן ביז עס ווערט לעכטיג, אפשר אזוי וועלן זיך זאכען אויסקלארען.

ויהי ממחרת, ער גלייבט נישט וואס ער זעהט!!!!

א שליחות-6

גדליה הערט א שטומע וואס רופט אויס: ״מאכטס פלאץ פאר אברהם, יצחק, יעקב אבינו, און אלע אושפיזין…

גדליה קוקט שנעל אויף זיין מאנערטינג עפפ, האפנדיג אז כלל ישראל׳ס עבירות האלט נאך אין די הויכע ציפערן, אים גיבנדיג צייט אויסציפירן רויאיגערהייט זיין שליחות. אבער צו זיין שאק זעהט ער א דראמאטישע טראסק! די נומערן ריקן זיך נאנטער צו טויזנט, דאס מיינט אז אט אט גרייט זיך משיח מקיים צי זיין דעם ״ויקבץ נדחינו מארבה כנפות הארץ״…

פלוצלינג זעהט ער א מיטליעריגע איד באנדעדזשירט פון קאפ ביז פיס, שפאצירט ארויס פונעם הייל מיט א אויפגעהויבענם קאפ, זיין גאנצע קאפ איז געווען ווילד באוואקסן מיט א לאנגע גרויע האר און א ציקניפטע בארד. פון אינטען אים שפאצירן נאך 7 מענטשן, אלע פון זיי מיט ״הדרת פענימער״.

יאפס, גוט געזעהן, ס׳איז קענטליך דאס איז משיח! דער פארוואנדעטע מאן שלייכט זיך ארויף אויפן אייזל, בשעת וואס צוויי מענטשן האלטן אים אינטער.

אזוי זיצנדיג אויפן אייזל הייבט דער מאן אן אראפ צי נעמען בענדעדזש נאך בענדעדזש, אלע זיינע וואונדן זענען שוין כמעט פארהיילט!

גדליה פארבינד זיך שנעל מיטן גייסט, בעטנדיג ער זאל אים ביטע לאזן גיין, ווייל עס ליגט מער נישט אין זיינע הענט אפציהאלטן די גאולה…

די גייסט ענטפערט אים אבער קאלט בליטיג; אויב וועסטו נישט אויספירן די שליחות גענוי ווי איך האב דיר געהייסן, וועלן דיינע שמערצן זיין טויזנט מאל שטערקער ווי אויף די וועלט, ולנצח נצחים!

גדליה שטארק זיך, ער שפרינגט ארויס פון באהעלטעניש, לויפט צו צי משיח, און שרייט ער זאל אים זאפארט ארויף לאזן אויפן אייזל ווייל די חיצונים ווילן אים פארכאפן!!

משיח האט גארנישט פארדעכטיגט, ער ווייזט אים ער זאל ארויף גיין פון אינטען. גדליה זעצט זיך טאקע ארויף פון אינטען, און מיט אן אויגנבליק איז ער מטמא משיח, זייענדיג אים פוגע בבריתו!!!!😮

א שליחות-7

ווי נאר גדליה האט געטאן ״מעשה זמרי״ מיט משיח׳ן, האט די זיידע ״אברהם אבינו״ זיך א צישריי געגבן: ״וויי פאר א טאטע וואס דערקענט נישט זיין קינד״!!!

די ערד האט זיך געטרייסלט, און א טונקלקייט האט פארשטעלט דעם זון.

דאן זענען די אבות הקדושים מיטאמאל פארשוואונדען געווארן ווי אין וואסער אריין, איבער לאזנדיג גדליה מיט משיח׳ן אליין ״פנים לפנים…

משיח האט דאס בשום אויפן נישט געקענט אראפ שלינגן, דערביי שרייענדיג מיט יאמערליכע קולות צו גדליה: ווי האסטו דאס געקענט טאן צו מיר? ווייסטו דען נישט וויפיעל פיין און ליידן כ׳האב מיר ציזאם געליטן ביז אהער אלץ פאר יודנס וועגן? פארוואס דארף יעצט כלל ישראל ווייטער ליידן אינעם פינסטערן גלות צוליב דיינע שמיציגע זונד?

גדליה האט זיך אוועק געדרייט, זיך אינטער לאכענדיג מיט א פויערישע געלעכטער, ווי צו זאגען: הע ס׳איז געלונגן…!

גדליה האט אויפגעהויבן זיינע צוויי מיטעלסטע פינגער צום הימל, ווייזנדיג דאס אלץ א צייכן ווי כאילו ער וויל איינעם ווינקען.
ס׳האט טאקע נישט גענומען קיין רגע, ווען א שרעקליכע מאנסטער גייסט האט זיך באוויזן פון אינטער משיח מיט זיין אייזל…
פאר גרויס שרעק האט משיח פרבירט צו אנטלויפן אינאיינעם מיטן אייזל, דערביי שרייענדיג ער זאל לויפן שנעלער, האפענדיג דערמיט אז דער אייזל וועט פארשטיין וואס ער זאגט, טא אפשר איז ער א אייניקל פון בלעם׳ס אייזל…

ס׳האט אבער גארנישט געהאלפן, ווען אין א אויגן בליק האט דער גייסט זיך אראפ געלאזט צו משיח׳ן, און מיט זיין לאנגע שווערד אים געשאכטן אויפן ארט!🫣

צום שלוס: ליידער ליידער האט גדליה נישט געקענט עובר בניסיון זיין, און מיט דעם אינגאנצן פארשפילט די גאולה…

און טאקע יעצט, שטייענדיג נאכן טויט פונעם משיח ה׳, זעהט כרגע אויס ווי מיר וועלן שוין פאר אייביג בלייבן אין גלות😭

או גלות גלות ווי גרויס ביסטו…

ענדע

בקשה ואזהרה ⛔

אלץ אן איש אמת וויל איך דאס שרייבן פאר די קומענדיגע דורות:
״ליבי אומר לי״ אז אין טויזנט יאר ארום וועט קומען עפעס א ״מנהיג ישראל״ וואס וועט דערציילן אז ער האט געטראפן א ספר מיטן נאמען ״לייביש עפיזאדס״, ער וועט דאס פארהייליגן ווי כאילו דאס איז א המשך פון תנ״ך. דאן וועט ער עפענען ישיבות וואס וועלן הארעווען דערינען, און אריין טייטשן ווי למשל; ״כל האומר גדליה חטא אינו אלא טועה״…

אדער וועט ער ברענגן א ראיה אויף חז״ל אז ״אלו ואלו דברי אלוקים חיים״ אויף דאס וואס די גמרא ברענגט א תנא אין סנהדרין צט עמוד א: ר' הילל אומר אין להם משיח לישראל, מכאן ראיה ווייל מען זעהט דאך קלאר אז גדליה האט געהארגט משיח…

אדער אז מען וועט מתקן זיין א פרישע תענית גדליה…

וויל איך קלאר זאגן פאר די ״דורות הבאות (צוקומפטיגע דזשענרעשן) ״אשר לא ידע את לייביש״; גדליה האט באמת געזונדיגט, און פון די מעשה איז בכלל נישט קיין ראיה אז ״אלו ואלו דברי אלוקים חיים״, צוליב וואס די מעשה איז נישט געשטויגן און געפלויגן...

מען זאל בשום אין אויפן נישט דרשנן דערינען וואס מען חלום׳ט, נאר מען זאל אננעמען די מעשה ״כמו שכתוב״ אז דאס וואס איך שרייב דאס איז וואס איך האב אינזינען געהאט...
איך האלט אבער נישט צוריק קיין יחידים פון פאסטן אויב קומט דאס ״מרצון הטוב…

נ.ב. מיר האפן די עולם האט הנאה געהאט פון פרשת גדליה. הדרן עלך והדרך עלן…
אה יעצט ווייס איך שוין פשט פון די תענית צום "גדליה".......
 
די גדליה איז אפשר הרב גדליה פון ששבניקים?
 
איך גיי שרייבן אין קורצן וואס איך פיל איבער דיין באשרייבונג/ארטיקל/געשיכטע, בעיקר ווייל איך זע דו האסט ליב קריטיק און נויז (פארדעם שרייב איך נאר קורץ..)

איך האב עס ארויסגעדרוקט צו ליינען שבת - אזויווי איך פיר מיך מיט לענגערע ארטיקלען א שטייגער ווי 'וויליאמסבורג בריק' דורך @הבל וריק און 'א באגעגעניש מיט המן' דורך @מרחשון אא"וו.
אבער אנדערש ווי יענע ארטיקלען וועלכע זענען געווען גוט געשריבן, זאפטיג אראפגעלייגט, באלעקענדע סאטייער, און שרייבערישע גאונות, פארשטייט זיך אויספאלגענדיג בעיסיק כללים פון שרייבעריי א שטייגער ווי ספעלינג און נישט איבער'חזר'ן אויסדרוקן, זע איך אין דעם ארטיקל א שטארקע דרייוו פאר רעלעוואנס א שטופ ארויסצוברענגען ליצנות אבער ס'קומט מער ארויס ווי מאנדלען אין צו ווייניג זופ.

די ווערטער 'גדליה' און 'די גייסט' ווערן גענוצט אסאך צופיל פאר אן עלעגאנטע ארטיקל לדעתי, וואלסט רואיגערהייט געקענט רעדן פון זיי אן כסדר איבער'חזר'ן זייערע נעמען. אבער עפעס אן אבסעסיע זעסטו אויס צו האבן מיט נעמען און ברענדס – דיין אייגענע על כולם.

ספעלינג מיסטעיקס זענען געפערליך, אט איז א ליסטע נאר פון די ערשטע פאר פאראגראפן:
  • געליגן
  • פרבירט
  • זעין
  • דימיון
  • פאהאנען
  • עפס
  • עקזייעטי
  • פאלעזירט
  • ביי 'ענדערשט' און 'לייד' האסטו פשוט פארטוישט דעם ענדע 'ט'
און אזוי ווייטער.

אנשטאט נוצן פרישע פראזן און אינטרעסאנטע אויסדרוקן צו מאכן דאס ליינען ציענד, ווערן ענליכע אויסדרוקן איבערגענוצט אפט דורכאויס דעם ארטיקל.

די ליצנות שפרונגט אין פנים גראד ביים צוויטן קאפיטל, אבער אנשטאט זיין קלוג און צום זאך הערט זיך עס איבער די מאס און אביסל בחור'יש די וועג וויאזוי ס'ווערן צוזאמגעשלעפט אלע סארט זאכן פון וואס מ'קען נאר טרייבן שפאס און ס'פילט זיך pushy. ויהי נועם, עקרב וויידל, גארילע הענט, דיינאסאור הענט, ווי א משגיח, תמימות'דיגע אמונה, סם רוחני, מקום התפילין, א קאמפיוטער וואס פריזט, עולמות, מלאכי חבלה, שדים הויז, האראר מאווי, לעמפערט, גייסט, – אלעס אן די מינימאלע ספעיס צו אטעמען צווישן איינס מיטן אנדערן, צו מיר הערט זיך דאס נישט פאני.. סארי.

ס'איז אומקאנסיסטענט, סיי די לשונות ווי געשמועסט, אבער אויך די סטייל און די מעסעדזש וואס דארף ארויסצוקומען. פון איין זייט שרייבסטו צופיל ענליכע לשונות און פון אנדערע זייט שפארסטו נישט קיין אויסדרוקן צו אילוסטרירן דיינע דמיונות וויאזוי די שטן קוקט אויס, פון איין זייט ווילסטו ארויסברענגען שרעקעדיגע געדאנקען און א ברייטע בילד/געשיכטע, אבער פון די אנדערע זייט ביזטו צו פארנומען מיט הייפער-דעטאלירטע דעסקריפציעס. און אויב דארף עס אנצוזייען מער שרעק מיין איך עס האט א קאונטער עפעקט – ווי דער ליינער ווערט פארכאפט אין די פילצאליגע דעסקריפציעס אנשטאט זיין אייגענע (שרעקעדיגע) פאנטאזיע.

עס דארף צו זיין א חוזק פונעם שטן? פונעם גיהנום? פונעם ועד האישור? פון די רבנים? פון משיח? פון די אבות? פונעם משגיח אין ישיבה? פון סגולות? Pick your battle זאגט מען ביי אונז – קום אריין קלארער און מער צום פוינט..

בקיצור, איך זע דעם ארטיקל מער אלס א ‘wanna-be’ ליצנות, פראבירענדיג איינצונעמען וואס מער שטח און וואס מער שרעקעדיגע לשונות, דעסקריפציעס, און וואס נישט. אבער למעשה שטעלט זיך עס ארויס צו פארלירן דאס ביסל אינטרעסאנטקייט וואס עס וואלט נאך מעגליך געהאט, און עס איז מער אזא ליקוט פון בחור'ישע דזשאוקס איבער א געוויסע קאנסעפציע פון אידישקייט.

און צו דיר לייביש, איך קום דיר נישט זאגן קיין מוסר, אבער יא פידבעק אלס א ליינער. ביטע פראביר שטארק דיר ארויסצונעמען פונעם בילד – און פונעם קעפל אויב מעגליך. ס'איז אינטרעסאנטער צו ליינען געדאנקען/באשרייבונגען אין א דריטע פערזאן פארמאט ווי אין אזא דיירעקטע מארקעטינג קאמפיין פאר 'לייביש הכהן', און איך פארשטיי דו גלייכסט נויז, ס'געבט דיר סיפוק, ס'מאכט דיר וואך, און עס דרייווט אפי' אטענטשאן צו דיין פערסאנע (מיט אן ענליכע שטריך צו טראמפ יר"ה). פארט בעט איך דיר – וואקס אויף, דו וועסט לכאו' אליינס הנאה האבן פון א מער מעטשור לייביש, און מיר – די ליינער – וועלן זיכער טרעפן מער תוכן און געשמאק אין דיינע סחורה..
 
א גוטע געבעקס, פול מיט אילוסטרירענדע דמיונת, ברענגסט מיך צוריק צו די מעשיות געליינט אלץ קינד אין יפה בעתו/ ספרים קדושים בענדער...

אבער צו בויען אין דיין דמיון זאכן קעגן אידישקייט, כאפ איך נישט פארוואס דאס זאל זיין א סיבה פאר איד צו ליינען. (קיינער גייט יעצט אפלאזן אידישקייט צוליב דעי מעשה)
 
עס זענען דא אסאך געשיכטעס ווואס געבען מיך שלאפלאזע נעכט, ווען איך מוז ענדיגען א מעשה, אבער נישט אויף אלע האב איך חרטה נאכדעם אויף די פארפאסטע שלאף.
 
Back
Top