די ICE Schutzstaffel אגענטור exposed

576991.webp
מיט אזעלכע היי אייקיו'ס דארף מען אלעס מסביר זיין אז נישט ווייסן זיי נישט וואס זיי ווייסן נישט...
 
איך בין נישט זיכער צי איינער האט שוין געברענגט די לעצטיגע האר אויפשטעלנדע רשעות פון אייס, דא האט איר ק/פ פון שפילקעס אויף אייוועלט:
די עמערדשענסי ארדער פרייטאג ביי א ריכטער איז געקומען אין רעזולטאט פון א אינצידענט פארלאפענע מיטוואך אין מיניאפאליס, ווי אייס מערדער האבן געשאסן שאק און רויעך גראנאטן און געשפריצט טרערן גאז נעבן א קאר וואס איז אריבערגעפארן א אייס פראטעסט, אין די קאר האבן זיך געפינען א משפחה מיט 6 קינדער, די יונגסטע 6 חדשים אלט, און די בעבי האט זיך געשטיקט אין רעזולטאט פון די גאז, אי.עמ.עס. האט געמאכט CPR און באוויזן צוריקצוברענגען דאס קינד'ס לעבן.

דריי קינדער האבן געדארפט האספיטאליזירט ווערן פאר אטעמען פראבלעמען, אין רעזולטאט פון די רוצח'ישע אויפירונג פון אייס, און זיי דארפן נאך יעצט נעמען באהאנדלונגען צו אויסקלארן די לונגען.

אין נאוועמבער 2025 איז געווען באריכטעט אין שיקאגא א ענליכע אינצידענט.

א אייס אפיציר האט אריינגעשפריצט פעפער ספרעי אין א אפענע פענסטער פון א פארבייפארנדע קאר, אין רעזולטאט האט א בעבי פון איין יאר וואס האט זיך געפונען אין די קאר געדארפט האספיטאליזירט ווערן פאר אטעמען פראבלעמען, און די טאטע וואס ליידט אויף אסטמא האט געדארפט באהאנדלט ווערן אין שפיטאל פאר א ריעקטשען. (ס'קומט פארשטייצעך נישט צו צו די שווערע וואונדן וואס די מערדער אגענט האט געליטן ביים ווערן איבערגעפארן....)

אלעס רעדט מען דא פון אמעריקאנע בירגער, וואס זענען געפאלן א קרבן צו רוצח'ישע אקטיוועטעטן פון אייס.
דא איז די ארטיקל פון די ערשטע מעשה:

יעצט @טעלעפאן, פאר דו קומסט מיט א גאנצע לעקטשור אז "אזוי ארבעט עס שוין יארן מיט פעדעראלע אגענטן" און "ווי ביסטו געווען דעמאלטס ווען ביידן האט דאס און דאס געטון"? וויל איך דיר פעדערן מיט אביסל הסברה וואס איך האב מסביר געווען דארט פאר די טראמפיסטן.

ס'קריכט מיר שוין אויף די נערווען ווען יעדע מאל איינער שרייבט ווי אייס האט זיך צעפירט די הענט מיט א רשעות, קומען די טראמפ חברה צו קריכן מיט זאכן וואס איז פארגעקומען אונטער ביידן מיט א שטארקע שאלה "ווי ביזטו געווען דעמאלטס?"

איך וויל עס דא קלאר מאכן איינמאל פאר אלעמאל, איך האב געוואוט פאר טראמפ צוויי מאל, ווען ביידן איז געווען פרעזידענט בין איך אויך געווען אויפן טראמפ טרעין, אין יעדע זאך וואס איז געגאנגען שיף האב איך עס וואוילערהייט -אזוי ווי אלע טראמפיסטן- ארויפגעלייגט מיט רעכט אויף די ראדיקאל לינקע פאליסיס פון די ביידן אדמיניסטראציע, א שטייגער ווי די אפענע גרעניצן וואס איז געווען א רשעות שאין כדוגמתו.

אבער דעמאלטס איז די נער נישט געווען מיינס.

יעצט איז די נער יא מיין, איך האב געוואוט פאר דעם, און דאס איז וואס שטערט מיר שרעקליך.

ווי קען א מענטש מיט א ווארקינג הארץ בעקן וואס אייס טוט יעצט צו פראטעסטירער? ברענג מיר נישט יעצט א מעשה פון 2 יאר צוריק פון ביידן, אונז ווייסן ביידע אז ביידן איז א באגאבונד, יעדער ווייסט עס, ווי קומט עס דא אריין?

אונזערס א מענטש, וועם אונז האבן געשטימט אין די מאסן, האט א פאליציי קראפט, וואס פירט זיך אויף ווי חיות טורפות צו אמעריקאנע!!

מטורפים וואס באגאזען א קאר מיט 6 קינדער אינעווייניג, די אינגסטע איז 6 חדשים!!!!! וואס זיי האבן זיך געטראפן געשטראנדעט צווישן די אפיצירן און די פראטעסטירער...ווי שפילקעס האט פריער פארציילט.

שעמען זאלן זיי זיך!!! און איך אויך פארן וואוטען פארדעם...
:cry:
 
איך בין נישט קיין פארטייאישע פערזאן דעריבער בין איך נישט אין באזיס פון דער נאַר נישט אויף די זייט אדער אויף יענע זייט. איך בּעק נישט די אקטיוויטעטן פון אייס און מיין מיינונג פון די פעדעראלע רעגירונג (אלע פעדעראלע לאו ענפארסמענט) איז אייניג און ס'טוישט זיך נישט פון איין אדמיניסטראציע צו דער אנדערער.

אזויפיל יא, טראמפ 1.0 האט זיך קלאר איינגעהאלטן מער ווי סיי וועלכע אדמיניסטראציע אבער ער האט דערפאר באצאלט א טייערע פרייז. דאסמאל איז ער פונקט אזוי אגרעסיוו ווי די צד שכנגד אדער מיט א שמיץ אריבער, אזוי אז ער זאל כאטש בלייבן מיט קאנטראל.

צום שלוס, איך בּעק נישט די אקטיוויטעטן און דו דארפסט עס אויך נישט בעקן און דאס אז מ'האט געוויילט פאר טראמפ איז נישט ווייל ער האט צוגעזאגט אז זיינע פעדעראלע אגענטן גייען זיין איידל און וואויל נאר ווייל ער האט געזאגט אז אנטשטאט צו פאקוסירן אויף פאלשע ווייט קאַלער קריים און ניצן די איי אַר עס נאכצולויפן מיר און דיר רודפ'ט ער ארויס די אומלעגאלע אימיגראנטן.

און דאס אז די מצב איז אזוי צופראסקעט איז נאך אזוי שולדיג יעצט די דעמאקראטישע פארטיי, ווארום, ס'מאכט זיך פונקט נאר אין די סמעטענע פון זייערע טעריטאריעס.

אז דו ווילסט נאר וויילן פאר דער גוטער קאנדידאט דאן הער אויף שטימען אין די וויילן. ס'עקזיסטירט נישט. אז דו ווילסט יא זיין אין די געים, וועסטו אייביג נאר קענען שטימען בלויז פאר די בעסערע קאנדידאט.

אויך נעם אין באטראכט אז דו עסט זיך און רעדסט נאר פון דעם בלויז ווייל די מידיא לייגט עס פראנט און צענטער. אין אנדערע אדמיניסטראציעס האבן זיי געטראגן די וואסער....
 
דער ניו יארק טיימס האט היינט אן ארטיקל מיט די ציפערן פון די דעפארטאציעס,
לויט זיין טאבולאציע האט מען אין 2023 דעפארטעט 590,000 מענטשן, אין יאר 2024 דעפארטירט 650,000 מענטשן, און אין יאר 2025 אונטער טראמפ האט מען ארויסגעשיקט 540,000 מענטשן.

לויט דעם איז דער עיקר דיפערענץ אז אונטער טראמפ ווערט עס געטון מיט פובליסיטי און מיט א טומל עס זאל זיין רעש וקולות. ער זאגט אויך עס איז דא דיפערענצן, צי ביי די גרעניצן, צי פון אינענווייניג אין לאנד, אבער די נומבער פון מענטשן איז נישט מער נאר עטוואס ווינציגער ווי ביי ביידן אין די לעצטע צוויי יאהר פון זיין טערם.
 
דער ניו יארק טיימס האט היינט אן ארטיקעל מיט די ציפערן פון די דעפארטאציעס , לויט זיין טאבולאציע
האט מען אין 2023 דעפארטעט 590,000 מענטשן אין יאהר 2024 האט מען דעפארטעט 650,000 מענטשען, און אין יאהר 2025 אונטער טראמפ האט מען ארויס געשיקט 540,000 מענטשען , לויט דעם איז דער עיקר דיפערענץ אז אונטער טראמפ ווערט עס געטון מיט פובליסיטי און מיט א טומעל עס זאל זיין רעש וקולות , ער זאגט אויך עס איז דא דיפערענצען, צו ביי די גרעניצן, צו פון אינענווייניג אין לאנד,אבער די נומבער פון מענטשן איז נישט מער נאר עטוואס ווינציגער ווי ביי ביידען,אין די לעצטע צוויי יאהר פון זיין טערם .
די גאנצע טומל איז נישט פון טראמפ, די טומל איז פון די פרעסע מיט די אבּסטראקטירער...
 
די גאנצע טומל איז נישט פון טראמפ, די טומל איז פון די פרעסע מיט די אבּסטראקטירער...
👇
צום שלוס, איך בּעק נישט די אקטיוויטעטן און דו דארפסט עס אויך נישט בעקן און דאס אז מ'האט געוויילט פאר טראמפ איז נישט ווייל ער האט צוגעזאגט אז זיינע פעדעראלע אגענטן גייען זיין איידל און וואויל נאר ווייל ער האט געזאגט אז אנטשטאט צו פאקוסירן אויף פאלשע ווייט קאַלער קריים און ניצן די איי אַר עס נאכצולויפן מיר און דיר רודפ'ט ער ארויס די אומלעגאלע אימיגראנטן.
 
איך בין נישט זיכער צי איינער האט שוין געברענגט די לעצטיגע האר אויפשטעלנדע רשעות פון אייס,
מיר איז אינטרעסאנט אז קיינער האט נארנישט צוזאמגעשטעלט קיין נארמאלע דאקומענטערי דערפון. עס איז דאך האר-אויפשטעלנד וואס גייט פאר בפני קהל ועדה - אויף לייוו ווידעא.

איז די צווייטער אמענדמענט נישט געקומען באשיצן 'אמעריקאנער בירגער' פון ממש אזא מצב?
וואס איז די גדר פון א פעדעראלע overreach ווס 'נארמאלע פראצעדורן'?
זייט ווען מעגן זיי עובר זיין אויך די פערטע אמענדמענט (אריינשטויסן ביי מענטשן אין הייזער, אין קארס, און וואו נישט) כדי 'אויסצופירן פעדעראלע פראצעדורן' - וואס אגב אבאמא האט אויסגעפירט אסאך בעסער, רואיגער, שטילער, און געזעצליכער.
דאס איז אויסער מיין אייראפעאישע פאראיבל אויף א סיסטעם וואו אויטאריטעטן האבן אימיוניטי אויף א פארנעם אז עס איז כמעט אוממעגליך זיי צו האלטן אקאונטעבל.. רעד צו מיר וועגן פרידאם אוו ספיטש...
רעדנדיג פון פרידאם אוו ספיטש, זינט ווען איז א קעמערע אדער מאדנע קאסטום אדער פארבייפארן מיט א קאר - געווארן אן 'אבסטראקשן אוו פעדעראלע פראסידינג'?! אזש צו בארעכטיגן די ווייאלענס פון אייס אנקעגן די אלע?!

בקיצור, די מצב איז מעססד אפ. די עיקר איז זיך איינצו'חזר'ן אז קאמאלא העריס וואלט געווען אסאך ערגער! און דאס איז שוין לייגענדיג אין א זייט גרינלאנד..
 
איז די צווייטער אמענדמענט נישט געקומען באשיצן 'אמעריקאנער בירגער' פון ממש אזא מצב?
דער הויבט שוין אן פארשטיין אז די צווייטע אמענדמענט איז אפשר יא וויכטיג.....
זייט ווען מעגן זיי עובר זיין אויך די פערטע אמענדמענט (אריינשטויסן ביי מענטשן אין הייזער, אין קארן, און וואו נישט) כדי 'אויסצופירן פעדעראלע פראצעדורן' - וואס אגב אבאמא האט אויסגעפירט אסאך בעסער, רואיגער, שטילער, און געזעצליכער.
בעסער, רואיגער און שטילער אבער נישט געזעצליכער. אבער די גאנצע בעסער, רואיגער און שטילער איז נאר ווייל די וואס מאכן איצט די טומל האבן דאן זיכער געמאכט אז ס'זאל זיין באהאלטן.

ועל כולם איז אפשר דא אפאר איינצלהייטן וואס אייראפע קען זיין בעסער אבער ווען מען לייגט זיי זייט ביי זייט וויל איך בלייבן אין אמעריקע.
 
דער הויבט שוין אן פארשטיין אז די צווייטע אמענדמענט איז אפשר יא וויכטיג.....

בעסער, רואיגער און שטילער אבער נישט געזעצליכער. אבער די גאנצע בעסער, רואיגער און שטילער איז נאר ווייל די וואס מאכן איצט די טומל האבן דאן זיכער געמאכט אז ס'זאל זיין באהאלטן.
קיינער מאכט נישט אזא טומל ווי טראמפ און אייס אליין! ער רעדט גאנצן טאג דערפון און זיי מאכן זיכער צו ווערן באמערקט.
ועל כולם איז אפשר דא אפאר איינצלהייטן וואס אייראפע קען זיין בעסער אבער ווען מען לייגט זיי זייט ביי זייט וויל איך בלייבן אין אמעריקע.
על טעם וריח..

מיין שטאנד איז אז אין א וועלט וואו איך ווייס נישט וואו איך גיי אנקומען (די וועיל אוו איגנאראנס פון דזשאן ראולס) איז ענדערש צו זיין אין תפיסה אפאר מאנאטן פאר א טוויט ווי צו זיין טויט פארן אנטלויפן מיט א קאר.
און אפי' אויב ווייס איך יא אז קיין אימיגראנט און קיין קרימינאל (קיין לאטינא קיין סאמאלי און קיין שווארצע) וועל איך נישט זיין, זענען מיינע שאנסן צו שטארבן פון א שיסעריי, צו זיצן אין תפיסה פאר 800 יאר, אדער צו ווערן באפאלן דורך ווילדע אגענטן - איידערן פראוון מיין אומשולד, אסאך גרעסער אין אמעריקע און אסאך ערגער ווי צו האלטן דאס מויל פון ווערן צולאזט דא דארט.
 
אין אייראפע איז נישט דא קיין פרייהייט פון ווארט, נישטא קיין וועג וויאזוי וואלסט געקענט וויסן אז אזאנס פאסירט. ענליך צו אבאמא'ס צייטן אין אמעריקע. אז ווען ס'איז שוין יא געווען איינער וואס האט פארציילט, צו זאל עס זיין סנאודן אדער אסאנדזש איז ער אפי' אין אמעריקע כמעט דערמארדעט געווארן. דאס איז חוץ פון די פרט וואס אסאנדזש'ס לויערס האבן געהאלטן אין איין שטארבן. איינס איז עפעס פונקט אריינגעשטופט געווארן אין די לאנדאן אָנדערגראונד און איבערגעפארן געווארן מיט א באן אין א מיסטעריעזע צופאל....
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
אין אייראפע איז נישט דא קיין פרייהייט פון ווארט, נישטא קיין וועג וויאזוי וואלסט געקענט וויסן אז אזאנס פאסירט
טא, וויאזוי ביזטו אזוי זיכער אז עס פאסירט טאקע? ווייסט מען יא אדער ווייסט מען נישט?

אסאנדזש'ס לויערס קענען זיי אראפברענגען, טשארלי קירק קענען זיי, לאמיר נאר זען זייער גאונות מיט טראמפ, מאסק, אדער סטיוו בענאן, זייער אויסגעשפראכענע שונאים. אה, די זענען נישט די עכטע שונאים, זיי ארבייטן גאר פאר די מעטריקס.. מ'קען נאר וויסן ווער די עכטע שונאים זענען איינמאל יענער איז טויט, ווי למשל אסאנדזש, אאפס, סארי מ'האט נישט מצליח געווען דארט.. אדער גאר עפשטיין, אה אנטשולדיגט ער האט גארנישט שלעכט געטון - ווען יא וואלט טראמפ אים שוין לאנג עקספאוסט..

מאך משוגע א צווייטן.
איך בין אין אייראפע און איך קען ב''ה פרייערהייט קריטיקירן מיינע א.ג. פירער און קעניגן, איך וויל ערשט זען די פרייהייט פון לויעליסטן צו בארעדן זייער ירום הודו און נאכדעם קום צוריק..
 
אסאנדזש אליינס האבן זיי אויך נישט געקענט אראפברענגן..... ניטאמאל סנאודן.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
איך בין נישט זיכער צי איינער האט שוין געברענגט די לעצטיגע האר אויפשטעלנדע רשעות פון אייס, דא האט איר ק/פ פון שפילקעס אויף אייוועלט:

דא איז די ארטיקל פון די ערשטע מעשה:

יעצט @טעלעפאן, פאר דו קומסט מיט א גאנצע לעקטשאר אז "אזוי ארבעט עס שוין יארן מיט פעדערלאע אגענטן" און "ווי ביסטו געווען דאלמאטס ווען ביידן האט דאס און דאס געטון"? וויל איך דיר פעדערן מיט אביסל הסברה וואס איך האב מסביר געווען דארט פאר די טראמפיסטן.

ס'קריכט מיר שוין אויף די נערווען ווען יעדע מאל איינער שרייבט ווי אייס האט זיך ציפירט די האנט מיט א רשעות קומען די טראמפ חברה ציקריכן מיט זאכן וואס איז פארגעקומען אינטער ביידן מיט א שטארקע שאלה "ווי ביזטו געווען דאלמאטס?"

איך וויל עס דא קלאר מאכן איינמאל פאר אלעמאל, איך האב געוואוט פאר טראמפ צוויי מאל, ווען ביידן איז געווען פרעזידענט בין איך אויך געווען אויפן טראמפ טרעין, אין יעדע זאך וואס איז געגאנגען שיעף האב איך עס וואולערהייט אזוי ווי אלע טראמפיסטן ארויפגעלייגט מיט רעכט אויף די ראדיקאל לינקע פאליסיס פון די ביידן אדמעניסטראציע, א שטייגער ווי די אפענע גרעניצן וואס איז געווען א רשעות שאין כדגמתו.

אבער דאלמאטס איז די נער נישט געווען מיינס.

יעצט איז די נער יא מיין, איך האב געוואוט פארדעם, און דאס איז וואס שטערט מער שרעקליך.

ווי קען א מענטש מיט א ווארקינג הארץ בעקן וואס אייס טוט יעצט צי פראטעסטירער? ברענג מיר נישט יעצט א מעשה פון 2 יאר צירוק פון ביידן, אונז ווייסן ביידע אז ביידן איז א באגאבונד יעדער ווייסט עס, ווי קומט עס דא אריין?

אונזערס א מענטש, וועם אונז האבן געשטימט אין די מאסן, האט א פאליציי קראפט, וואס פירט זיך אויף ווי חיות טורפות צי אמעריקאנע!!

מטורפים וואס באגאזען א קאר מיט 6 קינדער אינעווייניג, די אינגעסטע איז 6 חדשים!!!!! וואס זיי האבן זיך געטראפן געשטראנדעט צווישן די אפיצירן און די פראטעסטירער...ווי שפילקעס האט פריער פארציילט.

שעמען זאלן זיי זיך!!! און איך אויך פארן וואוטען פארדעם...
:cry:
די רוצחישע אייס אגענטן האבן פשוט אפגעשטעלט אן אומשולדיגע פארבייפארנדע קאר, אויפגעבראכן די פענסטער און אריינגעשפריצט די טרערן-גאז פאר נאו ריזען?

איך פרעג ווייל איך ווייס נישט.
 
מיר איז אינטרעסאנט אז קיינער האט נארנישט צוזאמגעשטעלט קיין נארמאלע דאקומענטערי דערפון. עס איז דאך האר-אויפשטעלנד וואס גייט פאר בפני קהל ועדה - אויף לייוו ווידעא.

איז די צווייטער אמענדמענט נישט געקומען באשיצן 'אמעריקאנער בירגער' פון ממש אזא מצב?
וואס איז די גדר פון א פעדעראלע overreach ווס 'נארמאלע פראצעדורן'?
זייט ווען מעגן זיי עובר זיין אויך די פערטע אמענדמענט (אריינשטויסן ביי מענטשן אין הייזער, אין קארן, און וואו נישט) כדי 'אויסצופירן פעדעראלע פראצעדורן' - וואס אגב אבאמא האט אויסגעפירט אסאך בעסער, רואיגער, שטילער, און געזעצליכער.
דאס איז אויסער מיין אייראפעאישע פאראיבל אויף א סיסטעם וואו אטאריטעטן האבן אימיוניטי אויףך א פארנעם אז עס איז כמעט אוממעגליך זיי צו האלטן אקאונטעבל.. רעד צו מיר וועגן פרידאם אוו ספיטש...
רעדענדיג פון פרידאם אוו ספיטש, זינט ווען איז א קעמערע אדער מאדנע קאסטום אדער פארבייפארן מיט א קאר - געווארן אן 'אבסטראקשן אוו פעדעראלע פראסידינג'?! אזש צו בארעכטיגן די ווייאלענס פון אייס אנקעגן די אלע?!

בקיצור, די מצב איז מעססד אפ. די עיקר איז זיך איינצו'חזר'ן אז קאמאלא העריס וואלט געווען אסאך ערגער! און דאס איז שוין לייגענדיג אין א זייט גרינלאנד..
אבאמא האט עס אויסגעפירט בעסער? אדער אונטער אבאמא האט עס די מידיע איגנארירט במילא איז אלעס געפארן רואיגער?
 
מטורפים וואס באגאזען א קאר מיט 6 קינדער אינעווייניג, די אינגעסטע איז 6 חדשים!!!!! וואס זיי האבן זיך געטראפן געשטראנדעט צווישן די אפיצירן און די פראטעסטירער...ווי שפילקעס האט פריער פארציילט.
קומט יעצט ארויס די נייעס אז ס'איז פאראן ווידאוי וואס פרעגט אפ די מעשה.

זעה די פאלגענדע טוויט:
View: https://x.com/honeyybomb/status/2013930884500459687?s=20



שעמען זאלן זיי זיך!!! און איך אויך פארן וואוטען פארדעם...
:cry:
ב"ה אז דו קענסט דיך אויפהערן שעמען.
 
איך מיין אז דער עולם כאפט נישט די צינישע רשעות פון אפווארטן אין געריכט.
די מענטשן פאלאוען די רולס, זיי קומען אין געריכט. אויב זענען זיי גענג מעמבערס, זאל מען זיי טאקע ארעסטירן אויפן פלאץ און אוועקווארפן די שליסלעך. אויב נישט, זאל מען זיי באלוינען פארן זיך צושטעלן! וואס הייסט. אייס זאל צוגיין צו זיי. איך זעה אז דו ווילסט זיך צושטעלן איך גיי דיך געבן א נארמאלער סכום פון צייט, אפשר 100 טעג, אפשר 150, זיך צו אריענטירן, אפשר אפעלירן, אפשר צוריקגיין אליינס, וכו׳. היות זיי זענען ארענטליכע מענטשן, די גרעסטע שאנס וואס דו נעמסט איז אז זיי וועלן דא בלייבן! אבער, מיטן ארבעטן אזוי, אינסעטיווייזטו מענטשן זיך צוצושטעלן! ווילסטו דאס דען נישט?
יעצט ווארטן זיי אפ אין געריכט. דער סעקונדע וואס דער ריכטער זאגט עסיילעם נאט גרענטעט ארעסטירט מען יענעם מיט א שוידערליכע רשעות. דער רעזולטאט? מענטשן ווערן דיסקאורעדזשד צו קומען אין געריכט. נו אויב אזוי אז ער קומט אפילו נישט און געריכט (גמרא ניגון) מוז דאך זיין אז יענער איז א נארקא טעראריסט, ער איז דאך אפילו נישט געקומען אין געריכט!
עס איז א צינישער, בייזוויליגער דורכגעפוילטער רשעות.
 
לעצט רעדאגירט:
וואס איז מיט די היינטיגע שיסעריי? אויך סעלף דיפענס?
 
Back
Top